דער הייליגער בית יוסף און זיינע ספרים (ע”פ הסדר)

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4172
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

דער הייליגער בית יוסף און זיינע ספרים (ע”פ הסדר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

אלעס האט זיך אנגעהויבן דא.
דא רעדט מען גאר אסאך פון די פערזענליכקייט פון הייליגן בית יוסף זיע”א, אבער גאר ווייניג איבער זיינע הייליגע ספרים הנפוצים בתפוצות ישראל.
פאר אסאך אידן וועט נישט שטיין דא קיינע חידושים, אבער פאר ווער יא, האף איך אז ער וועט הנאה האבן בעז”ה.

דא וועל איך מאכן א שטיקל סדר הדברים נאך אסאך בירורים איבער די צייט פון יעדע ספר, און די השתלשלות הענינים ווען דער בית יוסף האט געשריבן זיינע ספרים, און פארשטייט זיך בעיקר וועלן מיר רעדן איבער די ספר בה”א הידיעה שעל שמו יקרא ”דער הייליגער בית יוסף”.

קודם, דער בית יוסף איז געבוירן ה’רמ”ח און געלעבט 87 יאר ביז ה’של”ה.

ספר בית יוסף
די ספר איז געבויעט אויף די פסקים פון די דריי עמודי ההוראה, דער רי”ף, דער רמב"ם, און דער רא"ש. און ווען זיי זענען געווען מחולק האט ער אנגענומען ווי רוב, אויב איז נישט געווען א קלארע פסק פון איינע פון דעי דריי, האט ער צוגעלייגט די פאלגנדע: רמב”ן, רשב”א, מרדכי, ר”ן, סמ”ג, און לויט דעם האט ער געבויעט די פסק הלכה.
דערויף האט דער בית יוסף געשריבן די ספר ”בדק הבית”, וואס איז הערות אויף די בית יוסף.

די צייט פון שרייבן די ספר כסף משנה אויפן רמב"ם, בית יוסף, שו”ע.
עס איז הונדערט אכציג יאר נאכן פטירה פונעם הייליגן בעל טור, און דער בית יוסף שרייבט א הקדמה לספרו בית יוסף אויפן טור (אגב, ביי דעם ספר אויך, איז דאס די מערסט באוואוסטע פירוש אויפן טור) אז ער האט געוואלט מאכן א פירוש אויפן רמב”ם אבער ער האט צוריק געצויגן, וויבאלד דער רמב"ם איז נאר איין דעה, אבער דער טור ברענגט גאר אסאך דעות, ממילא וועט ער בויען זיין פירוש לויטן טור.
דאס שרייבן דעם ספר בית יוסף האט גענומען 33 יאר, פון ה’רפ”ב ביז ה’שט”ו.
און 3 יאר שפעטער נעמט דער הייליגער בית יוסף ווידער די מלאכת הכתיבה פון זיינע הייליגע ספרים און הייבט אן שרייבן דעם באוואוסטען ספר: ”שולחן ערוך”. די ספר וואס איז געווארן די מערסט אנגענומענסטע הלכה ספר ביי כלל ישראל במשך הדורות, פארמאגט אזויפיל ווי 25(!) הויפט פירושים, און נאך גאר אסאך ספרים און חיבורים במשך השנים.
יעצט, די ספר כסף משנה איז מסתמא געשריבן געווארן אינגאנצן נאכן ספר בית יוסף, כנ”ל.
איך האב געזעהן א מקור וואס שרייבט אז עס קען נישט זיין ווייל ער דערמאנט עטליכע מאל אינעם ספר בית יוסף דעם ספר כסף משנה, אבער יענער צייכנט נישט צו א מקור.
חוץ מזה האב איך נישט געטראפן א געהעריגע מקור, נאר עס מוז זיין אז די סדר (פון די הלכה ספרים הנ”ל) איז געווען: בית יוסף, שולחן ערוך, און דערנאך כסף משנה.
ווי אויך איז דא נאך עטליכע ספרים:
אבקת רוכל - שאלות ותשובות.
שו”ת בית יוסף - אין הלכות אבן העזר.
כללי הגמרא והתלמוד.
מגיד מישרים.

נ. ב. צו זעהן מער איבער די סדר הכתיבה פון ספרי הרמב"ם, עיין בספר יד מלאכי.

אז מען רעדט שוין פון דעם הייליגן צדיק איז מיר געווען אינטערסאנט 2 נקודות וואס כ’האב נישט געוואוסט איבער אים; איינס, אז דער בית יוסף האט געהאט א קינד יהודה ביי די 84 יאר אלט! צוויי, אז ער איז געווען א מחותן מיטן הייליגן אר”י.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל. אמן.
לעצט פארראכטן דורך אונטערגעשריבענערהייט אום פרייטאג מאי 24, 2024 12:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: דער הייליגער בית יוסף און זיינע ספרים (ע”פ הסדר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ישר כח גדול.

סנישט פשוט וואס סהאט זיך אפגעטוען אין יענע דור אין די הייליגע שטאט צפת, די מוח קען פשוט פרירן ווען מטראכט ווער סהאט זיך אלטס דארט געדרייעט אין יענע צייט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35939
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: דער הייליגער בית יוסף און זיינע ספרים (ע”פ הסדר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'געווען א מאמר אויף דעם אין איינע פון די עץ חיים'ס, יענער שרייבט אז ס'דא כסף משנה'ס געשריבן נאכן "בית יוסף" און ס'פונקט אזוי דא פארקערט.

מיט מראי מקומות
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אברהם העיברי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע:מעבר הנהר

Re: דער הייליגער בית יוסף און זיינע ספרים (ע”פ הסדר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם העיברי »

farshlufen האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 8:33 am
ס'געווען א מאמר אויף דעם אין איינע פון די עץ חיים'ס, יענער שרייבט אז ס'דא כסף משנה'ס געשריבן נאכן "בית יוסף" און ס'פונקט אזוי דא פארקערט.

מיט מראי מקומות
הבית יוסף מזכיר המון פעמים שבפירושו על הרמב״ם האריך יותר בבירור שיטת הרמב״ם. ראה לדוגמה סימן שיח סעיף יב. אבל זה אחד מני אלף.

ככל הנראה אין מוקדם ומאוחר בזה.
אוועטאר
תפארת ירושלים
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 7:39 am

Re: דער הייליגער בית יוסף און זיינע ספרים (ע”פ הסדר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תפארת ירושלים »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 2:32 am
דערויף האט דער בית יוסף געשריבן די ספר ”בדק הבית”, וואס איז הערות אויף די שולחן ערוך.
דערויף האט דער בית יוסף געשריבן די ספר ”בדק הבית”, וואס איז הערות אויף די בית יוסף?!
https://forum.otzar.org/download/file.php?id=99201
על שנאת חינם חרבה ירושלים
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2643
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: דער הייליגער בית יוסף און זיינע ספרים (ע”פ הסדר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

ספר מגיד מישרים
מה שקיבל מפי המלאך המגיד

(ויש מפקפקים)


דער בית יוסף האט נישט געהאט דעם בעל המאור ומלחמות, נאר וואס אנדערע האבן מעתיק גווען בשמם
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: דער הייליגער בית יוסף און זיינע ספרים (ע”פ הסדר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

אביונה האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 9:48 am
ספר מגיד מישרים
מה שקיבל מפי המלאך המגיד

(ויש מפוקפקים המפקפקים)
כצ"ל לענ"ד
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: דער הייליגער בית יוסף און זיינע ספרים (ע”פ הסדר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

יישר כוח. און ער האט געהאט א גאר שווער לעבן, געווען פון די מגורשי ספרד אלס קליין קינד! געוואנדערט און געוואגלט, אסאך צג"ב, און דאך און דאך!
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4172
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: דער הייליגער בית יוסף און זיינע ספרים (ע”פ הסדר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

יישר כח פאר אלע הערות סיי דא און סיי אין אישי, בעיקר וויל איך זיך באדאנקן פאר @להודות וואס האט מיר מאי”ר געווען על כל פרט, עס זאל זיין שענער און מער אקוראט.
און @יאנאש פאר זיין האר”ה.
און איך וויל זיך אנטשולדיגן על סדר ודיוקן של דברים, ווייל ס’געשריבן געווארן אביסל געכאפט.
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

Re: דער הייליגער בית יוסף און זיינע ספרים (ע”פ הסדר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

farshlufen האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 8:33 am
ס'געווען א מאמר אויף דעם אין איינע פון די עץ חיים

חלק ל"ד

חיבוריו של הב׳׳י (1).pdf
(380.77 KiB) געווארן דאונלאודעד 17 מאל
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4172
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: דער הייליגער בית יוסף און זיינע ספרים (ע”פ הסדר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

ישראל אברהם האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:00 am
farshlufen האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 8:33 am
ס'געווען א מאמר אויף דעם אין איינע פון די עץ חיים

חלק ל"ד


חיבוריו של הב׳׳י (1).pdf
כ’האב עס געזעהן בשעת’ן שרייבן, נישט געוואוסט אז עס איז פון עץ חיים. יישר כח פאר די אינפארמאציע.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”