גריל
.
שטיל, גרוי,
די נאכט, נאר א פינק'ל צאנקט,
שקויעך, פארן מאכער באדאנקט,
די גופלען נישט פארהאנקט,
נייס, סאיז א שיינע וועטער, נויס!
די דעקל עפן גרעסער,
קראַצערס, קאָרן, צוויבל, מעסער,
דא טרינקען? יא...פעסער,
יעדער איז דא א היבשער עסער,
איך?
איך מעג, איך בין שוין גרויס.
גריל.
די רויך געדעכט,
בורגערס, פרענקס, נעכט,
לאנגע, לאנגע, לאנגע נעכט,
מ'דארף שוין שפריצן אויל, גערעכט,
וואס איז עכט?
וויל.
ווילן, וויל איך פון אלעם,
מדקדק בחמורים ובקלים,
קוילן, פייער, שווארץ, גרוי,
די פליישל איבערגעדרייט,
און מיט דעם מיין הארץ אויך,
יויך,
זייטיגע אינטערעסן,
אלעס פארגעסן,
פון אזויפיל עסן,
טוט שוין וויי מיין בויך.
ריבּס,
מען דארף א נייע רוקנביין,
צו קענען ריקן די רוקנס,
בּיבּס,
פארטוכער ארום די העלזער שיין,
די זאפט רינט, ס'הארץ קען צוגיין,
עס גייט טאקע.
וואו?
ווייסט דער דער באשעפער איין,
גריל.
די רויך שטעכט,
גאט, ביטע, די נעכט,
לאנגע, לאנגע, לאנגע נעכט,
איך וויל מיט מיר אליינס קיין געפעכט,
אבער, וואס איז עכט?
אייז,
באָקעטס, פעפסי, קאוק, אייז,
העי, די סמירנאף גיב א ווייז,
וואס? אויך דא געפרעגלטע רייז?
וואָף, טשייניז, פלעקן ווי לייז,
הייב אויף פון די פלאר, מ'דארף וואטשן פון מייז,
פול,
איך קען מיך נישט רירן,
דער גייט אויף די געהירן,
פארצוקן אזוינע שטירן,
אפפאל.
די ציצית ארויף,
די שטערן אראפ,
א ציגארעטל אין הויף,
די שמעק טוט זיך זיך אפ,
ציל.
איי, איך האב קיין כח צו טראכטן,
א ברכה? יא, זיכער, זוי טוט זיך דאכטן,
אין הארץ, געשלעגן, שלאכטן,
נאך א שפריץ אויל,
צדיקל, וויל זיין וואויל,
די העמד אפן, שכל הויל,
מעריב, אויפצושטעלן פויל,
אין האלז א קנויל,
די טרערן מישט פלייש און מויל.
גריל?
גרוי
.
ל
שטיל, גרוי,
די נאכט, נאר א פינק'ל צאנקט,
שקויעך, פארן מאכער באדאנקט,
די גופלען נישט פארהאנקט,
נייס, סאיז א שיינע וועטער, נויס!
די דעקל עפן גרעסער,
קראַצערס, קאָרן, צוויבל, מעסער,
דא טרינקען? יא...פעסער,
יעדער איז דא א היבשער עסער,
איך?
איך מעג, איך בין שוין גרויס.
גריל.
די רויך געדעכט,
בורגערס, פרענקס, נעכט,
לאנגע, לאנגע, לאנגע נעכט,
מ'דארף שוין שפריצן אויל, גערעכט,
וואס איז עכט?
וויל.
ווילן, וויל איך פון אלעם,
מדקדק בחמורים ובקלים,
קוילן, פייער, שווארץ, גרוי,
די פליישל איבערגעדרייט,
און מיט דעם מיין הארץ אויך,
יויך,
זייטיגע אינטערעסן,
אלעס פארגעסן,
פון אזויפיל עסן,
טוט שוין וויי מיין בויך.
ריבּס,
מען דארף א נייע רוקנביין,
צו קענען ריקן די רוקנס,
בּיבּס,
פארטוכער ארום די העלזער שיין,
די זאפט רינט, ס'הארץ קען צוגיין,
עס גייט טאקע.
וואו?
ווייסט דער דער באשעפער איין,
גריל.
די רויך שטעכט,
גאט, ביטע, די נעכט,
לאנגע, לאנגע, לאנגע נעכט,
איך וויל מיט מיר אליינס קיין געפעכט,
אבער, וואס איז עכט?
אייז,
באָקעטס, פעפסי, קאוק, אייז,
העי, די סמירנאף גיב א ווייז,
וואס? אויך דא געפרעגלטע רייז?
וואָף, טשייניז, פלעקן ווי לייז,
הייב אויף פון די פלאר, מ'דארף וואטשן פון מייז,
פול,
איך קען מיך נישט רירן,
דער גייט אויף די געהירן,
פארצוקן אזוינע שטירן,
אפפאל.
די ציצית ארויף,
די שטערן אראפ,
א ציגארעטל אין הויף,
די שמעק טוט זיך זיך אפ,
ציל.
איי, איך האב קיין כח צו טראכטן,
א ברכה? יא, זיכער, זוי טוט זיך דאכטן,
אין הארץ, געשלעגן, שלאכטן,
נאך א שפריץ אויל,
צדיקל, וויל זיין וואויל,
די העמד אפן, שכל הויל,
מעריב, אויפצושטעלן פויל,
אין האלז א קנויל,
די טרערן מישט פלייש און מויל.
גריל?
גרוי
.
ל
אין מיין וועלט, בין איך קעניג.