א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10590
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

טיכטיגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:42 pm
טראפקעלע האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:45 am
וואס הערט זיך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:08 am
לויט די אנקעטע פירמעס האבן זיך לעצטענס שטארק פארמערט די ראטע פון אומצופרידענע אפסטעיטע אידן וואס עפענען אשכולות חוזק צו מאכן פון די סיטי.
אז עס האלט שוין ביי א עווריטש פון צוויי אשכולות פער טאג…
זיי האבן די איבריגע צייט צו עפענען אשכולות...
זיכער אזוי!
שיינע/פאפולערע גליונות האבן געווענדליך א 845... נומבער צום סוף פאר הערות והארות.

גרעסערע טייל קולמע רעדנערס וואוינען אין אפסטעיט.
שטארקע נקודה!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4503
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

צולייגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 9:52 am
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 9:25 am
צולייגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:30 am
שטארק זיך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:38 am
דירה נאה מרחיבין דעתו של אדם איז א חז״ל.

איר קענט פרובירן צו טייטשן בדרך פרד״ס אז עס שמעקט אייך בעסער אזוי.

אבער די פשוט פשט איז די פשוט פשט.
וואס איז טייטש פשוט פשט 'מרחיבין דעתו של אדם'? וואס טייטשט דער מהרש"א, טאקע פשוט פשט?
איך ווייס וואס די מהרש''א זאגט אבער איך מיין אז ס'איז נישט פשוט פשט.
נפש רחבה אין פרקי אבות איז פשוט פשט א חסרון, נישט קיין מעלה.

מעג מען דען וואוינען אונטער סטרעס? זיכער נישט... אבער צו מסביר זיין אז די סייז פון די דירה איז דער שליסל צו א רואיגן געמיט אין אידישקייט, איז פאלג מיר א גאנג.

זאת ועוד, על הצד אז ס'איז יא א מעלה, דירה נאה מיינט נישט א ריזיגע דירה, עס טייטשט "א שיינע דירה". צוזאמגענומען, בא'טעמ'ט. האט נישט מיט סייז.
זאגסט נישט אנדערש פון כוונת החברים פה, דירה סייז איז נישט דער אידישקייט שליסל, אבער הרחבת הדעת פון א ברייטערע דירה איז זיכער געזונטער פארן געזונט בודאי בימינו אלה ובמקומות שלנו, און בריאת הגוף והנפש איז נויטיג פאר אידישקייט.

באותו ענין מצאתי: בספר זכרון שאול סי' א' יש מכתב ששלח רבי שאול ברזם זצ"ל למרן החזו"א זי"ע, ובו הוא שואל אותו מה בדיוק הגדרים למידת ההסתפקות, ומה הגדר בהרחבת הדעת המושגת מדירה נאה עד כמה מותר לו ליטול משום כך הנאות העוה"ז, והשיב לו שם שכל מה שנצרך לבריאותו מותר, עיי"ש.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3128
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

זייער שיין און הערליך אראפגעשריבן..

ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:40 pm


גוט געשריבן! גוטע פוינט!

לאז נאר וויסן פאר די אינגעלייט, אז איך קען פיינע גוטע געזונטע משפחות וואס וואוינען מיט 10 קינדער אין פיצקילע דירות אין ברוקלין, אין עס הערשט דארט שמחה, מנוחה אין ישוב הדעת.

אין פין די אנדערע זייט קען איך פאמיליעס וואס וואוינען אין ריזיגע הייזער מיט פעלדער אין ביימער ארומגענומען מיט די קלארסטע לופט.
וואס די שטוב דארט איז אין א מצב פין די טיטאניק א מינוט פארן פולקאם זינקען...

אסאך מאל האבן זיך מענטשן ליב זיך אריינצורעדן, אז ווען איך וועל אוועקצומופן פין שטאט וועלן אלע פראבלעמען אוועקגיין, אין אלעס וועט זיך שטעלן אויפן פלאץ...

א בחור האט אמאל געזאגט פאר א ראש ישיבה אז ער קומט נישט צוריק נעקסטע זמן ווייל אין די יעצטיגע ישיבה איז דא אסאך פראבלעמען און ער גייט אין א נייע ישיבה.
זאגט אים דיר ראש ישיבה "אבער דו גייסט דאך מיט..."
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אליבא דאמת
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 2:30 pm

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליבא דאמת »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:33 pm
בס''ד


טאטי'ס הענט ציטערט ווען איך טראכט פון וואס טאטי וויל ענק זאגן. איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי עס ארויסצוברענגן. ס'איז שווער צו טרעפן די ריכטיגע ווערטער, מיינע לעכטיגע קינדערלעך זאלן ליינען און פארשטיין זייער טאטע'ס כוונה. מיינע הרגשים זאלן ארויסקומען קלאר, עטס זאלטס נישט האבן קיין טענות אין יארן ארום פארוואס אונז זענען מיר צוגעקומען צו אזא מצב, פארוואס אונז האבן מיר גארנישט געטוהן דערפאר, איז בעט איך אייך קינדערלעך טייערע, ליינטס אונזערע ווערטער, גלייבטס אונז אז מיר האבן אייך באמת ליב און מיינען ענקערע טובה, און לאמיר זיך פרובירן אביסל מסביר צו זיין.


די ערשטע זאך וויל איך ענק זאגן, איך זעה ! איך זעה פונקטליך אלעס וואס גייט פאר ! מיינטס נישט אז טאטי און מאמי זעהן נישט ענקער צער און ענגשאפט, מיר זעהן זייער קלאר וואס טוט זיך אפ, אונזערע הערצער ווערן צוריסן פון זעהן ענקער פיין און ווייטאג.


ס'איז מיר שווער ממשיך צו זיין, א טרערעלע גליטשט זיך אראפ מיין באק און מאכט נאס די פאפיר, אוי ! ווי שטארק כ'וואלט געוואלט אז די מצב זאל זיך טוישן.


ווער נאך ווי טאטי און מאמי ווייסט ווי שווער ס'איז צו וואוינען אין א קליינע צוויי בעדרום דירה מיט 5 קינדערלעך, ווער נאך ווי טאטי און מאמי פילט די ענגשאפט, די אנגעצויגענקייט אין שטוב, די פולווער אין די לופט ווען יעדער איז אינדערהיים, אונז פילן עס נאך די מערסטע פון ענק אלע.


אונז זעהן מיר זייער גוט ווי שווער ס'איז פאר ענק קינדערליך צו לעבן אן א ברעקעלע לופט, קיין שום פלאץ וואו זיך צו שפילן, קיין נארמאלע מקום וואו זיך אויסצוגעבן, עטס גייטס אראפ פון זינען פון זיך אזויפיל צאמקוועטשן אין אונזער פיצעלע דירה.


אונז האבן זייער גוט געזעהן פאריגע וואך ווען די גאנצע משפחה איז געגאנגען אין פארק צו שעפן אביסל פרישע לופט צו אטעמען, ווי אויפגעשוידערט עטס זענטס געווארן ביים מיטהאלטן מראות וואס א קליין קינד טאר נישט זעהן, ווי שווארצע מנובלים פירן זיך אויף ערגער ווי חיות אין וואלד.


אונז זעהן מיר זייער גוט ווי יעדע מאל וואס עטס גייטס ארויס שפילן אביסל אויפ'ן גאס מאכן ענק זיכער צו האלטן א מרחק פון די גוים וואס טרונקען, הוליען און רייכערן דראג''ס, אונז ווייסן מיר זייער גוט אז ס'איז נישט נארמאל אז יודישע קינדער זאלן זיך דארפן דרייען צווישן אזעלכע מושחתים.


אונז ווייסן מיר אז כאטש עטס זענטס נאך קליין אין יארגאנג, אבער קליינע קינדער האבן אפענע הערצעלעך, און אויגן וואס זעהן אלעס, און עטס כאפטס גוט אויף די אנגעצויגענקייט און סטרע''ס וואס איז דא צווישן טאטי און מאמי, אדאנק דעם וואס אונז וואוינען אין די קליינע דירה'לע, צאלן א הימלשרייענדע סכום פאר רענט, און מוטשען זיך יעדע חודש פון ווי מ'גייט אויפקומען מיט די אלע געלטער וואס פעלט אויס צו לעבן אין די סיטי.


אונז זעהן ווי שווער ס'איז פאר ענק די לייפסטייל דא, אונז הערן ווי סאך ענק בעטן אז אפשר זאל מען מופן צו איינע פון די נייע געגנטער און האבן דארט א גרויסע הויז, גראז און א פארק צו שפילן, א פלעי רום, לופט צו אטעמען, בייקס מיט פלאץ ווי ארומצופארן, וכו''.


אונז ווייסן אז ס'קען זיין אז דארט גייען ענק זיין פיל רואיגער, ס'איז מעגליך אז דארט וועט שלומי בליען און שפרידלען און נישט ארויסשלעפן חני'ס האר יעדע מאל ער ווערט אויפגערעגט, ס'איז מעגליך אז חיים וועט נישט דארפן האבן הילף אין קריאה ווען די קלארע לויטערע לופט ווען טוהן וואונדער צו אים.


אונז ווייסן אז אין א אנדערע מקום וואו ס'איז דא פלאץ ווי זיך ארומצוריקן, קיינער טרעט נישט אויף די צווייטער''ס הינער פיס, וועלן ענק לכאורה האבן סאך א רואיגערע מאמע, זי וועט האבן מער כח צו שפילן מיט ענק, פארציילן מעשיות, שפילן באהאלטן אין די גרויסע בעקיארד, אפשר וואלט מען אפילו געקענט קויפן א האזעלע וואס זאל ארומלויפן צו שרי'ס שאלן פון פרייד, און אונז אלע וואלטן סאך מער הנאה געהאט צו פארברענגן צוזאמען אלץ משפחה.


אונז ווייסן אז אין א נייע פלאץ וועט טאטי דארפן ארבעטן סאך ווייניגער שעות, טאטי וואלט אהיימגעקומען מער אויסגערוהט מיט מער כח און ווייניגער סטרע''ס, טאטי וואלט געהאט מער צייט צו פארברענגן מיט ענק ביי סאפער, אונז וואלטן מיר געקענט האבן געשמאקערע שבת סעודות מיט ווארעמע ניגונים און קוואלעטי פאמיליע צייט, אונז ווייסן דאס אלעס.


אבער טאטי און מאמי ווילן ענק זאלן אונז אביסל פארשטיין, אונז האפן אז עטס וועטס נישט האבן טענות און לאחר המעשה אפשר מודה זיין אז אונז האבן מיר געטוהן וואס איז ריכטיג לפי השעה, אונז האפן אז אלץ וואס עטס מאכטס מיט דא זאל נישט האבן קיין לאנגטערמיניגע שלעכטע השפעה, און נישט איבערלאזן וואונדען אויף ענקערע צארטע הערצעלעך.


- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -


ס'איז זייער שווער פאר אונז צו אוועקמופן, פאר אונז גייט עס מיינען צו טוישן אונזער גאנצע לעבנסשטייגער, אונז זענען שוין זייער צוגעוואינט צו אונזער גאס, די שכנים, די שוהל ווי טאטי דאווענט שבת, די סטאר ווי מאמי טרעפט די נייעסטע ברענד נעים קליידער.


אונז ווייסן ס'איז שווער פאר ענק אונז צו פארשטיין, אבער ס'איז אונז זייער וויכטיג נישט צו פארפאסן ווען מומע פראדל מאכט וואכנאכט ביי איר אייניקל, אדער פארפעלן שלום'ס עלטסטע זון'ס אפשערן וואס גייט זיין נעקסטע יאר, אונז אלע ווייסן אז אויב אונז גייען וואוינען אין די נייע געגנט וועלן אונז נישט קענען זיין ביי די אפשערן אדער וואכנאכט, יא, אונז דארפן מיר מאכן שווערע דעסיזשענ''ס.


אויב אונז וואוינען אין די נייע געגנט מיינט עס אז עטס קענטס נישט אראפלויפן פרייטאג נאכמיטאג צו די בעקערי אויף די נעקסטע בלאק קויפן ראגעלעך פאר שבת, דארט איז נישטא קיין בעקערי אויף די נעקסטע בלאק, און כאטש אונז ווייסן אז ענק גייען עניוועיס נישט צו די בעקערי צוליב די באנדע שיכורים וואס זיצן דארט ביים קארנער, אבער אונז ברענגן ארויס די געדאנק.


אונז ווייסן אז דארט גייען מיר זיין פיל רואיגער מיט הרחבת הדעת, אבער מיר האבן זיך שוין זייער גוט צוגעוואוינט צו א לעבן פיל מיט סטרע''ס און ענקזייעט''י, ס'איז שוין געווארן אונזער צווייטער נאטור און מיר געבן זיך גוט אן עצה דערמיט, ס'איז שוין נאטורליך פאר אונז צו שרייען יעדע האלבע מינוט און בלאזן איינער אויפ'ן צווייטן, ס'גייט זיין זייער שווער צו טוישן אונזער מהלך החיים.


קינדערליך טייערע, אונז האפן אז עטס פארשטייט אונז און גייען אונז מוחל זיין.


טאטי און מאמי וואס האבן ענק זייער שטארק ליב.



נ.ב. געשריבן נאכ'ן מיטהאלטן די מצב ביי צוויי יונגעלייט אין שטוב, ודי.
!WOW!! Powerful
באפעלאו
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 06, 2023 8:17 am

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באפעלאו »

זייער א שיינע ארטיקל. יעצט וויל איך נאר צולייגן די ענדע פון די מעשה, למעשה האט די משפחה געמופט (ביים עק פונעם יישוב ווי ס'וואונען נידריגע גוים אויך) איז יעצט לאמיר איבערליינען די גאנצע ארטיקל.
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:33 pm
בס''ד


טאטי'ס הענט ציטערט ווען איך טראכט פון וואס טאטי וויל ענק זאגן. איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי עס ארויסצוברענגן. ס'איז שווער צו טרעפן די ריכטיגע ווערטער, מיינע לעכטיגע קינדערלעך זאלן ליינען און פארשטיין זייער טאטע'ס כוונה. מיינע הרגשים זאלן ארויסקומען קלאר, עטס זאלטס נישט האבן קיין טענות אין יארן ארום פארוואס אונז זענען מיר צוגעקומען צו אזא מצב, פארוואס אונז האבן מיר גארנישט געטוהן דערפאר, איז בעט איך אייך קינדערלעך טייערע, ליינטס אונזערע ווערטער, גלייבטס אונז אז מיר האבן אייך באמת ליב און מיינען ענקערע טובה, און לאמיר זיך פרובירן אביסל מסביר צו זיין.


די ערשטע זאך וויל איך ענק זאגן, איך זעה ! איך זעה פונקטליך אלעס וואס גייט פאר ! מיינטס נישט אז טאטי און מאמי זעהן נישט ענקער צער און ענגשאפט, מיר זעהן זייער קלאר וואס טוט זיך אפ, אונזערע הערצער ווערן צוריסן פון זעהן ענקער פיין און ווייטאג.


ס'איז מיר שווער ממשיך צו זיין, א טרערעלע גליטשט זיך אראפ מיין באק און מאכט נאס די פאפיר, אוי ! ווי שטארק כ'וואלט געוואלט אז די מצב זאל זיך טוישן.


ווער נאך ווי טאטי און מאמי ווייסט ווי שווער ס'איז צו וואוינען אין א קליינע צוויי בעדרום דירה מיט 5 קינדערלעך, ווער נאך ווי טאטי און מאמי פילט די ענגשאפט, די אנגעצויגענקייט אין שטוב, די פולווער אין די לופט ווען יעדער איז אינדערהיים, אונז פילן עס נאך די מערסטע פון ענק אלע.


אונז זעהן מיר זייער גוט ווי שווער ס'איז פאר ענק קינדערליך צו לעבן אן א ברעקעלע לופט, קיין שום פלאץ וואו זיך צו שפילן, קיין נארמאלע מקום וואו זיך אויסצוגעבן, עטס גייטס אראפ פון זינען פון זיך אזויפיל צאמקוועטשן אין אונזער פיצעלע דירה.


אונז האבן זייער גוט געזעהן פאריגע וואך ווען די גאנצע משפחה איז געגאנגען אין פארק צו שעפן אביסל פרישע לופט צו אטעמען, ווי אויפגעשוידערט עטס זענטס געווארן ביים מיטהאלטן מראות וואס א קליין קינד טאר נישט זעהן, ווי שווארצע מנובלים פירן זיך אויף ערגער ווי חיות אין וואלד.

און יעצט שפאצירן מיר צום פארק און אונז זעהמיר אז די עקלדיגע שקצים ורמשים זענען דארט און מ'דרייט זיך צירוק

אונז זעהן מיר זייער גוט ווי יעדע מאל וואס עטס גייטס ארויס שפילן אביסל אויפ'ן גאס מאכן ענק זיכער צו האלטן א מרחק פון די גוים וואס טרונקען, הוליען און רייכערן דראג''ס, אונז ווייסן מיר זייער גוט אז ס'איז נישט נארמאל אז יודישע קינדער זאלן זיך דארפן דרייען צווישן אזעלכע מושחתים.

אקוראט די זעלבע יעצט, עקטשולי נישט אקוראט, און שטאט זענען די כינעזע געווען די שכנים און יעצט די פון שפאניע (כ'וויל נישט מכנה שם זיין ברבים) אן אנדערע סארט מיאוס

אונז ווייסן מיר אז כאטש עטס זענטס נאך קליין אין יארגאנג, אבער קליינע קינדער האבן אפענע הערצעלעך, און אויגן וואס זעהן אלעס, און עטס כאפטס גוט אויף די אנגעצויגענקייט און סטרע''ס וואס איז דא צווישן טאטי און מאמי, אדאנק דעם וואס אונז וואוינען אין די קליינע דירה'לע, צאלן א הימלשרייענדע סכום פאר רענט, און מוטשען זיך יעדע חודש פון ווי מ'גייט אויפקומען מיט די אלע געלטער וואס פעלט אויס צו לעבן אין די סיטי.

אונז זעהן אז מאמי איז נאכאלץ זייער אנגעצויגען און ווען טאטי קען שוין נישט פארנעמען מאמי'ס אנגעצויגענקייט זאגט טאטי פאר מאמי כ'האב געמיינט אז די סיבה אין שטאט איז געווען די קליינע דירה, האסט געזאגט ווען מ'וועט מופן וועסטו זיין רואיג...


אונז זעהן ווי שווער ס'איז פאר ענק די לייפסטייל דא, אונז הערן ווי סאך ענק בעטן אז אפשר זאל מען מופן צו איינע פון די נייע געגנטער און האבן דארט א גרויסע הויז, גראז און א פארק צו שפילן, א פלעי רום, לופט צו אטעמען, בייקס מיט פלאץ ווי ארומצופארן, וכו''.

א טראפקעלע גראז ווי ס'איז נישט ממש געאייגנט צו שפילן און כמעט נישט ווי ארום צו פארן ווייל ס'איז נישטא קיין סיידוואק און ס'איז זייער בערגיג. און די בייקס, אונז האמיר געמיינט אז מ'וועט קענען האלטן די בייקס און א סעיף פלאץ, האמיר דיך א ריזן הויז, למעשה איז נישט דא ווי צי האלטן די בייקס און קערידזשעס, ס'ליגט אינדרויסן און ווערן כסדר געגנבעט

אונז ווייסן אז ס'קען זיין אז דארט גייען ענק זיין פיל רואיגער, ס'איז מעגליך אז דארט וועט שלומי בליען און שפרידלען און נישט ארויסשלעפן חני'ס האר יעדע מאל ער ווערט אויפגערעגט, ס'איז מעגליך אז חיים וועט נישט דארפן האבן הילף אין קריאה ווען די קלארע לויטערע לופט ווען טוהן וואונדער צו אים.

א פלעי רום דאס האמיר יא, יענץ איז די רום ווי יעדער פאנגט אן צי וויינען ווען די גרויסע חיים קומט אהיים פון חדר און איינער מאכט די צווייטען וויינען כסדר ווען מ'נעמט אוועק יענעמס טוי אדער צעפטשקעט יענעמס מענעטיילס געביידע.

אויך דארף מען דארט באצאלן פאר די הילף אין קריאה פאר שמחה און די הילף אין עקזייעטי פאר שרי פון טאש ארויס ווייל די ארטיגע רעגירונג באצאלט נישט פאר דעים (וואס לופט ווען לופט)

אויך vouchers איז נישטא. און טראנספארטאציע דארף מען אויך באצאלן


אונז ווייסן אז אין א אנדערע מקום וואו ס'איז דא פלאץ ווי זיך ארומצוריקן, קיינער טרעט נישט אויף די צווייטער''ס הינער פיס, וועלן ענק לכאורה האבן סאך א רואיגערע מאמע, זי וועט האבן מער כח צו שפילן מיט ענק, פארציילן מעשיות, שפילן באהאלטן אין די גרויסע בעקיארד, אפשר וואלט מען אפילו געקענט קויפן א האזעלע וואס זאל ארומלויפן צו שרי'ס שאלן פון פרייד, און אונז אלע וואלטן סאך מער הנאה געהאט צו פארברענגן צוזאמען אלץ משפחה.

הלוואי הלוואי. טאטי מאמי זענען ליידער פויל ארויפצוגיין צום צווייטן שטאק אפילו צו טאקן די קינדער צו גיין שלאפן. "גיי אריין אין בעט איך קום..."

אונז ווייסן אז אין א נייע פלאץ וועט טאטי דארפן ארבעטן סאך ווייניגער שעות, טאטי וואלט אהיימגעקומען מער אויסגערוהט מיט מער כח און ווייניגער סטרע''ס, טאטי וואלט געהאט מער צייט צו פארברענגן מיט ענק ביי סאפער, אונז וואלטן מיר געקענט האבן געשמאקערע שבת סעודות מיט ווארעמע ניגונים און קוואלעטי פאמיליע צייט, אונז ווייסן דאס אלעס.

טאטי זיצט אויפן ראוד 3 און א האלב שעה טעגליך קומט אהיים שפעט ווען מיר שלאפן שוין, לעבט אן א סקעדשול וועגן דעים ער איז איין שטיק מעס. אה די סעודות הלוואי הלוואי. נאך יעדע מאכל לויפט די גרויסע חיים צו די פלעי רום און טאטע מאמע זענען מטכס עצה יעדע וואך עקסטער וויאזוי מ'קען זיי האלטן ביים טיש אן פייטן און וויינען און שרייען און ווילדעווען


אבער טאטי און מאמי ווילן ענק זאלן אונז אביסל פארשטיין, אונז האפן אז עטס וועטס נישט האבן טענות און לאחר המעשה אפשר מודה זיין אז אונז האבן מיר געטוהן וואס איז ריכטיג לפי השעה, אונז האפן אז אלץ וואס עטס מאכטס מיט דא זאל נישט האבן קיין לאנגטערמיניגע שלעכטע השפעה, און נישט איבערלאזן וואונדען אויף ענקערע צארטע הערצעלעך.


- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -


ס'איז זייער שווער פאר אונז צו אוועקמופן, פאר אונז גייט עס מיינען צו טוישן אונזער גאנצע לעבנסשטייגער, אונז זענען שוין זייער צוגעוואינט צו אונזער גאס, די שכנים, די שוהל ווי טאטי דאווענט שבת, די סטאר ווי מאמי טרעפט די נייעסטע ברענד נעים קליידער.


אונז ווייסן ס'איז שווער פאר ענק אונז צו פארשטיין, אבער ס'איז אונז זייער וויכטיג נישט צו פארפאסן ווען מומע פראדל מאכט וואכנאכט ביי איר אייניקל, אדער פארפעלן שלום'ס עלטסטע זון'ס אפשערן וואס גייט זיין נעקסטע יאר, אונז אלע ווייסן אז אויב אונז גייען וואוינען אין די נייע געגנט וועלן אונז נישט קענען זיין ביי די אפשערן אדער וואכנאכט, יא, אונז דארפן מיר מאכן שווערע דעסיזשענ''ס.


אויב אונז וואוינען אין די נייע געגנט מיינט עס אז עטס קענטס נישט אראפלויפן פרייטאג נאכמיטאג צו די בעקערי אויף די נעקסטע בלאק קויפן ראגעלעך פאר שבת, דארט איז נישטא קיין בעקערי אויף די נעקסטע בלאק, און כאטש אונז ווייסן אז ענק גייען עניוועיס נישט צו די בעקערי צוליב די באנדע שיכורים וואס זיצן דארט ביים קארנער, אבער אונז ברענגן ארויס די געדאנק.


אונז ווייסן אז דארט גייען מיר זיין פיל רואיגער מיט הרחבת הדעת, אבער מיר האבן זיך שוין זייער גוט צוגעוואוינט צו א לעבן פיל מיט סטרע''ס און ענקזייעט''י, ס'איז שוין געווארן אונזער צווייטער נאטור און מיר געבן זיך גוט אן עצה דערמיט, ס'איז שוין נאטורליך פאר אונז צו שרייען יעדע האלבע מינוט און בלאזן איינער אויפ'ן צווייטן, ס'גייט זיין זייער שווער צו טוישן אונזער מהלך החיים.


קינדערליך טייערע, אונז האפן אז עטס פארשטייט אונז און גייען אונז מוחל זיין.


טאטי און מאמי וואס האבן ענק זייער שטארק ליב.



נ.ב. געשריבן נאכ'ן מיטהאלטן די מצב ביי צוויי יונגעלייט אין שטוב, ודי.
ערשט האנטיגע מעשה

דעיס אלעס האב איך נאר געשריבן קלאר צו שטעלן די פאקטן אבער ס'לוינט זיך נאכאלץ צו מופן!
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:40 pm


גוט געשריבן! גוטע פוינט!

לאז נאר וויסן פאר די אינגעלייט, אז איך קען פיינע גוטע געזונטע משפחות וואס וואוינען מיט 10 קינדער אין פיצקילע דירות אין ברוקלין, אין עס הערשט דארט שמחה, מנוחה אין ישוב הדעת.

אין פין די אנדערע זייט קען איך פאמיליעס וואס וואוינען אין ריזיגע הייזער מיט פעלדער אין ביימער ארומגענומען מיט די קלארסטע לופט.
וואס די שטוב דארט איז אין א מצב פין די טיטאניק א מינוט פארן פולקאם זינקען...

אסאך מאל האבן זיך מענטשן ליב זיך אריינצורעדן, אז ווען איך וועל אוועקצומופן פין שטאט וועלן אלע פראבלעמען אוועקגיין, אין אלעס וועט זיך שטעלן אויפן פלאץ...
די פראצענטן פון צובראכענע שטובער זענען אומגעהויער העכער אין די סיטי. במאמר חז"ל דירה נאה מרחבת דעתו של אדם און כידוע איז די גאנצע עניין פון גלות דיר גלות הדעת. דעת קנית מה חסרת. יא צמצום אין די דירה איז מצמצם די מהות פונעם מענטש, אסאך מענטשן האבן ב"ה אויפגעראכטן זייער שלום בית דורכן זיך אוועקציען פון די ביזי שטעט
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

וואס הערט זיך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:08 am
לויט די אנקעטע פירמעס האבן זיך לעצטענס שטארק פארמערט די ראטע פון אומצופרידענע אפסטעיטע אידן וואס עפענען אשכולות חוזק צו מאכן פון די סיטי.
אז עס האלט שוין ביי א עווריטש פון צוויי אשכולות פער טאג…
ווייל אפסטעיט איז שוין היינט אויסגעוואקסן און האט שוין אויך נישט די הרחבת הדעת
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

צולייגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 9:52 am
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 9:25 am
צולייגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:30 am
שטארק זיך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:38 am
דירה נאה מרחיבין דעתו של אדם איז א חז״ל.

איר קענט פרובירן צו טייטשן בדרך פרד״ס אז עס שמעקט אייך בעסער אזוי.

אבער די פשוט פשט איז די פשוט פשט.
וואס איז טייטש פשוט פשט 'מרחיבין דעתו של אדם'? וואס טייטשט דער מהרש"א, טאקע פשוט פשט?
איך ווייס וואס די מהרש''א זאגט אבער איך מיין אז ס'איז נישט פשוט פשט.
נפש רחבה אין פרקי אבות איז פשוט פשט א חסרון, נישט קיין מעלה.

מעג מען דען וואוינען אונטער סטרעס? זיכער נישט... אבער צו מסביר זיין אז די סייז פון די דירה איז דער שליסל צו א רואיגן געמיט אין אידישקייט, איז פאלג מיר א גאנג.

זאת ועוד, על הצד אז ס'איז יא א מעלה, דירה נאה מיינט נישט א ריזיגע דירה, עס טייטשט "א שיינע דירה". צוזאמגענומען, בא'טעמ'ט. האט נישט מיט סייז.
סאו, לייג צו א האנט צו מאכן א מצומצם'דיגע דירה שיין, די גייסט פלאצן איידער עס קען ווער שיין
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3880
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

טוהן צו די זאך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:39 am
פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:40 pm


גוט געשריבן! גוטע פוינט!

לאז נאר וויסן פאר די אינגעלייט, אז איך קען פיינע גוטע געזונטע משפחות וואס וואוינען מיט 10 קינדער אין פיצקילע דירות אין ברוקלין, אין עס הערשט דארט שמחה, מנוחה אין ישוב הדעת.

אין פין די אנדערע זייט קען איך פאמיליעס וואס וואוינען אין ריזיגע הייזער מיט פעלדער אין ביימער ארומגענומען מיט די קלארסטע לופט.
וואס די שטוב דארט איז אין א מצב פין די טיטאניק א מינוט פארן פולקאם זינקען...

אסאך מאל האבן זיך מענטשן ליב זיך אריינצורעדן, אז ווען איך וועל אוועקצומופן פין שטאט וועלן אלע פראבלעמען אוועקגיין, אין אלעס וועט זיך שטעלן אויפן פלאץ...
די פראצענטן פון צובראכענע שטובער זענען אומגעהויער העכער אין די סיטי. במאמר חז"ל דירה נאה מרחבת דעתו של אדם און כידוע איז די גאנצע עניין פון גלות דיר גלות הדעת. דעת קנית מה חסרת. יא צמצום אין די דירה איז מצמצם די מהות פונעם מענטש, אסאך מענטשן האבן ב"ה אויפגעראכטן זייער שלום בית דורכן זיך אוועקציען פון די ביזי שטעט
און ביי אסאך איז עס מער צאמגעבראכן געווארן. ל"ע.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע:אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

טוהן צו די זאך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:43 am
וואס הערט זיך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:08 am
לויט די אנקעטע פירמעס האבן זיך לעצטענס שטארק פארמערט די ראטע פון אומצופרידענע אפסטעיטע אידן וואס עפענען אשכולות חוזק צו מאכן פון די סיטי.
אז עס האלט שוין ביי א עווריטש פון צוויי אשכולות פער טאג…
ווייל אפסטעיט איז שוין היינט אויסגעוואקסן און האט שוין אויך נישט די הרחבת הדעת
נישט פארגעסן אז ס'איז געמאכט פאר די רייכערע אידן... וואס זענען גרייט צו באצאלן פאר יעדע קינד אין די מוסד 650+ חודשליך
(אויב זיי זענען זוכה אז מ'נעמט זיי אן)
https://i.capitalone.com/J8yuYsnDX

Earn 100,000 bonus points with the Ink Business Preferred® card
https://www.referyourchasecard.com/21q/OBIIOEJYZE
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11588
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

קען איינער עס פי די עפן?
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע:אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

ר' זעקל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:55 pm
קען איינער עס פי די עפן?
א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך.pdf
(67.56 KiB) געווארן דאונלאודעד 14 מאל
https://i.capitalone.com/J8yuYsnDX

Earn 100,000 bonus points with the Ink Business Preferred® card
https://www.referyourchasecard.com/21q/OBIIOEJYZE
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

צולייגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:57 am
טוהן צו די זאך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:39 am
פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:40 pm


גוט געשריבן! גוטע פוינט!

לאז נאר וויסן פאר די אינגעלייט, אז איך קען פיינע גוטע געזונטע משפחות וואס וואוינען מיט 10 קינדער אין פיצקילע דירות אין ברוקלין, אין עס הערשט דארט שמחה, מנוחה אין ישוב הדעת.

אין פין די אנדערע זייט קען איך פאמיליעס וואס וואוינען אין ריזיגע הייזער מיט פעלדער אין ביימער ארומגענומען מיט די קלארסטע לופט.
וואס די שטוב דארט איז אין א מצב פין די טיטאניק א מינוט פארן פולקאם זינקען...

אסאך מאל האבן זיך מענטשן ליב זיך אריינצורעדן, אז ווען איך וועל אוועקצומופן פין שטאט וועלן אלע פראבלעמען אוועקגיין, אין אלעס וועט זיך שטעלן אויפן פלאץ...
די פראצענטן פון צובראכענע שטובער זענען אומגעהויער העכער אין די סיטי. במאמר חז"ל דירה נאה מרחבת דעתו של אדם און כידוע איז די גאנצע עניין פון גלות דיר גלות הדעת. דעת קנית מה חסרת. יא צמצום אין די דירה איז מצמצם די מהות פונעם מענטש, אסאך מענטשן האבן ב"ה אויפגעראכטן זייער שלום בית דורכן זיך אוועקציען פון די ביזי שטעט
און ביי אסאך איז עס מער צאמגעבראכן געווארן. ל"ע.
עיין דעיטע רעקארד'ס פון? פליז זאג נאר קאנקריט זאכן וואס האט פרוף נישט ווייל עס שמעקט זיך אזוי צו זאגן און ארויפלייגן א נאס לאלעך
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2598
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

טוהן צו די זאך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:32 pm
צולייגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:57 am
טוהן צו די זאך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:39 am
פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:40 pm


גוט געשריבן! גוטע פוינט!

לאז נאר וויסן פאר די אינגעלייט, אז איך קען פיינע גוטע געזונטע משפחות וואס וואוינען מיט 10 קינדער אין פיצקילע דירות אין ברוקלין, אין עס הערשט דארט שמחה, מנוחה אין ישוב הדעת.

אין פין די אנדערע זייט קען איך פאמיליעס וואס וואוינען אין ריזיגע הייזער מיט פעלדער אין ביימער ארומגענומען מיט די קלארסטע לופט.
וואס די שטוב דארט איז אין א מצב פין די טיטאניק א מינוט פארן פולקאם זינקען...

אסאך מאל האבן זיך מענטשן ליב זיך אריינצורעדן, אז ווען איך וועל אוועקצומופן פין שטאט וועלן אלע פראבלעמען אוועקגיין, אין אלעס וועט זיך שטעלן אויפן פלאץ...
די פראצענטן פון צובראכענע שטובער זענען אומגעהויער העכער אין די סיטי. במאמר חז"ל דירה נאה מרחבת דעתו של אדם און כידוע איז די גאנצע עניין פון גלות דיר גלות הדעת. דעת קנית מה חסרת. יא צמצום אין די דירה איז מצמצם די מהות פונעם מענטש, אסאך מענטשן האבן ב"ה אויפגעראכטן זייער שלום בית דורכן זיך אוועקציען פון די ביזי שטעט
און ביי אסאך איז עס מער צאמגעבראכן געווארן. ל"ע.
עיין דעיטע רעקארד'ס פון? פליז זאג נאר קאנקריט זאכן וואס האט פרוף נישט ווייל עס שמעקט זיך אזוי צו זאגן און ארויפלייגן א נאס לאלעך
איר האט דען יא פרוף?
יעדער פירקלט לויט ווי עם שמעקט... כאילו יענער איז די לוזער און איך דער געווינער...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
לאלי-פאפ
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 07, 2024 12:50 pm

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלי-פאפ »

צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:46 pm
טיכטיגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:42 pm
טראפקעלע האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:45 am
וואס הערט זיך האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:08 am
לויט די אנקעטע פירמעס האבן זיך לעצטענס שטארק פארמערט די ראטע פון אומצופרידענע אפסטעיטע אידן וואס עפענען אשכולות חוזק צו מאכן פון די סיטי.
אז עס האלט שוין ביי א עווריטש פון צוויי אשכולות פער טאג…
זיי האבן די איבריגע צייט צו עפענען אשכולות...
זיכער אזוי!
שיינע/פאפולערע גליונות האבן געווענדליך א 845... נומבער צום סוף פאר הערות והארות.

גרעסערע טייל קולמע רעדנערס וואוינען אין אפסטעיט.
שטארקע נקודה!
ווייל ס'איז אויך שוואכער די פרנסה דארטן (אין די סיטי איז דא אסאך מער דזשאבס)
אוועטאר
לאלי-פאפ
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 07, 2024 12:50 pm

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלי-פאפ »

טראפקעלע האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:51 am
זיי ציילן טעג ווען מ'גייט שוין אין קאנטרי (אנטלויפן פון שטאט),

שעלטן די פאלעטישן'ס און סיטי ליבעראלע און לינקע פאלעסיס ווי שרעקליך און שעדליך ס'איז,

אבער וואוינען וואוינט מען דארט,

וואס פארשטיי מיר אונז.
ווי גרויס איז א עוורידזש באנגעלא?
די איינציגסטע סיבה פארוואס אינז ווילען גיין אין קאנטרי איז נאר וועגן די ליפט, דעס אז אין די סיטי ווערט שטערבלעך הייס זומער איז א פאקט וואס קיינער לייקט נישט, סוי די ריזען וואס אינז גיימער אין קאנטרי איז זיך אביסעל אפציקילען פון די הייסע שטאט!
אין ביי די וועי אינז קענען אויכעט פארן קיין מאנסי אדער מאנרא פאר זומער אין כמעט קיינער טוט עס נישט, פארוואס?!? אפסטעט איז אסאך בעסער ניין?
נאר וואס דען קייינער האט נישט ליב די לייוו סטייל פון אפסטעט!, מש"כ ביי אינז אין קאנטרי איז אלעס שטאטישע מענטשען סוי אינדזשויט מען עס!
אוועטאר
שטענדיגרייט
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:37 pm

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטענדיגרייט »

WOW!!! מעכטיג. פיין געשריבן אין זיך גוט ארויסגעברענגט!!
געוויסע מענטשן האלטן זיך קליין
כדי זיך צו קענען האלטן גרויס...
מי השילוח
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:50 pm

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי השילוח »

לץ איינער !
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

זייער שיין געשריבן אין ארויסגעברענגט אבער למעשה.... יאפ אזוי זעמיר אינז די עם קשי עורף... ליידער ליידער...
ווי פלעגט מיין רבי זוך אויסדרוקן משיח קען שוין קימען.
"קיינער דארף נישט קיין טאביק הער אויף ארום גיין"

#געשמאק האט אויך א גבול!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”