גיי שוין טראמפ, אויף נישט צום ווידערוועלן!
ווייטאגן און דאגות
שפילן נישט קיין ראלע פון יעצט
פרעגט אלע אייערע פראגעס
פון זיין מאיעסטעט געשעצט
טעותים מאכט ער קיינמאל
דאס איז אלס זיין טיפער פלאן
באנקראטירט מער ווי איינמאל
ווייל ער איז א געריבענער ביזנעסמאן
רוקט אייך אין א זייט
ווען דער קעניג גייט
שרייט און לויפט מיט פאמפ
שטופט נישט נאר קוקט
ווי יעדן ער אריינפליקט
יחי אדונינו מורינו ורבינו טראמפ
ער פירט זיך ווייט פון מאראל
אבער געלט ער האט ווי תאוות
פון די קאנסערוואטיוון דער גענעראל
ער פיטערט זייערע גאוות
שלאנק איז ער ביז גאר
אבער נידריג זייער
שוין עטליכע אין זיבעציג יאר
אבער די שיגעון הגדלות ברענט ווי פייער
רוקט אייך אין א זייט
ווען דער קעניג גייט
שרייט און לויפט מיט פאמפ
שטופט נישט נאר קוקט
ווי יעדן ער אריינפליקט
יחי אדונינו מורינו ורבינו טראמפ
זיין געדאנקענגאנג ווער האט ארויס
זיין מהלך פון קלערן
זיין קאפ איז ריזיג גרויס
אבער ענטהאלט נישט גארנישט צום יערן
נאר ער קען אלעס טאן
ווייל ער האט פון די מאה
דעריבער טראגט ער דעם אמעריקאנער פאן
כאטש וואס ער איז א חסר דעה
רוקט אייך אין א זייט
ווען דער קעניג גייט
שרייט און לויפט מיט פאמפ
שטופט נישט נאר קוקט
ווי יעדן ער אריינפליקט
יחי אדונינו מורינו ורבינו טראמפ
מיט א צונאמען ער צולייגט
אן זיך איבערשטרענגען
כאטש וואס ער אין די ראנגען שטייגט
וועט ער נאכאלס נישט נאכגיביגקייט ברענגען
נישט קיין שום רעספעקט פאר א פערזענליכקייט
וואס טוט שוין אויף פאר יארן
נאר ער און טאקע נאר ער פארשטייט
און ער איז קיינמאל קלוגער געווארן
רוקט אייך אין א זייט
ווען דער קעניג גייט
שרייט און לויפט מיט פאמפ
שטופט נישט נאר קוקט
ווי יעדן ער אריינפליקט
יחי אדונינו מורינו ורבינו טראמפ
וויאזוי קען מען צו דאס האבן סימפאטיע
ווען דאס לאנד גייט צוגרינד
פארברענט די לעצטע שפורן פון די דעמאקראטיע
און ברענגט נאציאנאליזם גאר געשווינד
זיצט ער אויפן טראן און רירט קיין אבר
נאר שרייט און שעלט און רעדט פון דמיון
בעת וואס דזשארדזש וואשינגטאן וואלגערט זיך אין קבר
זעענדיג זיין ארבעט גיין לטמיון
רוקט אייך שוין אין א זייט
דער אמעריקאנער קעניג גייט
שרייט און לויפט אים נאך מיט פאמפ
שטופט זיך נישט נאר קוקט
ווי אונזער לאנד ער צורייסט און צופליקט
קיינמאל ווידערוועלט דעם צורר טראמפ