שיינע געדאנקען אויף שלום בית, בלתי מוגה.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

שיינע געדאנקען אויף שלום בית, בלתי מוגה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

בס"ד
ברוכים הבאים
אזוי ווי איך האב לעצטנס אסאך געשריבן בנושא פון שלום בית והמסתעף, און דורכאויס די שרייב ארבעט בלייבן אסאך האלבע מאמרים… הרהורי הלב…. וכדומה, און די GOOGLE DRIVE זיצט און וואקסט ואומר מתי יראנו אור עולם? די פנקס איז ברייט און גרויס און עס זאמלט שטויב, די ארכיוון זענען אנגעלייגט ואין מי שיתן עינו עליו.
עס ווילט זיך עס מפרסם זיין, אבער וויבאלד עס איז נישט קיין דבר השלם, עס איז לקוי בחסר ויתר, זיצט עס און עס זאמלט שטויב.
למעשה אבער דריקט עס אויפן הארצן, אזויפיל געשריבן סתם לאיבוד?? ווי נישט ווי קען איינער נאך הנאה האבן דערפון [????] עס איז שיינע זאכן נאר נישט געשריבן 100% פערפעקט.
אויף דעם ארויף עפן איך דעם אשכול, פשוט ארויסצולייגן אלע האלבע תגובות ומאמרים אן טראכטן צוויי מאל [אדער אפילו איין מאל...] פארן דרוקן "שיק"
כמובן וועלן זיי זיין לקוי בחסר ויתר און נישט אלעמאל פארשטענדליך, ואתכם הסליחה.

אויב האט עטס אויך שיריים פון די שבת סעודה, אייגענע געדאנקען און רעיונות, קענטס עטס עס אויך אהערברענגען און צוזאמען וועט מען מאכן א גרויסע מלוה מלכה.

אזוי ווי די מאמרים זענען נישט קיין הלכה למשה מסיני זענען זיי געשריבן אן מקפיד זיין אויף הלכות ספר תורה… מען וועט טרעפן דא, כפילות [אסאך], חסירות, טעותים, חילוף פרשיות…, שלא לשמה'ס, אומאויסגעארבעטע פארמעט, אויסגעמעקטע טינט, שוואכע סופר…, שוואכע מוכר, אין מוקדם ומאוחר, כתיבה שלע כסדרן, פרשיות סתימות ופרשיות פתוחות, און אזוי ווייטער…

זיטס באקוועם, און האטס הנאה.
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום זונטאג יוני 09, 2024 9:12 am, פארראכטן געווארן 16 מאל.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית. האלבע, אומגעפארטיגטע תגובות און מאמרים. פטפוטים ורעיונות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

בעה"ב

א מענטש דארף טון וואס איז גוט ,וואס ריכטיג
ער דארף נישט זיין פארנומען מיט די תוצאות - טון, נישט אויפטון
ער פירט נישט די וועלט, ער קען נישט קאנטראלירן קיינעם און ער קען נישט מאכן זיכער אז זאכן וואס ער וויל זיי זאלן געשען וועלן טאקע געשען
אזוי אויך קען אים קיינער גארנישט טון.
מענטשן קענען פרובירן אים צו טון פארשידענע זאכן אדער אים פרובירן צו באצווינגען צו טון זאכן , אבער זיי קענען נישט בפועל טון זאכן צו אים.
דער אייבישטער פירט די וועלט.
ווען מענטשן מאכן אים פראבלעמען טוישט זיך דאן וואס איז ריכטיג און גוט ווייל ריכטיג און גוט איז אלס לויט די סיטואציע און CIRCUMSTANCES
כדי צו וויסן וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן אין שטוב און וואס איז ריכטיג צו זאגן/פאדערן און וויאזוי צו זאגן און גלייכןס וועל איך קודם אוועקשטעלן אפאר יסודות איבער וואס איז א שטוב און וואס איז די ריכטיגע צורה פון א שטוב
ווער איז בעה"ב? - פירער אין שטוב
ווער איז בעה"ב אין שטוב? בעה"ב מיינט דא פירער נישט אז ער מעג טרעטן ח"ו.
עיין רמב"ם הלכות אישות פרק טו הלכה כ
אזויווי א ראש ישיבה איז בעה"ב אין ישיבה און ער זארגט אויך פאר די וואוילזיין פון די בחורים.
יעצט, געוויסע בחורים פארפירן, אבער דער ראש ישיבה דארף זיין קלאר בייז זיך זיין ריכטיגע מעמד, און די בחורים וועלן אויטאמאטיש פאלן אין פלאץ
נאכדעם קען מען זען צו קעיר נעמען פון די בחורים
די זעלבע מיט א טאטע ,
א טאטע קען זאגן "איך לאז נישט אריין פיצא אין שטוב" , ווייל דאס איז זיין שטוב און ער פירט עס ,
עס זענען טאקע דא טאטעס וואס האבן ממש מורא פאר די קינדער , אבער זיי טוען זייער נישט ריכטיג,
און זיי זענען טאקע נישט אזוי מצליח ווי די וואס ווייסן ביי זיך קלאר אז זיי זענען בעה"ב, און זיי לעבן נישט מיט קיין פחד פון די קינדער
משא"כ די אנדערע וואס האבן מורא פאר די קינדער פירן די קינדער דעם טאטן ביים נאז
"אדער האט דער טאטע מורא פאר די קינדער, אדער האבו די קינדער מורא פונעם טאטן, עס גייט נישט ביידע וועגן"
יעצט צום שטוב, א מאן איז בעה"ב אין שטוב! און די פרוי וויל דאס, ער דארף דאס וויסן און אזוי זאל ער לעבן ער זאל נישט! זאגן אויף יעדן זאך "יא יא" און אפילו אויב ער פירט נישט אויס יעצט דארף ער נאך אלץ זאגן זיין מיינונג ער זאל נישט מורא האבן פון איר בלאזן, זי גייט זיך נישט גט'ן פון אים איבער דעם, ער זאל בלייבן רואיג און גוטמוטיג [אזוי ווי דער קאפיטולירטער מאן, וואס זאגט גארנישט איז רואיג, אזוי זאל ער זיין רואיג,נאר איין חילוק, ער זאגט זיין מיינונג. שטיל, אבער כאטש האט ער געזאגט. זי וויל הערן זיין מיינונג!!!!!!!!] די כח פון דיבור איז זייער שטארק, די כח פון שטארקייט איז זייער זייער שטארק!!!!! עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן נישט קיין בלאסן אנונג וואס שלום בית איז ,וואס זי דארף פון איר מאן, און ווער עס איז בעה"ב אינדערהיים, א פרוי דארף א שטארקע מאן , זי זיכט אויף וועמען מען קען זיך אנלאנען ,דאס געבט איר חיות, זי לעבט ממש אויף דעם, ווען זי האט א שטארקע מאן וועט זי ממש לעבן אויף דעם, עס וועט איר ציען און זי וועט הנאה האבן פון דעם אז ער פירט איר, און אפילו ווען זי פארפירט און בעט אים צו טון עפעס אדער זי הייסט אים גאר וואס צו טון, וויל זי באמת טיף אין הארצן אז ער זאל טון וואס ער פילט פאר ריכטיג, נישט זיין פארנומען נאר איר צו פאלגן, נאר טון וואס ער וויל באמת, זי זיכט א מאן וואס איז שטארק אוןן פארנומען מיטן טאג ,
ער ווייסט וואס ער וויל און איז פארנומען מיטן טאג א פארנומענע מאן געבט איר חיות,
אויך ער זאל האבן קאנפידענס און קיינמאל נישט מורא האבן פון איר ,
ער זאגט איר קיינמאל ליגנט אלס פחד אויס,
חזק ואמץ
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית. רויע תגובות ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

איך מוטשע זיך ארום וויאזוי איך זאל רופן דעם אשכול.
רויע תגובות... ????
א האלבע ארבעט... ???
אומגעפארטיגטע תגובות און מאמרים.????
עפעס אנדערש... ????
איך בין נישט אזוי גוט אין נעמען/קעפלעך, און זיכער נישט אין מארקעטינג...
דער עיקר וואס איך זוך איז א קעפל וואס זאגט אז דער אשכול איז פיל מיט האלבע ווערק, אבער עס זאל נישט זיין צו א שווערע נאמען. פארשטאנען?
עני איידיע, ביטע אריינקומען דא אדער אין אישי.
יישר כוחכם
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
יאסעלע פליטמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: שלום בית. רויע תגובות ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

קלארערהייט האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:34 am
איך מוטשע זיך ארום וויאזוי איך זאל רופן דעם אשכול.
רויע תגובות... ????
א האלבע ארבעט... ???
אומגעפארטיגטע תגובות און מאמרים.????
עפעס אנדערש... ????
איך בין נישט אזוי גוט אין נעמען/קעפלעך, און זיכער נישט אין מארקעטינג...
דער עיקר וואס איך זוך איז א קעפל וואס זאגט אז דער אשכול איז פיל מיט האלבע ווערק, אבער עס זאל נישט זיין צו א שווערע נאמען. פארשטאנען?
עני איידיע, ביטע אריינקומען דא אדער אין אישי.
יישר כוחכם
גראדע זעהט אויס גאנץ אינטערעסאנט,

עמממ... רוף עס, "אומגעצייטיגטע רעיונות"
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית. אומגעצייטיגטע רעיונות... רויע תגובות... גוטע מהלך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

בס"ד
א שמועס פון א יונגערמאן מיטן מדריך/מענטאר/טערעפיסט....

קליענט: מיין ווייב באשולדיגט מיך אויף יעדע זאך און נאכדעם ווערט זי באבלאזן אויף מיך.
מדריך/מענטאר: וויאזוי רעאגירסטו ווען זי באשולדיגט דיך?
ק: איך פארענטפער מיך.
מ: וואס זאגסטו איר?
ק: נישט קיין סאך, איך בין שטיל רוב צייט.
מ: ווילאנג נעמט אזא שמועס?
ק: אה, זי? זי קען רעדן פאר א שעה סטרעי"ט…
מ: דו האלסט אז זי איז גערעכט?
ק: נישט ממש, ממש נישט!
מ:פארוואס שווייגסטו?
ק: איך האב נישט קיין כח צו אירע געשרייען.
מ: דו האסט הנאה נאכדעם אז דו האסט געשוויגן?
ק: נישט ממש…
מ: עס וואלט בעסער געווען אויב דו ענטפערסט איר?
ק: אפשר…
מ: ענטפערן מיט א שטארקייט און שרייען אדער זאגן קלאר און פעסט וואס דו האלסט, וועלכע וואלסטו מער הנאה געהאט לאחר המעשה?
ק: איך מיין די צווייטע.
מ: דאן צוריק צום שאלה, פארוואס זאגסטו איר נישט דיין מיינונג?
ק: אזוי ווי איך האב געענטפערט, איך האב נישט קיין כח צו אירע געשרייען.
מ: אפילו דו האלסט אז דו וואלסט הנאה געהאט יא צו זאגן…
ק: יא…
מ: ווילסט אריינגיין אביסל טיפער אין די נושא, איבער וואס איז דיין אמת'ע גורם זיך צוריק צו האלטן פון ענטפערן פאר דיין ב"ב?
ק: אממממ…. וואס איז דא אריינצוגיין?
מ: איך קען אריינגיין? ביסט גרייט מיט צו ארבעטן?
ק: איך מיין אזוי…
מ: דיין שווייגן קומט פון ענוה אדער שוואכקייט?
ק: עס איז א חשובע זאך צו שווייגן, ניין?
מ: ענוה איז גאר חשוב! עס איז פון די גרעסטע מדריגות.
ק: שוין…
מ: אין חו"ה שער הכניעה אנפאנג פרק ב שרייבט ער אז א מענטש קען האבן ענוה ווי א בהמה וואס לאזט זיך.
דהיינו א מענטש וואס האט פשוט מורא פון אנדערע טוט ער עס נישט מחמת עניוות נאר מחמת פחד.
ק: ווי איז דער חובות הלבבות????
מ: [מישט אויף] דא… [הובא למטה]
ק: אממממ….. קען זיין…
מ: צוריק צו די שאלה, אפגעזען צו עס איז חשוב אדער נישט, לאמיר צונעמען דיין שווייגן פון ווי עס קומט.
ק: [אומבאקוועם] למאי נפקא מינה??
מ: דו מוזט נישט.
ק: [רואיגער…] אוקעי….
מ: איך פיל אז דו וועסט האבן א גרויסע תועלת ווען אונז וועלן זיך קלאר מאכן פון ווי דיין שוויגן קומט. האסט נישט וואס זיך צו שעמען, יעדע האט אזעלכע זאכן איינער מער איינער ווייניגער, איך קען דיך פארציילן מיין היסטאריע….
ק: אוקעי… מען קען אריינגיין…
מ: צום שאלה. דו האלסט אז עס איז באמת ריכטיג צו שווייגן?
ק: איך ווייס נישט, איך שווייג, און איך טראכט אלעמאל אז שווייגן איז א גוטע מידה.
מ: דיין ב"ב האט הנאה פון דיין שווייגן?
ק: איך האב איר קיינמאל נישט געפרעגט.
מ: זי זאגט אמאל עפעס?
ק: פון צייט צו צייט זאגט זי "פארוואס שווייגסטו, זאג עפעס"
מ: און?
ק: איך ענטפער נישט.
מ: מחמת ענוה?
ק: קען זיין…
מ: דו פילסט שטארק אין דיך ווען זי אטאקירט דיך?
ק: [שמייכל] נישט ממש…
מ: פילסט שוואך?
ק: אמממ…. איך מיין אזוי…
מ: אויב אליהו הנביא וואלט געקומען צו דיך בשעת'ן שמועס און אריינגעגאסן שטארקייט אין דיך, וואלסטו אויך געשוויגן?
ק: איך דארף טראכטן…
מ: אוקעי….
ק: [טראכט] ….. המשך יבוא בעז"ה

======
חובות הלבבות שער הכניעה פרק ב
אבל ביאור חלקי הכניעה הוא שהכניעה תחלק לשלשה חלקים.
אחד מהם כולל את האדם ורבים ממיני בעלי חיים שאינם מדברים והוא דלות הנפש וסבלה ההיזק אשר היתה יכולה לדחותו מפני סכלותה באופני דחייתו וזה יהיה מן הכסילים שבבני אדם ועמי הארץ מפני מיעוט ידיעתם וחלישת הכרתם את נפשותם וערכיהם וזה נקרא כניעה מדרך ההסכמה אבל על דרך האמת הוא דלות (ס״‎א דוות) הנפש ועורונה בסכלות הגובר עליה מראות מה שיש בו תקנתה
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
נגיד ומצווה
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 10:35 am

Re: שלום בית. אומגעצייטיגטע רעיונות... רויע תגובות... קלארע מהלך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד ומצווה »

אזאלעכע שיינע ביאורים,

סיי ווי איז דער אנוש קולט א זאך ווען ער הערט עס בהקפה....

איך וואלט עס גערופן שיינע הארות'לעך בשלום בית, בבחינת תן לחכם ו...
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית. אומגעצייטיגטע רעיונות... רויע תגובות... קלארע מהלך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

נגיד ומצווה האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 5:41 pm


אזאלעכע שיינע ביאורים,

סיי ווי איז דער אנוש קולט א זאך ווען ער הערט עס בהקפה....

איך וואלט עס גערופן שיינע הארות'לעך בשלום בית, בבחינת תן לחכם ו...

ריכטיג.
ייש"כ פאר די חיזוק.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית. אומגעצייטיגטע רעיונות... רויע תגובות... קלארע מהלך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

איך האב באקומען אזא מעסעדזש אין די אישי.

"קענסט שילדערן א פארקערטע פראבלעם (אפילו מער שכיח?)
אז מ'ענטפערט יא, און 1. די ויכוח ענדיגט זיך נישט.
2. זי טענה'ט אז ער פארדרייט א קאפ. "

העלפסטס ארויס...
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
יאסעלע פליטמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: שלום בית. אומגעצייטיגטע רעיונות... רויע תגובות... קלארע מהלך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

קלארערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:16 am
איך האב באקומען אזא מעסעדזש אין די אישי.

"קענסט שילדערן א פארקערטע פראבלעם (אפילו מער שכיח?)
אז מ'ענטפערט יא, און 1. די ויכוח ענדיגט זיך נישט.
2. זי טענה'ט אז ער פארדרייט א קאפ. "

העלפסטס ארויס...
יענץ וואלט געווען א טיפיקעל שלום בית issue, ווען מען טענה'ט זיך און ביידע רייסן זיך ביי די קעפ איבערצושרייען איינער די אנדערע, ניין?

אגב, די שמועס פונעם יונגערמאן מיטן מענטאר, שטימט נישט צופיל, ווייל ווען מען רעדט פון די צוויי פערסענעליטי'ס וואס די לייגסט אראפ; וואס האבן חתונה געהאט, וועט עס געווענליך נישט אנקומען ביז א מענטאר, ווייל די מצב קען זיך נישט דערקייקלען צי ווייט, כמאמר החכם "It takes two to fight"!

אלענפאלעס, שכויך פארן אשכול שרייבסט פיין! קיפאיטאפ!
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית. אומגעצייטיגטע רעיונות... רויע תגובות... קלארע מהלך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

יאסעלע פליטמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:34 am

אגב, די שמועס פונעם יונגערמאן מיטן מענטאר, שטימט נישט צופיל, ווייל ווען מען רעדט פון די צוויי פערסענעליטי'ס וואס די לייגסט אראפ; וואס האבן חתונה געהאט, וועט עס געווענליך נישט אנקומען ביז א מענטאר, ווייל די מצב קען זיך נישט דערקייקלען צי ווייט, כמאמר החכם "It takes two to fight"!
ייש"כ פארן חיזוק און דיין הארות.
דו שרייבסט, "ווייל די מצב קען זיך נישט דערקייקלען צי ווייט, כמאמר החכם "It takes two to fight"!
הלואי זאלסטו זיין גערעכט, די מציאות איז אבער אז ווען א פרוי זעט זיך מיט אזא מאן וואס איז צוריקגעצויגן מיט שוואכע פעסטקייט, פילט זי זיך זייער זייער פארלוירן.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שיינע געדאנקען אויף שלום בית מפנקס ישן... בלתי מוגה, כפילות וחסירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

נאך עפעס פון די ארכיוון

בס"ד

א פרוי וואס לעבט זיך גוט מיט איר מאן, איר מאן פארט אוועק אויף א ביזנעס טריפ וואס מען האט אים מחייב געווען, אין די טעג פאר די טריפ איז די פרוי געווען אין א גוטע גיסטע, זיך גוט געלעבט מיט אים און אים שיין איינגעפאקט, ווי ער רופט אהיים פונעם עירפארט האט ער געכאפט א גאנצע טוץ פון ווייטאג און בלאזעניש.
דער יונגערמאן שטייט און וואונדערט זיך, וואס גייט דא פאר, א שעה צוריק ביסטו געווען און אזא פיינע גיסטע, און יעצט????? מה פשעי ומה חטאתי? פארוואס קענסטו נישט רעדן שיין צו מיך? האב איך דיך עפעס שלעכט געטון?


תשובה:לאמיר שרייבן מיינע רעיונות,
איך האף אז עס וועט זיין א שטיקל הילף.

א. א פרוי איז תלוי אויפן מאן.
אזוי איז עס ביי יעדע פרוי.
אפילו אויב זי זאגט עס נישט אזוי ארויס, איז עס 100% אזוי!
איר מציאות איר אינערליכע מציאות, איז תלוי אויפן מאן. ווען ער איז שטארק אינעווייניג און ווייזט איר ארויס זיין געפיל פאר איר דאן קען זי אנגיין. זי דארף זיין פעסטקייט און אהבה.
פעסטקייט אליינס איז ביטער, אהבה אליינס פון א שוואכע מאן איז ווי א FAKE PAPER WALL, עס זעט אויס גוט אבער ווען מען לאנט זיך אן אויף דעם פאלט עס אראפ צוזאמען מיט דער וואס לאנט זיך אן!

ב. א פרוי ווען זי רעדט געבט זי ארויס פילינגס FEELINGS, נישט פאקטן און לאגיק.
ווען א מאן רעדט, רעדט ער פון לאגיק און פאקטן, ווען ער זאגט פאר זיין ב"ב "איך לאז דיך פארן" קומט דאס נאר נאכדעם וואס ער "פארשטייט" אזוי, פארשטיין מיינט, וואס עס מאכט סענס אין שכל, דאס איז "לאגיק", עס ארבעט אז מען נעמט די "פאקטן" און מיט דעם ארבעט מען אויס צו מ'זאל לאזן פארן אדער נישט. למשל, וויפיל גייט עס קאסטן, ווי שווער וועט עס זיין, וואס גייט מען פארדינען וכו'.
עס קומען אויך אריין געפילן און EMOTIONS אבער נישט אויפן זעלבן אופן ווי ביי די פרויען.
איינמאל זיי מאכן א דיסיזשען וועלן מענער בדרך כלל נישט צוריקציען, מחמת צוויי טעמים, איינס די פאקטן טוישן זיך נישט געווענליך,
צוויי, דאס אליינס אז ער האט געגעבן זיין הסכמה, פאר דעם אליינס טוישט מען נישט, עס איז נישט מענטשליך.
יעצט לאמיר אריבער גיין צו די עזרת נשים, וויאזוי טוט א פרוי מאכן אירע DECISIONS? פרויען ניצן אסאך מער געפילן און EMOTIONS ווען עס קומט צו מאכן אן החלטה,
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט ווייל איך בין נישט קיין פרוי, איך בין א מאן, דעריבער וועל איך קיינמאל נישט קענען עכט באגרייפן וויאזוי א פרוי טראכט.
אודאי ניצן זיי אויך זייער שכל, זיי טראכטן אריין מיט לאגיק, זיי קוקן אויך אויף די פאקטן, וכו'וכו',
אבער א גרויס חלק פון זייער DECISIONS זענען געבויט אויף פילינגס וויאזוי זיי פילן איבער די זאך, אויב פילן זיי גוט הרי טוב, אויב נישט דאן קענען זיי נישט מסכים זיין.
נאך מער, אפילו ווען זי זעט אז באמת איז ריכטיג דא אז מען זאל יא טון דער פעולה, ווי למשל מופן, קויפן, וכדו', מיט דעם אלעם, אויב איר פילינג איז נישט גוט איבער דעם, דאן וועט זי נישט קענען מסכים זיין.

און פילינגס קענען זיך סותר זיין מיט וואס מ'האט געפילט אפאר מינוט פריער.
עס קען אסאך מאל זיין זאכן וואס זענען זיך ממש סותר מיט עפעס וואס זי האט געזאגט א טאג צוריק, אדער 5 מינוט צוריק, עס איז 100% נארמאל ביי זיי צו זאגן זאכן און [כאילו] פאקטן לויט ווי אזוי זיי פילן יעצט אויפן מינוט!!!
סאו, וועגן דעם מאכט עס סענס, אז זי זאל יענעם טאג פון פארן און א טאג פאר דעם זיין זייער NICE און צו דער זאך, איינפאקן און זיך געזעגענען שיינערהייט,
אבער ערגעצוואו נאכן ארויספארן האט זי באקומען א ספק, אדער עפעס פון דער טריפ וואס שטערט איר איז ארויפגעקומען, דאן וועט זי טוישן איר TONE אין איין מינוט, נישט ווייל זי האט LOGICALLY טענות אויף דיך, בכלל נישט, זי האט יעצט FEELINGLY ווייטאג, און זי קומט זיך אויסרעדן "צו" דיך, זי קומט נישט יעצט האבן טענות "אויף" דיך.

ג. זי קומט צו לויפן צו איר מאן
אין א פאל וואס עס כאפט איר אן אזא ווינטל פון פילינגס, וואס זענען זיך סותר צו די מציאות פון די וועלט, אזעלכע רעיונות, קשיות און ספיקות וואס מאכן נישט קיין סענס קומט זי צו לויפן צו איר מאן, אז ער מיט זיין STABLE נאטור, און אוועקגעשטעלטע סאלידע שכל, זאל איר אויסהערן און העלפן זיך האלטן STABLE און בעלענס"ד.
וויאזוי? דורכדעם וואס ער ווערט "נישט" פארלוירן פון אירע צעקות וקולות, קשיות ותמיהות, ער האלט זיך רואיג, in the face of the …..fire , ער ווערט נישט איבערגענומען, נאר מיט זיין אינערליכע פעסטקייט, און זיין דרויסנדיגע ליבשאפט, הערט ער איר אויס רואיג און פעסט, ער לאזט איר רעדן, ער ווערט נישט פארלוירן, און נאכדעם וואס זי רעדט די פאר מינוט,
ענטפערט ער איר מיט א ליבליכן קול, [נישט אזא חתן בעיבי קול… , נאר סאליד מענעריש, אבער עס קומט ארויס א נארמאלע אהבה פון זיינע vocal cords….] אויף איר פראבלעם.
א דוגמא וואס ער וועט זאגן,
איך פארשטיי, יא, עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט, אפשר וואלט מען געקענט זוכן א אנדערע צייט טאקע, למעשה האט זיך דאס אויסגעשטעלט, דער באשעפער האט אזוי געמאכט עס וועט זיין גוט אי"ה, וכו' וכו', מיט א רואיגקייט און ליבשאפט הערט ער איר אויס, און העלפט איר זיך צו בארואיגן, דורכן ווייזן אז ער איז 100% סאליד און רואיג!!!, דאס איז וואס זי זיכט יעצט!
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שיינע געדאנקען אויף שלום בית, בלתי מוגה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

בס"ד
נאך א שטיקל פון די ארכיוון [4-5 יאר צוריק]
בקשה: נאך פאר די ליינסט געב א לייק, עס איז א לאנגע שטיקל.

שטארקייט אין שטוב, וואס איז דאס און וויאזוי.

בנוגע די פחד וואס מ'האט פון די ווייב
איז אזוי, יעדע פחד וואס א שוואכערע מענטש האט פון א שטערקערע מענטש, קומט עס פון דעם וואס ער האט מורא אז יענער גייט אים עפעס טון , אדער ער וועט זיך נישט קענען אקעגן שטעלן יענעם, במילא האט ער מורא און ער ציט זיך איין.

איז בנוגע די אייגענע ווייב,
לאמיר זיך אביסל אויסשמועסן , אפשר וועט עפעס אריוסקומען,
מ'דארף זיך איינ'חזר'ן " ווען איך זאג עפעס פאר מיין ווייב געשעט נישט גארנישט, אפילו אויב זי האט עס נישט ליב"
און אפילו אויב עס מאכט נישט קיין סענ"ס אין איר אויגן אדער עס מאכט באמת נישט קיין סענס מיט דעם אלעם מעג איך עס זאגן.

אויך איז וויכטיג צו זיך איינ'חזר'ן " איך בין דער אמת'ע בעה"ב אינדערהיים און נישט מיין ווייב"
זיי האבן טאקע א בינה יתירה אבער בעה"ב? דאס איז דער מאן און נאר דער מאן און זיי האבן נישט קיין שום חלק אין דעם, דאס איז דער אמת און דער מאן דארף זיך עס גוט איינ'חזר'ן פאר אים!!!
דהיינו אז ער זאל לעבן מיט דעם,
אבער נישט אז ער זאל זיין ביזי עס צו זאגן פאר זיין ווייב נאר ער זאל עס געדענקען אין זיין קאפ, און אי"ה ווען זי וועט זען אז דאס איז ביי אים א דבר פשוט וועט זי זיך אויך אזוי אנפאנגען צו פירן אזוי, זיי כאפן זייער שנעל אויף וואס דער מאן טראכט, כידוע…
דעריבער אויב וועט ער זיך אזוי אנקוקן איז צום האפן אז זי וועט אים אויך ארויפקוקן מיט דער צייט

יעצט לאמיר זען ווי ר' שרגא פללישמאנס מהלך קומט אריין אין דער ענין ?
וואס קענען זיינע געדאנקען אין יסודות ארויסהעלפן.

איז אזוי, דער זאך פארוואס ער וויל נישט זאגן זיינע געדאנקען/פאדערונגען פאר זיין ווייב איז ווייל ער האט מורא פון זיין יכולת דורכפאל
דאס הייסט אזוי ,
ווען איך וויל עפעס זאגן פאר מיין ווייב וועל איך טראכטן,
"וואס גייט ווייטער זיין? וועט זי מיך פאלגן? אפשר וועט זי זיך אויפרעגן אדער מיך אנשרייען , אפשר וועט זי בלאזן…. וכו' כו' "

יעצט לאמיר זען וויאזוי א שטארקע נאטור גייט צו צו זאגן עפעס פאר זיין ווייב אדער פאר עני מענטש,
ער טראכט נישט "וואס גייט יענער מענטש טראכטן?" אדער "וועט יענער מסכים זיין?, בקיצור ער טראכט גאר נישט פון יענעם , נאר דער עיקר וואס ער טראכט איז " איך וויל יענעם זאגן דאס און דאס און פארטיג"
אדער " איך וויל יענער זאל טון דאס און דאס און דעריבער גיי איך אים עס הייסן טון "
און ווי מער א מענטש טראכט נאר פון וואס ער וויל דא טון און ווי ווייניגער ער טראכט פון וואס דער אנדערע וועט ענטפערן אדער טראכטן, אלס מער וועט דער מענטש זיין א שטארקע כאראקטער
דהיינו ווען מ'זעט אין ביהמ"ד א שטארקע מענטש איז נישט פשט אז ער טראכט "וואס גייט יענער מענטש מיך ענטפערן" און ער איז זיך מתגבר אויף דער מחשבה אדער פחד,
ניין! בכלל נישט אזוי! נאר וואס?
ער טראכט בכלל נישט פון יענעם'ס צוריק-ענטפער !!!
פארשטייט זיך עס זענען דא חילוקים אויף ווי ווייט מ'טראכט נישט פונעם צווייטנס רעאקציע און לויט דעם וועט טאקע זיין חילוקים אין דער מאס שטארקייט פון מענטשן.

נאך א נקודה.
ווי מער א מענטש ווייזט ארויס שטארקייט אלס מער פאלגט מען אים און מ'שטעלט זיך נישט אקעגן.
פארוואס ?
ווייל פונקט ווי דיך האט יענער אויך מורא "wow, דער מענטש איז שטארק, וואס וועט דא געשען אויב איך פאלג נישט, עס לוינט זיך מיר צו פאלגן…"
איך ווייס נישט פונקטליך, אבער אזוי איז עס און מיט דעם דארף מען ארבעטן.

און יעצט צוריק צו אונזערע טייערע נשים צדקניות,
ווען מ'וויל עפעס פון די ווייב אדער מען וויל איר זאגן אז מ'וויל נישט א געוויסע זאך און שטוב , אדער יעדער אנדערע זאך וואס מ'וויל זאגן, איז כדי אז זי זאל עס הערן מיט א שטארקייט און קלארקייט, דארף דער מאן עס זאגן מיט א שטארקייט, און וויאזוי,
דורך דעם וואס ער טראכט נישט! פון וואס איר רעאקציע וועט זיין אדער וואס זי טראכט,
נאר וואס זאל ער יא טראכטן ?
ער זאל וויסן ביי זיך איך טו וואס איז ריכטיג איך בעט א נארמאלע זאך און דער טעם פארוואס איך בעט עס איז נישט נאר ווייל איך גיי אויספירן , נאר אפילו איך פיר נישט אויס האב איך יעצט געטון די ריכטיגע זאך מיט'ן בעטן אדער זאגן דער זאך.

הוספה: בעצם בין איך דא אריינגעפארן אין א נייע ענין [רובם שמעתי מר' שרגא] און דאס איז,
1.אז יעדער מענטש טוט יעדער פעולה פאר א סיבה,
2. און ער טוט עס פאר זיך,
3. און ער טוט עס ווייל ער האפט ארויסצובאקומען עפעס גוטס דערפון,
4. און ער טוט עס ווייל ער האט יעצט!!! הנאה דערפון, דהיינו א מענטש טוט נאר זאכן אויב ער איז יעצט צופרידן עס צו טון
עס איז א פארצווייגטע נושא ועוד חזון.

אויך איז וויכטיג ארויסצוברענגן דער שטארקייט פון רעדן , דהיינו ווי מען קען אלס אנקומען און וואס מ'קען אלס פועל'ן דורך רעדן. ועוד חזון בעז"ה.

הצלחה און א דאנק פארן לייק.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4533
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: שיינע געדאנקען אויף שלום בית, בלתי מוגה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

זייער א שיינע אשכול @קלארערהייט .
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
יאסעלע פליטמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: שיינע געדאנקען אויף שלום בית, בלתי מוגה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

איך זעה אז די ארבעטס'ט אויף זיך, די ווייסט שוין וויזוי צי בעטן לייקס מיט א שטארקייט!

לאל...
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”