דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3709
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

איך האב נאכנישט געזען וואו מען רעדט דערוועגן, אלזא גיי איך פתיחה.

דעהו איז א מאסיווע דורכברוך אין די ביזנעס וועלט. מיטן זיך אויפסיינען, באקומט איר אן אימעיל טעגליך מיט די גאר וויכטיגע הלכות וועלכע זענען נוגע בעיקר פאר די וועלכע דארפן האנדלען מיט נשים.

די הלכות זענען גאר לייכט צו פארשטיין מיט פראקטישע ביישפילן, אין א לייכטע שפראך [דא צו באקומען אין אידיש און ענגליש, און בקרוב וועט עס זיין אויך אין לשה"ק] קורץ צו די פוינט!

סיינט אייך אויף www.doeihu.org

"דעהו" פראיעקט: א נענטערע בליק איבער די ברייט פארצווייגטער "דעהו" פראיעקט, וואס שיקט ארויס טויזענטער אימעילס איבער וויכטיגע הלכות וואס זענען נוגע אין אפיסעס
https://www.yiddish24.com/interviews/38/37933




דיסקלעימער, איך האב גארנישט מיט דעם פראיעקט. איך בין פשוט איינע פון די איבער אכט טויזנט וואס זענען נהנה דערפון
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

גאר גוט און פיין, אבער צו קורץ! (נעמטס עס אלס קאמפלימענט)
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

איך קען די עסקנים אונטער דעהו, און ווי לעגאו מענטשעלע זאגט האט ער טאקע גארנישט מיט די מערכת. זיי האבן נישט געוואוסט פון דעם תגובה.
און אז כ׳האב שוין די מייק; ס׳איז לא יאומן כי יסופר וואס דעהו טוט אלץ אויף.
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

The content of these emails was written and reviewed by Talmidei Chachomim and renowned Dayanim, and is under the guidance of the renowned Posek Harav Yechiel Mechil Steinmetz Shlit'a, Dayan of Kehillas Skvere BP and author of Shu't Meishiv Nevonim.
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
הר ההר
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

מישן היבש אויס צווישען הלכה, חומרא, מנהג, סתם א שיינער ענין.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

באנאנא האט געשריבן:
גאר גוט און פיין, אבער צו קורץ! (נעמטס עס אלס קאמפלימענט)
גא"מ
און טאקע וועגן דעם איז עס פון די ערשטע זאכן וואס איך ליין ביים עפענען דעם קאמפיוטער כמעט יעדן טאג...
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2377
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

איז שייך זיך אויף צו סיי ען דורך אימעיל אדער מ'מוז דורך די סייט?
זייטיגע נאטיץ
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש


איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8957
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

חיים שטיין האט געשריבן:
איז שייך זיך אויף צו סיי ען דורך אימעיל אדער מ'מוז דורך די סייט?
[email protected]
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6435
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

יאפ, גאר וויכטיגע הלכות דארט, נוגע פאר כל מי שעסקו עם הנשים!

און אויך פאר יעדעם בעיסיקלי...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

אויב איך סיין מיר יעצט אויף, וויאזוי קען איך באקומען אלע הלכות פון ביז אהער?
הייבן זיי כסדר אן פון אנפאנג?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6435
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שטויביג האט געשריבן:
אויב איך סיין מיר יעצט אויף, וויאזוי קען איך באקומען אלע הלכות פון ביז אהער?
הייבן זיי כסדר אן פון אנפאנג?
יא, די מחזור גייט כסדר איבער (אויב כ'געדענק גוט קען מען זען די פריערדיגע אימעילס אויפן וועבזייטל).
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2377
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

ניס קראכער האט געשריבן:
חיים שטיין האט געשריבן:
איז שייך זיך אויף צו סיי ען דורך אימעיל אדער מ'מוז דורך די סייט?
[email protected]
יישר כח.
זייטיגע נאטיץ
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש


איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
שקל הטהור
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 4:01 pm

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקל הטהור »

סאטמאר מאנסי טעגליכע אימעל
856.JPG
856.JPG (78.3 KiB) געזען 3753 מאל
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2377
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

שקל הטהור האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 10:55 pm
בילד
ווי לאנג זענען די שיעורים?
ווער זאגט די שיעורים?
(איך זעה פאפלאנאש שטייט דארט, אבער מיינט נישט גארנישט ביי מיר, מ'האט סתם געלייגט זיין נאמען פאר מארקעטינג)
זייטיגע נאטיץ
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש


איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע:כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

הר ההר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 7:48 pm
מישן היבש אויס צווישען הלכה, חומרא, מנהג, סתם א שיינער ענין.
שטותים (אנטשולדיגט פאר דעם נישט שיינעם אויסדרוק)
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע:כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

איך ארבעט נישט מיט פרויען, און עס דערלייכט זייער אסאך אינעם טאג טעגליכן לעבן.

איינער האט געוואוסט אז דאס נישט דורכגיין צווישן צוויי פרויען, איז א געהעריגע הלכה, מיט אוועקגעשטעלטע פרטים און דינים?
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1748
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

שקל הטהור האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 10:55 pm
סאטמאר מאנסי טעגליכע אימעל
856.JPG
ווי קען מען זיך אויפסיינען אויף די נקודה ליום אימעיל'ס?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
שקל הטהור
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 4:01 pm

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקל הטהור »

אני-הק' האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:58 pm
שקל הטהור האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 10:55 pm
סאטמאר מאנסי טעגליכע אימעל
856.JPG
ווי קען מען זיך אויפסיינען אויף די נקודה ליום אימעיל'ס?
https://gmail.us21.list-manage.com/subs ... 29e687293e
שקל הטהור
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 4:01 pm

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקל הטהור »

טעגליכע חיזוק בליצן פון נקודה ליום דורך מפעל פועל צדק שע"י התאחדות אברכים סאטמאר מאנסי גייט גלאָבאַל מיט פרישע טויזנטער צוהערער
אויסער די שווערע הונדערטער בעלי מסחר וועלכע הייבן אן זייער טאָג מיט'ן פרישע "נקודה ליום" וועלכע קומט אָן אויף אימעל, גייען שוין די שיעורים אַרויף טעגליך אויף "מערכת סאַטמאַר"
718.831.7000
ספּעציעלע פועל צדק אָפּטיילונג
1-1-0
856.JPG
856.JPG (90.6 KiB) געזען 3496 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א חידוש אין דער ערליכער ביזנעס-וועלט:
א מכון וואס וועט העלפן בעלי-בתים און ארבעטער פארזיכערן אז זייערע אפיסעס ווערן געפירט מיט אפגעהיטנקייט כהלכה.

רבנים מומחים וועלן אראפקומען אויף אייער פארלאנג צום ארבעטס-פלאץ איבערצוגיין און אוועקשטעלן די הלכות פון יחוד און התרחקות בין אנשים ונשים לויט דעם ספעציפישן אפיס-אויסשטעל.
און באקומט א תעודת אחריות למקום עבודה!


צו באשטעלן אייער אפיס אפשאצונג און פאר מער פרטים - שיקט אן אימעיל/רופט:
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (288.91 KiB) געזען 3209 מאל
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

נייע עד
אטעטשמענטס
IMG_1743.jpeg
IMG_1743.jpeg (386.24 KiB) געזען 2998 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הרה”ג ר' משה יוסף שטויבער שליט”א - דומ"ץ בקרית יואל האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה, וואס ברענגט ארויס ווי פשוט'ע בעלי בתים זענען גרייט צו פאלגן וואס די הלכה הייסט אפגעזען ווי שווער ס'קומט אן:

געווען איז דאס א צייט צוריק איין פארמיטאג, ווען א יונגערמאן רופט מיך אן מיט א שאלה. ער דערציילט מיר אז ער פארמאגט א קליידער געשעפט, וואס רוב פון די קאסטומערס זענען פרויען, און ער פארמאגט אן ארבעטארין וואס שטייט דארט צו סערווירן די וואס קומען איינקויפן.

האט זיך געמאכט היינט אז די ארבעטארין קען נישט אריינקומען פאר 1:00 מיטאג, און ער האט נישט קיין צווייטע וואס זאל זיין אויף איר פלאץ. וויל ער וויסן צי ער מעג שטיין אין געשעפט אנשטאט איר.

איך האב אים געפרעגט וואס זיין שאלה איז, וויבאלד מעיקר הדין איז דא א חילוק צווישן ראיה בעלמא און הסתכלות. דער יונגערמאן האט פארשטאנען, אבער ער איז געווען אויפריכטיג אז ער קען זיך, און ער ווייסט קלאר אז דאס שטיין אין געשעפט וועט אים ברענגען צו הסתכלות און הרהורים. האב איך אים געזאגט אז אויב אזוי איז אסור פאר אים צו שטיין דארט. איי, ס'וועט אים זיין א געלט שאדן?

אויף דעם האב איך אים געברענגט וואס דער רמ”א פסק'נט (או”ח תרנ”ו), אז אויף א מצות לא תעשה איז א מענטש מחויב אוועקצוגעבן זיין גאנץ פארמעגן. פרעגט מיך דער יונגערמאן, “וואס זאל איך טון אז איך האב נישט א צווייטע וואס זאל סערווירן די קונדן?” האב איך אים געזאגט אז ס'איז זיכער א שווערע זאך, אבער דאך קען מען עס נישט מתיר זיין לפי וואס ער זאגט. ער זאל אויפהענגען א צעטל אויף דער טיר דאס געשעפט וועט זיך היינט עפענען איינס אזייגער, מיט אנטשולדיגונג.

מיט דעם האט זיך אונזער שמועס געענדיגט, און איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן. איך האב נישט געהאט קיין אנונג אפילו ווער דער יונגערמאן איז, און איך האב נישט געוואוסט וואס ער האט געטון למעשה.

צומארגנס נאך מיין טעגליכן שיעור, קומט צו מיר צו א יונגערמאן, און ער זאגט מיר אז ער איז געווען דער וואס מיך נעכטן געקלונגען בנוגע שטיין אינעם קליידער געשעפט.

און יעצט,”זאגט ער ווייטער“, מוז איך דערציילן דעם אויספיר פון דער מעשה:

“נאכ'ן הערן דעם פסק הלכה אז איך דארף האלטן דאס געשעפט פארמאכט ביז ,1:00 האב איך מחליט געווען אז דאס איז וואס איך גיי טון. ס'איז טאקע נישט גרינג, וויבאלד רוב פרויען קומען איינקויפן אין די פארמיטאג שעה'ן, איידער די קינדער קומען אהיים פון חדר/סקול, און דאס זיין געשפארט פארמיטאג מיינט א באדייטנדער געלט שאדן. אבער צו וואס דארף א איד געלט אויב נישט צו מקיים זיין מצוות און טון דעם רצון ה'? אויב דאס איז וואס די תורה הייסט מיר יעצט, וועל איך דאס טון אן קיין צעגערנישן. איך האב אויפגעהאנגען א צעטל אינדרויסן פון געשעפט אז מיר וועלן היינט אויפמאכן איינס אזייגער, און מיר בעטן אנטשולדיגונג.
מראה המקום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2024 3:30 pm

Re: דעהו - טעגליכע אימעיל הלכה יומית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראה המקום »

הגות תבונות האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:31 pm
איך ארבעט נישט מיט פרויען, און עס דערלייכט זייער אסאך אינעם טאג טעגליכן לעבן.

איינער האט געוואוסט אז דאס נישט דורכגיין צווישן צוויי פרויען, איז א געהעריגע הלכה, מיט אוועקגעשטעלטע פרטים און דינים?
גראדע אין שולחן ערוך ווערט עס נישט געברענגט, אבער די שולחן ערוך הרב ברענגט עס להלכה אין הלכות שמירת הגוף והנפש
מכון 'מראה המקום'
מראי מקומות ומקורות פאר ספרים, מאמרים, וכדומה. [email protected]
מיר האבן בעזהשי"ת א סאך יארן עקספיריענס
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”