Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים
@ביבליאגראף
, דו פלאנסט ערנסט אריינצוברענגען "דעס"?
די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער
וואס עפעס "דעס"? ער רעדט פון "דאס".
ער זאגט אז "דעס" איז נישט געפערליך, ווילאנג מ'שרייבט נישט "דעיס".
כ'האב פארשטאנען אז זייער פראבלעם איז מיט 'דער/די/דאס' ביי אביעקטן, נישט ביי מענטשן, דארט זאלן יא בלייבן די כללים (אויסער דעם 'דער' ביי נקיבה דאטיוו).ביבליאגראף האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 26, 2024 1:05 amמעלות וויל אויס-מאכן "דאס", ווייל ס'ווערט נישט באנוצט אינעם ליטוויש-ירושלימ'ער דיאלעקט - "וועלכער איז אנגענומען אלס דער ריכטיגסטער אידיש" (ליין: ווייל מיט דעם דיאלעקט איז די רעדאקטארין אויפגעוואקסן).
אבער אין אונזער-ריכטיגסטער אידיש, דער גאליציאנער-אונגארישער דיאלעקט, ווערט עס יא באנוצט. ביז לעצטנס זיכער, און ס'זענען נאך געבליבן איבערבלייבענישן, צב"ש "דאס קינד", און זיכער "קליין קינד", נאריש קינד".
עכ"פ, נישט דאס איז אונזער פראבלעם.
1. איך ניץ אויך נישט 'עטס/ענק' אין שריפט, קען טאקע זיין ס'איז אביסל ראדיקאל. 2. דאכט זיך אז די מעלות ניצט געהעריג דעם 'צע' פרעפיקס.