מוצאי שבת

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קארלסבורג איד
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

מוצאי שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

בין קודש לחול

די אידעלע אזוי וואויל

גייט א טראנספארמאציע אריבער

און דאך זאגט אבטח ולא אפחד ווי א גיבור

די שבת איז שוין אוועק

די הייליגע טאג גענומען אן עק

מען האט געזינגען י-ה אכסוף מיט א פלאם

און געטרינקען שבת אינדערפרי צו שפירן א רוחניותדיגע טעם

אבער יעצט מוצאי שבת אזוי טונקל

שטיי איך שטיל אינעם ווינקל

און איך זינג פארן השם אחד

הנה א-ל ישועתי אבטח ולא אפחד

*

ברודער לאמיר אביסל אריין טראכטן

די שבת האט אונז געטוהן באלייכטן

עס איז מוצאי שבת עס איז שווער

אבער אביסל טראכט און געב א קלער

אזויפיל אידן צווישן אונז און איבער די וועלט

זענען אין די פאזיציע אייביג אריין געשטעלט

ביי זיי איז אייביג בין קודש לחול

פון איין זייט הייליגקייט און פון איין זייט די שאול

זיי דראפען זיך אויף די גראדע ווענט

און איבעראל איז עס אויף זיי דערקענט

דער יצר הרע שלעפט זיי צום גרוב

און זייער יצר טוב שרייט הער אויף ער האט דיר נישט עכט ליב

ער קלעבט זיך אן אין אלע מינע משפיעים

און צו זיין קלאר ער טוהט זיך באמיען

העלף אים צו מיט ליבשאפט און חיזוק

אזוי וועט דער שבת ביי אים קומען צוריק
הכתר והכבוד לחי עולמים!!
if it's hard it's life
purple knish
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

Re: מוצאי שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך purple knish »

What a beautiful display of this nights feeling and in the same time blended in a message of responsibility
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: מוצאי שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: מוצאי שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

זייער שיין
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: מוצאי שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

purple knish האט געשריבן: מוצ"ש יוני 01, 2024 10:50 pm
What a beautiful display of this nights feeling and in the same time blended in a message of responsibility
Responsibility
Ownership
Self containment
Getting out of the misery comfort zone

Very well said
שטארק הנאה געהאט.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
דוד66
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 16, 2022 6:36 am

Re: מוצאי שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד66 »

א גרויסן דאנק פאר דיינע ווארימע דיבורים
זייער נאגאטיוו זיך ארויס געברענגט
איך בין נישט דא צו האלטען שיעורים
אבער איך שפיר אז צו שמחה דיין הארץ בענקט

א שאד צו זיין צוקלאפט און צובראכען
מיין קומט נישט אן ווייט מיט דעם
מען ווערט נאר אזוי ווייטער פארקראכען
באגראבען און א וועלט פון blame

אנשטאט לאמיר זיל צוזאמען פארקוקן
דו גוטע צייטן וואס שטייען שוין ביים שוועל
אזוי וועלן זיך אלע דערקוויקן
און משיח מקבל זיין גאר שנעל
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: מוצאי שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

אינספיירעשענעל!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”