קוואליפיקאציעס צו זיין א מארקעטער

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

כרוספדין האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 1:22 am
צ”ק

א ליגנער
נישט ממש...

א אמת'ע גוטע מארקעטער דארף נישט זאגן קיין ליגענט! ער דארף קלוג, שטארק און קלאר ארויסברענגען די גוטע חלקים און דערמיט מאכן אז ''דו'' זאלסט פארזעהן און נישט טראכטן פון די אנדער חלקים...
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
אוועטאר
קראכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 24, 2023 6:35 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראכער »

יוד אלף האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 10:38 am
קופקע פירער האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:50 am

און א מתחיל אויף גרעפיקס ווי הייבט ער אן וועלעכע וועבסייד איז גוט פארדעם? וואס דריקט ער נאכן עפענען די קאפיאטער ער וויל מאכן א פלענע קלאסישע פויסטער
מען מיז גיין צו א קורס בעפאר?
מארקעטינג קען איך, גרעפיקס נישט.

אויבן אויף וואלט איך עס צוטיילט אזוי.
עס איז פארהאנען די אומנות "גרעפיקער"
און די כלים סאפטוועיר און הארדוועיר. (אין אומן בלא כלים)

די אומנות איז מען קונה דורך; איינס, א מלמד, צוויי פראקטיצירן. דער מלמד גיבט איבער יסודות, און די פראקטיצירן לערנט אויס די סודות וועלכע קענען נישט איבערגעגעבן ווערן דורך א מלמד.

די כלים וועלן געווענליך ווערן אינטראדאסד ביי א מלמד, אבער מען דארף כסדר מיטהאלטן די לעצטע אנטוויקלונגן אויף דעם פעלד. ווי אויך דער ביגינער וועט געווענליך נישט האבן די זעלבע נוצן פון פארגעשריטענע כלים, ווי דער וואס איז מאומן.

א וויכטיגע יסוד צו געדענקן ביים לערנען אן אומנות, איז, ווי גוט מען זאל קענען, עקספיריענס וועט נאך אלץ זיין עפעס וואס קומט מיט די יארן.
דא קומט אריין וואס @חלקי האט געשריבן אז געווענליך הייבט מען אן אלטס גרעפיקער. פשוט ווייל אזוי פראקטעצירט מען.
איינער וואס גייט גיילך צו מארקעטינג קען זיך אפט נער'ן אז ער פארשטייט. אז די קענסט נישט אליין זאגן וועלכע קאלערס פאנט א.א.וו. מדארך מאכן פאר די קאמפיין, עד, דעמלטס קענסטו נישט זיין די מארקעטער. מ'קען אפשר נאר זיין די סטרעטעגיסט און זאגן גוטע נעמען פאר קאמפיינס און איידיעס פאר עדוועטיזמענטס. אבער איך מיין אז ס'איז ווי א דאקטער וואס האט נאך נישט אריינגעוואקט אין קיין שפיטאל אבער עצה'ט וויאזוי צו מאכן סערדזשעריס.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

קראכער האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:08 pm

דא קומט אריין וואס @חלקי האט געשריבן אז געווענליך הייבט מען אן אלטס גרעפיקער. פשוט ווייל אזוי פראקטעצירט מען. גרעפיקס, מארקעטינג האט אויך פראקטעצירינג,
איינער וואס גייט גיילך צו מארקעטינג קען זיך אפט נער'ן אז ער פארשטייט. אפס, ווי ביסטו געפלויגן פון גרעפיקס צו מארקעטינג?
אז די קענסט נישט אליין זאגן וועלכע קאלערס פאנט א.א.וו. מדארך מאכן פאר די קאמפיין, עד, דעמלטס קענסטו נישט זיין די מארקעטער. ??? מ'קען אפשר נאר זיין די סטרעטעגיסט און זאגן גוטע נעמען פאר קאמפיינס און איידיעס פאר עדוועטיזמענטס. אבער איך מיין אז ס'איז ווי א דאקטער וואס האט נאך נישט אריינגעוואקט אין קיין שפיטאל אבער עצה'ט וויאזוי צו מאכן סערדזשעריס
די זאכן וואס די רעכנסט אויס זענען פיצי שטיקלעך פון מארקעטינג און כל כולו גרעפיקס, און דעריבער וועט דער מארקעטער איבערלאזן די קלייניקייטן פארן גרעפיקער און בלויז קאמענטירן איבער יסודות”דיגע זאכן וואס פעלט אויס פאר מארקעטינג,
"נאר סטרעטעגיסט" דאס איז דער מארקעטער, און א גרעפיקער וועלכע רעדט אריין אין סטראטעגיע איז ווי א דאקטער וועלכע האט נאך נישט באזוכט א שפיטאל,
די נעמען פאר די קאמפיינס וועט דער מארקעטער איבערגעבן פאר א שרייבער, פונקט ווי ער גיבט איבער גרעפיקס פארן גרעפיקער
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

מקען זיצן שעות און דן זיין פון ווי א מארקעטער קומט. די מציאות איז אבער ווען איינער וויל אריין גיין אין די ליין - א פרישע כולל אינגערמאן, און פרעגט איך וויל זיין א מארקעטער, ווי הייב איך אן? איז די ענפער פאר אזא איינעם עפ״ר דעזיין (אדער ענדליכע קריעטיווע פאזיציע׳ס). זאג דו, וואלסט אים גענפערט סעילס? אדער פראדוקט דעוולאפמענט? זיכער אז ניין, הגם גאר אסאך געלונגענע מארקעטערס קומען פון דארט.
מיין חלק אינעם שמועס...
אריסטאקראט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2011 4:49 pm
פארבינד זיך:

Re: קוואליפיקאציעס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריסטאקראט »

צום ערשט דארפט איר קלארשטעלן וואס ביי אייך מיינט א מארקעטער, און צו וועלכע חלק דערפון איר האלט אז איר האט א געפיל.

אין די היימישע ביזנעס וועלט זענען פאראן פולע וואס רופן זיך מארקעטערס ווען אין פאקט זענען זיי גראפיק-דעזיינערס אדער אין בעסטן פאל אן אדווערטייזינג עדזשענסי.
די קומענדיג שריט וואס איר דארפט נעמען צו זיין א קוואליפעצירטע מארקעטער וועט זיך שטארק ווענדן אין אייער אפטייטש פונעם פאזיציע.
וואס ווילט איר מארקעטן? פאר וועמען? און פארוואס?

מעגליך אז איר וועט זיין צופרידן מיט די מהלך פון @חלקי אנהייבן אין די קריעטיוו פעלד (למשל דעזיין, שרייבען, פאטאגרפי, ווידעאו, אודיאו, קאודינג אדג), און דאס וועט אייך פירן צו וואו איר ווילט אנקומען, אייך געבן סיפוק און מאכן א שיינע פרנסה בעז״ה.
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”