קלוגער האט געשריבן:
אינטרעסאנטע זאך, א יוד האט מיר פארציילט, אז ער האט געלערענט אין קאשוי בערך תש"ל, ביי'ן קאשוי רב זצ"ל, און מ'האט געמאכט א גרויסע הדלקה ל"ג בעומר דארטען אין שטעטעל, דעמאלט האט נאך מן הסתמא קיינער אין אמעריקע נישט געוויסט פון קיין הדלקה
איינער פון די תלמידים האט מיר דערציילט, אז די סיבה איז געווען וויבאלד עס איז געקומען לערנען עטליכע בחורים פון א"י, און זיי האבן געבעטן אז מען זאל זיי לאזן מאכן א הדלקה.
לכאורה האט געשריבן: פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
קלוגער האט געשריבן:
אינטרעסאנטע זאך, א יוד האט מיר פארציילט, אז ער האט געלערענט אין קאשוי בערך תש"ל, ביי'ן קאשוי רב זצ"ל, און מ'האט געמאכט א גרויסע הדלקה ל"ג בעומר דארטען אין שטעטעל, דעמאלט האט נאך מן הסתמא קיינער אין אמעריקע נישט געוויסט פון קיין הדלקה
איינער פון די תלמידים האט מיר דערציילט, אז די סיבה איז געווען וויבאלד עס איז געקומען לערנען עטליכע בחורים פון א"י, און זיי האבן געבעטן אז מען זאל זיי לאזן מאכן א הדלקה.
על פי ירושה באלאנגט דאס פאר סאדיגורא רבי, דער כנסת מרדכי האט נישט געוואלט זיין באנאכט אין מירון וכן נהג אחריו בנו האדמו"ר זצ"ל, ווען דער יעצטיגע סאדיגורא רבי זאל זיך ווען שטעלן אויף דעם קען ער דאס צוריק באקומען, עכ"פ מיט זיך אויס גלייכען איין יאר ער און איין יאר ער, וכן הלוך ושוב. לבי אומר לי אז דאס גייט נאך אמאל געשעהן אויב דער רבי (אדער א הייסע חסיד) זאל זיך בארעכען אז אזוי דארף זיין.

ווייט פישהאט געשריבן:↑זונטאג מאי 02, 2021 12:25 pm
נחום וואהלינער האט געשריבן:
די טיש אין סקווירא כהיום איז לכאורה קרעדיט פון אדמו"ר מראחמיסטריוקא שליט"א. די ערשטע ל"ג בעומר נאך זיין חתונה [קוים צוויי חדשים] האט ער זיך שטארק געבענקט צו ארץ הקודש אין אתרא קדישא מירון ווי ער איז גיווען צוגעוואוינט אלץ ירושלימער בחור, ס'דא א בריוו מלא געגועים וואס ער שרייבט צום טאטן זצ"ל ווי ער פראבירט זיך מצייר זיין ווי מ'האלט כדאי צו מיטהאלטן מריחוק מקום.
כשהיה בביהמ"ד לפני שחרית אחוז שרעפים בחושבו על ירושלים ומירון נכנס איזה אדם לביהמ"ד ושאלו וואס זענען די ליכט דא? האט זיך די רבי צושריגן מיט ווייטאג "קראקא רב'ס יארצייט!" הכוונה על הרמ"א שיו"ד דיליה חל ג"כ היום, ס'האט איהם אזוי שטארק געבאדערט שאינם יודעים כלל מל"ג בעומר...
כעבור כמה שנים והרבי התחיל לנהל עדת קדשו בב"פ [היה מראשונים שערך ל"ג בעומר טיש בב"פ] ביקשו ממנו שיעשה הדלקה אמר אז ס'אז א ארץ ישראל'דיגע זאך ואינו שייך לכאן... כשהפצירוהו אמר שאינו רוצה לעשות נייע זאכן וואס קיינער טוט נישט... למעשה כהיום איז ער פון די איינציגסטע וואס מאכן נישט.
ואמרתם כה לחי האט זיך אנגעהויבן ביי ר' דוד'ל סקווירא'ער זי"ע
ואמרתם כה ליי פונעם בן איש חי האט ר' דוד'ל געזינגן? ס'איז מעגליך אבער זייער נישט מסתבר. ער איז געווען בן דורו
די טיש אין סקווירא כהיום איז לכאורה קרעדיט פון אדמו"ר מראחמיסטריוקא שליט"א. די ערשטע ל"ג בעומר נאך זיין חתונה [קוים צוויי חדשים] האט ער זיך שטארק געבענקט צו ארץ הקודש אין אתרא קדישא מירון ווי ער איז גיווען צוגעוואוינט אלץ ירושלימער בחור, ס'דא א בריוו מלא געגועים וואס ער שרייבט צום טאטן זצ"ל ווי ער פראבירט זיך מצייר זיין ווי מ'האלט כדאי צו מיטהאלטן מריחוק מקום.
כשהיה בביהמ"ד לפני שחרית אחוז שרעפים בחושבו על ירושלים ומירון נכנס איזה אדם לביהמ"ד ושאלו וואס זענען די ליכט דא? האט זיך די רבי צושריגן מיט ווייטאג "קראקא רב'ס יארצייט!" הכוונה על הרמ"א שיו"ד דיליה חל ג"כ היום, ס'האט איהם אזוי שטארק געבאדערט שאינם יודעים כלל מל"ג בעומר...
כעבור כמה שנים והרבי התחיל לנהל עדת קדשו בב"פ [היה מראשונים שערך ל"ג בעומר טיש בב"פ] ביקשו ממנו שיעשה הדלקה אמר אז ס'אז א ארץ ישראל'דיגע זאך ואינו שייך לכאן... כשהפצירוהו אמר שאינו רוצה לעשות נייע זאכן וואס קיינער טוט נישט... למעשה כהיום איז ער פון די איינציגסטע וואס מאכן נישט.
פון די רבי'ס וואס האבן געפירט טיש שבת און געוואינט דעמאלטס אין בארא פארק, ווער האט נישט געפירט טיש לג בעומר? סטוטשין, בלאזוב, באבוב, מונקאטש?
באתי רק להעיר בקצרה על מה שמבואר שמה באריכות. האדמו"ר מתולדות אהרן זי"ע כן נהג לבוא ל"ג בעומר למירון, וכן נהג להדליק הדלקה על גג הציון, ושנה ראשונה לפטירתו, היה קצת בלגאן בין הבנים הקדושים מי ממשיך עם ההדלקה על גג הציון, אז בבקשה רק לכתוב דברים אמיתיים.
רוב וואס דו שרייבסט איז שטותים. די איבריגע בין איך מסופק...
איך בין דארט געווען נ"ז, די ערשטע יאר נאכ'ן פטירה, און איך בין געווען אויפן דאך קוקן וואס וועט זיך דארט אויסקאכן ווייל מ'האט שוין געשמועסט פון פארדעם אז ס'וועט מעגליך קומען צו אמפערייען לגבי ווער ס'וועט איבערנעמען די חזקה פון די דאך. למעשה זענען דארט געווען עטליכע אינגעלייט פון תוא"י און, כאילו, רעזערווירט די דאך און תולדות אהרן איז בכלל נישט אהינגעגאנגען נאר גלייך געגאנגען אינטער די מערה אויף א ליידיגע זאמד'יגע שטח און דארט אפגעראכטן די ריקודין. איך מיין אז זיי האבן געמאכט א פייער אבער איך קען נישט זאגן אויף זיכער.
1) אין תולדות אהרן איז קיינמאל נישט געווען קיינע הדלקות אין מירון. עס איז א נייע דערהער.
2) גראדע דער דערהער פון הדלקות אין מירון איז אויך א "נייע" זאך פון 500 יאר צוריק בערך.
3) אין די ערשטע 1200 יאר וואס רבי שמעון איז נטמן געווארן איז נישט באקאנט דער מנהג. נאך 200 יאר צוריק שרייבט דער חתם סופר גאנץ שארף קעגן דעם מנהג קדוש.
לידיעה בעלמא די צושפרייטונג פון הדלקות ווי אזוי דאס איז געגאנגען
די גאנצע זאך ווי א הדלקה אין מירון האט אנגעהויבן דער אר"י הקדוש, אבער בימיו איז די הדלקה נאר געווען אין מירון ביים ציון און אזוי איז עס אנגעגאנגען ביז פאר 100 יאר צוריק לערך ווען נאר בלויז אין מירון איז געווען א הדלקה.
נאכדעם וואס די פרייע האבן אנגעהויבן צו איבער נעמען מירון ווען די חובבי ציון זענען געווען די רוב, האבן אסאך אידן נישט געוואלט קומען אויף מירון און נאכמער איז עס געווען נאך די באוויסטע צוזאם פאל פון דעם דאך ביומא דהילולא תרע"א, ווען אסאך פרומע אידן זענען מער נישט געקומען אויף מירון האט מען אנגעהויבן צו צינדן א הדלקה ביים ציון פון שמעון הצדיק אין ירושלים, ביז תש"ח ווען דער ציון איז אריין אונטער די ירדנער רעגירונג און דענסמאל האט זיך שטארק צושפרייט די מושג פון צינדן הדלקות אין א"י לאורכה ולרחבה.
אין די יארן פון תש"ח ביז תשס"ב זענען זייער ווייניג היימישע אידן געפארן אויף מירון, פון תש"ח ביז תשל"ד זענען ממש נאר געציילטע געפארן, די חסידי ביאאן און קארלין זענען געפארן, ווען ביאאנער רבי האט געצינדן ביינאכט און קארלין ביי חצות און דאס זענען געווען די איינציגע 2 הדלקות אין מירון, אין די יארן איז קיינער נישט געפארן אויף מירון וואס איז ליידער געווען א מערת פרצים, ס'איז נישט געווען קיין מחיצה אין חצר און אויך נישט אין מערה, און דארט איז געווען א חג פאר געריל'ס, מען האט געשאכטן לעמעלך און מען האט געמאכט על האש און ס'איז געגאנגען א רויך
וכו' וכו'
עס איז נישט ממש ווי דו שרייבסט, קוק דא וואס איז געשעהן בשנת תשי"ז ווען דער מדינה האט אביסל געוואלט אנצוימען ל"ג בעומר במירון תשט"ז תשי"ז ועוד שנים[דא דארט אלע "היימישע"] ובכלל פרעג יעדע ארץ ישראלדיגע איד וואס איז געוועהן דרייסיג פערציג יאהר צוריק, זיכער נישט אויף א פארנעם ווי היינט [און זיכער א גרעסערע פארצענט פון נישט היימישע] אבער צו שרייבן "אין די יארן פון תש"ח ביז תשס"ב זענען זייער ווייניג היימישע אידן געפארן אויף מירון" איז גענצליך נישט ריכטיג
בראשית בראהאט געשריבן:↑זונטאג מאי 14, 2017 1:36 pm
אז מ'רעדט פון היסטאריע, פרעגט זיך א אנדערע שאלה
וועלכע רבי'ס אין אייראפע פאר דעם ערשטן קריג, האבן געפירט א ספעציעלע טיש לכבוד ל"ג בעומר, איך רעד נישט פון די רבי'ס וואס האבן געפירט יעדן טאג א טיש ווי דער הייליגער [צאנזער] רב. ראזוואדאוו איז באקאנט.
איך וויל דא מעתיק זיין פון גליון "עתיקין" גליון מספר 4: כשהרה"ק מראפשיץ זי"ע נוכח פעם ביחד עם בנו הרה"ק מדז'יקוב זי"עבשולה"ט אצל הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע בל"ג בעומר, ישבו שם חסידים ואנשי מעשה צדיקי הדור, פנה עליהם הרה"ק מאפטא ושאל: "ווער קען זינגען בר יוחאי און אריינזעצן אין די קעסטעלעך?" (מי יכול לשיר בר יוחאי ולהתאימם למשבצות, דהיינו להתאים ניגון שיהא מכוון לעשר ספירות) משלא הי' מרוצה מהניגונים ששרו המסובין, התחיל רבי אליעזר'ל - שהי' מן הצעירים שם - לשיר את הניגון הזה שמצא חן בעיני הרה"ק מאפטא.מני אז הושר ניגון זה על בר יוחאי מדי שנה בחצה"ק דז'יקוב וראזוואדאוו. כך כותב ידידינו הרב דוד מאיר רוס נ"י בכתביו ששמע כן מהרה"ח ר' שבתי ליפשיץ נ"י ששמעו מזקנו הרה"ח המפו' ר' נפתלי ליפשיץ ע"ה שהי' מן המקורבים אצל הרה"ק מפלאנטש זי"ע
האט מען דא בפירוש אז א. די הייליגע אפטא רב זי"ע האט געפיהרט טיש אויף ל"ג בעומר ב. די הייליגע רבי ר' אליעזר'ל פון דזיקוב האט געפירט טיש אויף ל"ג בעומר
חוץ מזה, זאגסט דאך אליין אז די היילגער צאנזער רב זי"ע האט געפירט טיש אויף ל"ג בעומר די הייליגע ערשטע באבובער רב זי"ע(נפ' שנת תרס"ה)איז באקאנט א מעשה וואס איז געווען ביי זיין טיש אויף ל"ג בעומר ספר דרכי חיים ושלום - מונקאטש שטייט אז די היילגער מנחת אלעזר זי"ע האט געפירט טיש אויף ל"ג בעומר (שטייט נישט אז דאס איז געווען נאר נאך די ערשטע וועלטס מלחמה...) ווארשיינלעךהאבן אלע צאנזער און דזיקובער אדמור"ים געפירט אויף ל"ג בעומר, ממילא איז שוין די רשימה גאנץ גרויס, לכאורה.
אדרבא איך מיין ס'וואלט געווען מער אינטרעסאנט אז איר זאלט ענדרעש ברעגן א רשימה פון אדמורי"ם וואס האבן נישט געפירט טיש אויף ל"ג בעומר אגב, א הדלקה מיין איך איז טאקע נישט געווען בנמצא אין גאנץ מדינת פולין-גאליציא-רוסיא-ליטא-אונגארן וכו', מעולם ועד האי שתא בעיר קראקא שע"י האדמו"ר מפרימישלאן שליט"א
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

אין די בילגורייע כתבים וואס ווערט אראפגעברענגט דא ביי די אשכול איז משמע אז כ"ק מהר"י מבעלזא האט אנגעפאנגען צו פירן טיש ל"ג בעומר.
גערעכט, זיין לשון איז 'לא ישב בשולחן ל"ג בעומר'.
אבער אין ספרדובר שלום (אות כב)ברענגט ער יא א עדות איש מפי איש פון איינער וואס איז געווען ביים סעודה פון ל"ג בעומר ביים ערשטן רב בהשתתפות דער צאנזער רב און הרה"ק ר' שלום קאמינקער עי"ש, און א חלק פונעם תורה וואס דער ערשטער רב זי"ע האט געזאגט דעמאלטס, ואולי איז עס געווען אן איינמאליגע זאך נישט בקביעות וצ"ע.

אויף דעם שרייבט דער בילגורייער רב: והנה ב'דובר שלום' מביא דבר תורה שאמר כ"ק א"ז ז"ל בסעודה שערך ביום לג בעומר, 'והיו אז הרבנים הגאונים הקדושים מו"ה חיים האלברשטאם מצאנז ומ' שלום הלוי אבד"ק קאמינקא זי"ע'. ואולי ערך אז את הסעודה רק לכבוד האורחים, שלא כמנהגו מדי שנה.