וואו איז הר סיני?

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יום המעונן
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:11 am

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום המעונן »

נאך צוויי הערות פין די פרשה, בחודש השלישי לצאת בני ישראל מארץ מצרים ביום הזה באו מדבר סיני, איז משמע אז ביז יעצט זענען די יודען נישט געווען אין מדבר סיני, אויב אזוי איז זיכער אז דאס וואס מען רופט היינט סיני איז נישט מדוקדק ווייל לכל היותר איז נאר איין חלק דערפון סיני.

רש"י זאגט אויף ויחן שם ישראל נגד ההר אז עס למזרחו, al horeba איז אויף מערב זייט פון jebel harb אויב אזוי פאלט אוועק די ראי' פון הרב הול.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

א הערליכע ארבעט וואס כהאב געטראפן אנליין וואס ווייזט לענ”ד שטארקע הוכחות אז די קריעת ים סוף איז פארגעקומען אין די רעכטע זייט פונעם ים סוף

https://drive.google.com/file/d/1iezAa7 ... p=drivesdk
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מונאוויטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3006
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 9:33 am
א הערליכע ארבעט וואס כהאב געטראפן אנליין וואס ווייזט לענ”ד שטארקע הוכחות אז די קריעת ים סוף איז פארגעקומען אין די רעכטע זייט פונעם ים סוף.

https://drive.google.com/file/d/1iezAa7 ... p=drivesdk
האלבוועגס באזירט אויף ראן ווייעט Ron Wyatt.
ער, זיינע באהויפטונגען און ערפינדונגען זענען שטארק קאנטראווערסיאל.
אוועטאר
יום המעונן
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:11 am

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום המעונן »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 9:33 am
א הערליכע ארבעט וואס כהאב געטראפן אנליין וואס ווייזט לענ”ד שטארקע הוכחות אז די קריעת ים סוף איז פארגעקומען אין די רעכטע זייט פונעם ים סוף

https://drive.google.com/file/d/1iezAa7 ... p=drivesdk
ער שרייבט עטליכע זאכען נגד די אנגענומע מפרשי התורה, לדוגמא ער טייטשט וישובו אז מען זאל זיך קערן צו דרום זייט, אלע מפרשים לערנען אז עס מיינט זיך צוריק דרייען. בכלל פארשטיי איך נישט וויאזוי וישובו זאל מיינען דרום זייט, פון רעמסס קיין סוכות גייט מען דאך צו דרום, איז ממשיך זיין צו דרום נישט קיין וישובו.
אזוי אויך לערנט ער אז מען ארויס אויף די אנדערע זייט ים ווען אסאך ראשונים לערנען אז מען איז געגאנגען א האלבע סירקיל און ארויס אויף די זעלבע זייט.

פאר עפעס א סיבה וואס איך פארשטיי נישט לערנט ער אז נבוכים הם מוז מיינען אז עס געווען בערג אויף ביידע זייטען.
פריצעל
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2013 7:34 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריצעל »

דערערשטער מאל וואס איך לייען דא…
אנטשולדיגט מיין עמהאר׳׳צת כ׳האב נישט אלעס דורכגעלייענט.. דעם הולוואס מ׳ברענגט דא, איז עס דער ענגלישער פוניבעז׳ער יונגערמאן וואס האט אויך די טעאריע פון צוויי פרעה׳ס און צוויי מצרים׳ס (ארץ מצרים און סתם מצרים וכו׳) אויסגעשפארט פון ראיה׳ס פון די Mummies?
אוועטאר
יום המעונן
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:11 am

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום המעונן »

@פריצעל יא דאס איז דער הול פון ענגלאנד. איך האב נישט געזעהן וועגן צוויי פרעה'ס אין די ביך אויף הר סיני, אפשר אין אן אנדערע ביך שרייבט ער דאס.
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

און דער בוך האט יא בעסערע ריאות?

https://goelrahimi.com/פענוח-יציאת-מצרים/
אוועטאר
יום המעונן
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:11 am

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום המעונן »

ניין, זייער סאך השערות. די איינציגסטע שטארקע נקודה וואס איך האב געזען דארט איז די ראי' אז הר סיני איז נאנט צו מדין, וואס דאס שרייבט שוין די רמב"ן.
אוועטאר
יום המעונן
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:11 am

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום המעונן »

עס איז דא דער וואך אין די ענגילשע המודיע אן אינטערוויו מיט רבי אלי' ברוין וואס טענה'ט אויך אז הר סיני אזי אין סאדי אראביע. דער ארטיקל איז זייער שטחיות'דיג ווייסט איינער אויב איז דא ערגעץ מער באריכות די ראיות פון הרב ברוין?
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”