קומי עורי ארג.
איך זוך מער אינפארמאציע
איינער וואס איז שוין געפארען מיט זיי קיין שווייץ
איינער וואס איז שוין געפארען מיט זיי קיין שווייץ
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
פאראינטערסירט האט געשריבן: דיסקלעימער! די פרטים וואָס כ'שרייב זענען נישט פונקטליך זינט איך האָב עס נאָר מיטגעהאלטן ביי מיין'ס א חבר.
קומי עוֹרי - עוֹר חדש (נישט אוֹרי אזוי ווי אין לכה דודי, נאָר עוֹרי ע"ש די עוֹר=הויט=סקין) איז אן ארגאניזאציע געגרינדעט לשם מצוה דורך א איד בורנשטין פון לאנדאן וואס זיינס א קינד האט געהאט שרעקליכע עקזימע און אַסטמא, ער האָט פרובירט אלע רפואות און נאַטוּרליכע זאַכן אבער עס האט נישט צופיל געהאלפן,
ביז ער האָט פרובירט דאַוואָס שווייץ און דאָס האָט זייער שטארק געהאָלפן פאַר זיין קינד, דאָס איז צוליב די ספעציעלע קוואַליטעט פון לויטערע לוּפט אין דאַוואָס, (אין אנדערע פלעצער אין שווייץ איז די לוּפט נישט אזוי גוט ווי דאַוואָס),
די פעולות פון קומי עוֹרי זענען אזוי:
זײ פאַרמאָגן א שטיקל בילדינג אויפן באַרג, זיי שטעלן דארטן צו, מיטה, כסא, שלחן, ומנורה, ביהמ"ד, מקוה, מנינים, עסן, דאקטוירים, ועוד, פאַר גאָר א ביליגן פרייז, (אויב כ'געדענק גוּט איז עס געווען פאַראיאָר $700!! - די יאָר ווייסעך נישט די פרייז) פאַר פיר וואכן אינקלודעט עסן שלאפן און אקטיוויטעטן,
נ.ב. פאַר אן אמעריקאנער איז נישט אזוי צוגעפאַסט די גאנצע ווערטשאפט מיט די שטובער ביה"כ און לאָנטש רוּם, עס איז מער איזרעלי סטייל.... גראַדע געהערט אז דאָס יאָר האט ער עס געמאכט מער צוגענגליך פאַר אמעריקאנער,
זיי שטעלן צו אקטיוויטעטן פאַר די קינדער און עלטערן,
זיי האָבן אויך ספעציאליסטן פאַר עקזימע און אנדערע הויט פראבלעמען אויפן פּלאַץ, די ספעציאליסטן שמירן יעדן טאג געוויסע קריעם'ס אויף די הויט,
דאס שמירן און בעיקר די לוּפט אין דאַוואָס העלפט שטאַרק ארויס מיט אויסהיילן אדער כאָטש גרינגער מאַכן די פראבלעמען,
עקספיריענס:
מיין א חבר'ס קינד האט שטארקע עקזימע און אַסטמא,
ער איז געווען אין דאַוואָס שווייץ אויף פיר-פינף וואָכן, ווען דאס קינד איז אהיים געקומען איז עס געווען ממש אויסגעהיילט! נישט צום דערקענען, עס האָט אנגעהאלטן פאר א דרייפערטל יאר, נאך א דרייפערטל יאָר זענען די עקזימע אויסשלאגן אביסל צוריק געקומען, אבער אפי' צוריקגעקומענערהייט איז עס געווען אסאך אסאך בעסער ווי פאַרדעם,
-מענטשן זאָגן אז נאכן גיין עטליכע מאָל דאָרטן גייט עס אינגאנצען אוועק,-
נ.ב מיין חבר איז נישט איינגעשטאנען אינעם קומי עוֹרי בילדינג/האָטעל, נאר ער האט געדינגען א הויז אין די געגנט, אבער הנאה געהאַט פון די סערוויסעס פון קומי עוֹרי, (ביהמ״ד, ספעציאליסטן, אקטיוויטעטן, וכו')
יא איך האט געשריבן: איך וויל דא קלאר מאכען עס איז דא א איד אין לאנדאן א גרויסע גביר צו אים באלאנגט דאס פלאץ אין ער געט דאס אוועק לשם מצוה פאר אידען מיט דעם פראבלעם פאר גאר ביליג
קומי עוֹרי דינגט דאס פין אים פאר צוויי חדשים תמוז אין אב אבער מען קען גיין דארט א גאנץ יאר אן קומי עוֹרי אין עס איז דא געהעריג מנין מען קען גיין פאר תמוז אין מען קען גיין נאך אב
למשל היי יאר גייען זיין דארטן א מנין ראש השנה יום כיפור אין סוכות
יעצט עס איז דא מעלות לכאן ולכאן
אן קומי עוֹרי איז עס אסאך ביליגער אבער דארפסט מיט ברענגען עסען אבער עס איז נישט געפערליך מען קען קויפן דארטן אויכט
מיט קומי עוֹרי אביסעל טייערער יעצט די עסן חלק עס איז אן ארגענזעשען וואס מיטשעט זיך מיט געלט זיי לאזען אסאך מאל איבער פלייש אין פריזער פין איין יאר צום צווייטען איך ווייס
נישט צו איך וואלט עס געגעסן
נאכדעם זיי פירען א שטערענגע מצב די קענסט נישט טוען וואס די ווילסט עס איז דא א צייט ביז ווען מען עסט ביינאכט פין א געוויסע צייט טאר מען זיך מער נישט דרייען אינטון בקיצור
ביסט צוריק אין ישיבה
יעצט פארוואס מען זאל גיין מיט זיי איז די אייינציגסטע סיבה וויל זיי פארשטייען זייער גוט צו דעם אין זיי טוען פארשידענע זאכען דאס צוהיילען אבער די עכטע סיבה פארן אהינגיין איז די ליפט וואס דאס היילט אין יעדער זאל באשליסען וואס ער וויל