נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע:ערגעץ ווי

Re: נייע ווערטער אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

איטשע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:42 am
כ׳וועל שרייבן א שמועס וואס כ׳האב אמאל געהאט מיט אימיצער וואס האט אונז אפירגעהאלטןף אז מיר שרייבן אביסעלע א העכערע יודיש, אין אונז ארטיקלען.

יענער, א מחנך, האט מיר פארגעהאלטן, היתכן איך מאך מינע ארטיקלען זווערע םאר די יוגנד צו ליינען, מיט נוצן א הויכן שפראף.

האב איך געענטפערט.
1. דאס איז א דבר מוסכם אז ווען מען שרייבט נוצט מען א העכערע שפראך ווי מען רעדט, מנהג העולם.
2. ווי אזוי ווילסטו אז די יוגנד זאל זיך אויסלערנען א שפראך אויב איז מען נישטט געצווינגען זיך צו לערנער די שפראך.
אונזערע יוגנט קומט היינט ארויס פון ישיבה, און זיין קענען ניטאמאל איין שפראך. יודיש בלויז א בעיסיק יודיש, ענגליש מסתמא דאס אויך נישט. ווי אזוי, דו אלס מחנך, ערווארטסטו אז קינדער זאל זיך קענען ארויסברענגען זייערע געפילן, מיט א מינמאלע שפראך? אימיצער וואס קען זיך נישט ארויסברענגען, ניטאמאל מיט זיין מויל, האט א גרויסן פראבלעם, און די פראבלעם ברענגט מיט זיך מיט רעזולטאטן, און די רעזולטאטן זענען נישט געוואונטשן. איך געדענק ווען כ׳האב געלינט אין מיין יוגנד מנחם מנדל׳ס ביכלעך, ווי איך האב געפרעגט מיין פאטער, וואס באדייט דאס ווארט ״גענעראציאן״, ס׳האט מיר עפעס געפעלט?
דאס וואס ס׳זיצן שרייבער און אנשטאטס צו נוצן יודיש, שרייבן זיי האלב ענגליש קומט פשוט פון פוילקייט. צו שרייבט אינוואטאציע אנשטאטס איינליידענונג, פעקאטרי אשנטאטס פאבריק, פעקעזעשעס אנשטאטס פעקליך, איז נישט מער ווי א פוילקייט, ס׳איז פונקט אזוי פארשטענדליך, ס׳איז א פארברעכן צו די יודישע שפראך.
דער פראבלעם הייבט זיך אן אז אין חדר לערנען די אינגלעך נישט קיין אידיש. דאס איז אן עוולה נוראה. א מינימום וואס די קינדער מעגן וויסן איז אידישע גראמאטיק. איך האב גראדע געהאט עטליכע מלמדים וואס זיי האבן אריינגעארבעט אין די קינדער מיט שפראך, איינער פלעגט יעדע וואך געבן היים ארבעט אויף איין אידישע ווארט וואס מיר נוצן נישט אז מען זאל ברענגען די באדייט דערפון, א צווייטער פלעגט דייקא רעדן אזא פארצייטישע אידישע כדי דער עולם זאל זיך בארייכערן ד שפראך. ער פלעגט עס נישט טון אפט, אבער אזוי פון צייט צו צייט אין אזא ווערטלדיגע שטימונג. א.א.וו.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”