היימישע פיזישע ריהעב/נורסינג האום "ארגענעזאציע" נאר פאר אידן אין טריי סטעיט עריע

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

כשרן פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

היימישע פיזישע ריהעב/נורסינג האום "ארגענעזאציע" נאר פאר אידן אין טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

עס איז אויסגעקומען מיטצוהאלטען מיט קרובי משפחה וואס האט געדארפט ריהעב , נאכן מאכן ריסערטש פון מענטשן וואס זענען דאס דורך, שטעלט זיך ארויס אז סאיז א ווייטאגליכע נושא פון טרעפן א בכלל א גוטע ריהעב, און בכלל ווי אינטערסאנט עס הערט זיך איז נישט דא קיין פלאץ נאר מיט היימישע אידן, אין א וועלט פון 2024 ווי פאר יעדע זאך איז דא א ארגענעזאציע ממש ווי אפילו פאר שיך בענדלעך...
אבער אלע זשאוקס עסייד,
איז דא כל מיני ארגענעזאציעס פאר חולים, ווער עס האט נאר אמאל עס אדורך מיט זיך אדער משפחה וכדומה, פאר קיין שום איד נישט געווינטשן, איז דא ברוך השם כל מיני ארגענעזאציעס פאר חולי ישראל און זייערע משפחות, אבער די וויכטיגסטע זאך נאך א שפיטאל, איז א גוטע ריהעב, האום, וואס קען ממש זיין א חילוק פון לעבן צו טויט, און העלפן א חולה צוריק קומען צו זיך,
אין ארץ ישראל דענק איך פלעגט אייביג קומען נאך יארן צוריק שנאר בריוולעך פאר היימישע מושב זקינים'ס וכדומה,
דאס איז אויסער אז אין ארץ ישראל איז דא היימישע אידישע שפיטעלער, וואס דאס איז א נושא פאר זיך, אבער ווי ווייט די פראבלעם מיט שפיטעלער , איז די נושא פון ריהעבס ממש געפערליך,
שטעלט זיך א פראגע אז רעפערעל ארגענעזאציעס און משמחים ארגענעזאציעס קענען מאכן 5 אדער 6 מיליאן דאלארדיגע טשערידי קאמפיינס יערליך נאר בעיקר פאר חסידים,
איז לו יהא אז איינער גייט זאגן אז די מיליאנען וואס קומט אריין פון אינשורענס, קען נישט קאווערן א טאפ נאטש ריהעב סערוויס, וואס לכאורה טאמער איז עס א עכטע ארגענעזאציע, וואס זיכט צו העלפן מענטשן מיט איבערגעגעבענקייט אזוי ווי כל מיני ארגענעזאציעס וואס איז דא ברוך השם, קען זיך לכאורה עס קאווערן,נאר נישט מאכן אזויפיל מיליאנען א יאר פראפיט, און אז טאמער נישט קען מען מאכן א טשערידי יערליך פון 10 אדער 20 מיליאן דאלאר רוהיג, מען רעדט דא פון א ריהעב פאר כלל ישראל אין ניו יארק און ניו זשערסי ועוד ועוד,
איך גלייב רוב היימישע אידן וואלטן גענוצט א היימישע פעסיליטי,

אין קרית יואל דאכט זיך פלאנט מען אנצוהייבן בויען אזא פאריעקט,
די שאלה איז וויאזוי עס קען זיין עס איז נאכנישט געווען אזא זאך דא , סאיז פיל וויכטיגער ווי רוב ארגענעזאציעס פאר חולי ישראל,
נייגעריג צו הערן וואס די עולם זאגט דערצו , און פארוואס עס איז נאכנישט דא אזא זאך
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: היימישע פיזישע ריהעב/נורסינג האום "ארגענעזאציע" נאר פאר אידן אין טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

ווייל איך מיין די מענטשן מיט גרויסע געלט האבן נישט די פראבלעמען ווייל ווען זייערע עלטערן דארפן צוקומען צי האום צאלן זיי צי צי באקומען א פריוואטע צימער אין מאכט זיכער צי האבן דארטן א פריוואטע נורס קומט אויס אז ער איז צופרידן דא,
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
כשרן פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: היימישע פיזישע ריהעב/נורסינג האום "ארגענעזאציע" נאר פאר אידן אין טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

כ'בין א פשוט'ער איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 6:53 am
ווייל איך מיין די מענטשן מיט גרויסע געלט האבן נישט די פראבלעמען ווייל ווען זייערע עלטערן דארפן צוקומען צי האום צאלן זיי צי צי באקומען א פריוואטע צימער אין מאכט זיכער צי האבן דארטן א פריוואטע נורס קומט אויס אז ער איז צופרידן דא,
א פריוואטע נורס איז ווי א שפיטאל לעבן א צובראכענע בריק ,קען אפשר זיין , אז זיי סעטען אויף א ריהעב אינדערהיים מיט פריוואטע נורסעס, אבער סאיז ניטאמאל דא א פלאץ וואס איז עטיש מענטשליך , אריין צו גיין אין אזא מקום אדער צו זיין פאר א אידיש קינד אפילו מיט א פרייוועט נורס מילד גערעדט,
אבער דאס איז נישט די שאלה פון מענטשן מיט גרויס געלט, נאר א גוטע היימישע מקום קען ברענגען גרויס געלט, היימישע אידן פון איבעראל וועלן קומען צו א פלאץ וואס סאיז דא אביסעל אידיש הארץ,
די נקודה איז נישט די פריוואטע שטוב ,הויפט סיבה פאר א ריהעב איז "טערעפי" צו האבן גוטע טערעפיסטס וואס גייען ארויס פון וועג מיט הארץ און זיכן אויפצוטין,
אבער אז די גאנצע ווערטשאפט איז פארפוילט און א גרויל , וועט די פריוואטע שטוב און פרייוועט נורס גארנישט אויסמאכן
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”