איך האב גענומען א גאול! איך גיי אנקומען צום ציל!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

איך האב גענומען א גאול! איך גיי אנקומען צום ציל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

טוט צעך און דרייטצעך איבער, דער אטמאספער איז הייליג ס׳איז הימל׳דיג, דער עולם לאזט זיך הערן ווי אין א קווייער, יעדער איז איינגעשפאנט און אויפגעהייטערט. די געפיל איז אז מ׳גייט עס מאכן! מיר וועלן אנקומען צום ציל!

די אנפירער מאכן זיכער צו הייבן די געפילן און אזוי אריינברענגען דעם עולם אינעם געלויף שוואונג.
״חברה! אונז האבן א הייליגער ציל! מיר גייען אהין! מיר וועלן עס מאכן!״
״מיר האבן נארוואס אנגעהויבן און מיר האלטן שוין ביי 5%!״ ״10%!״
אויך די שוואכערע ווערן שוין נאכגעשלעפט, יעדער האט ליב צו זיין א חלק פון סוקסעס, און ווען מ׳הייבט אן זען אז ס׳פארט גוט וויל יעדער האבן א חלק אין דעם.

50%!
דער עולם איז אין די גלייזן!

דער עולם רייסט שטיקער! יעדער פרובירט טון וואס ער קען נאר צו זיכער מאכן מען קומט אן צום ציל, אבער נישט סתם מיט געהינקעטע פיס, נאר ס׳זאל זיין תמימות תהיינה, נאך מיט א בואנוס אויך מיטן אויבערשטנס הילף!

מיר פארן צו 60 70 פראצענט, מ׳שמעקט שוין דעם טעם פון אנקומען!
״עולם עולם, ס׳איז נישט פשוט ענקער ארבעט״ דער הויפט פון אלע הויפטן נעמט זיך צום מייק צו דערהייבן די געמיטער און זיכער מאכן מען אנטשלאפט נישט. ״ס׳איז לא יסולה מפז! נישט עפעס א נארישער מיליאן צוויי, אונז גייען ברעכן היסטאריע!״

אינעם לעצטן טאג פונעם קאמפיין האבן מיר זיך אלע צאמגענומען, די נומערן ווייזן שוין 98%, פון גרויס שמחה זענען מיר אלע געקומען געקליידעט מיט בגדי שבת. איז עס סתם א מיטוואך היינט?! מיר פייערן א יום טוב כדבעי מיט א חציו לכם ווי עס באדארף צו זיין!

דער זייגער’ל קלאפט שוין 99%! מאנכע האבן שוין געוואלט אנהייבן פייערן, אבער די הייסע חסידים לאזן נישט אזוי כאפן די זאך כאפ לאם. אונז גייען מיר אנקומען צום ציל לויט אלע שיטות!

יעדער קוקט אויפן סקרין געשפאנט! מ׳ווארט דער זייגער זאל זיך גיבן א רוק! און ווי נאר ס׳איז געווארן צוויי און זיבעציג האט זיך דער חזן אפירגעלאזט צום עמוד ובנעימה שלא מעלמא הדין בקול גדול געלאזט הערן:
ברכו את ה׳ המבורך!
און לעומתו כל הקהל יחד:
ברוך ה׳ המבורך לעולם ועד!

אהבת עולם עמך אהבת, דער עולם איז געווען צופייערט, תורה ומצוות חוקים ומשפטים! ונשמח בדברי תלמוד תורתך ובמצותיך לעולם ועד! און צוזאם יחד כולם הודו ואמרו: כי הם חיינו ואורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילה!

די געפילן פון שמחה און השתוקקות איז נישט צום באשרייבן, אונז זעמיר אלע אנגעקומען, אדורכגעהקאט חמישים יום מיט אן עבודה און הכנה דרבה לקראת האי יומא.

חברה, אונז זעמיר שוין האט האט ביים ציל! כאפטס ענק מיט!

והאי לך לשון החינוך (מצוה שו ספירת העומר)
כי היא כל עיקרן של ישראל ובעבורה נגאלו ועלו לכל הגדולה שעלו אליה, נצטוינו למנות ממחרת יום טוב של פסח עד יום נתינת התורה, להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל, וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחירות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא. וזהו שאנו מונין לעומר, כלומר כך וכך ימים עברו מן המנין, ואין אנו מונין כך וכך ימים יש לנו לזמן, כי כל זה מראה בנו הרצון החזק להגיע אל הזמן.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יוני 04, 2024 12:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1467
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: איך האב גענומען א גאול! איך גיי אנקומען צום ציל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »


שטארק!
אינספירירנד!
הייליג!
אוועטאר
פאוויש
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 12:27 pm

Re: איך האב גענומען א גאול! איך גיי אנקומען צום ציל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאוויש »

הייליג הייליג!!
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: איך האב גענומען א גאול! איך גיי אנקומען צום ציל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

🔥🔥
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”