אט האט איר אפאר שורות וואס זענען ארויס פון אונטער מיין פעדער איין טאג טראכטנדיג איבער די נסיעה: ב' סיון אין מונקאטש!!די פאר ווערטער וואס ברענגן ארויס די הרגשים פון יעדן דינוב'ע חסיד, זיי קלינגען ווי מוזיק צו אונזערע אויערן, אונזערע מחשבות פליען באלד אוועק צו גאר אן אנדערע סארט וועלט, ווי התקשרות לצדיקים ווערט ארויסגעברענגט מיט אירע שענסטע קאלירן, זייענדיג זיך מצייר אין מחשבה ווי ס'האט אויסגעקוקט א שבת א יו"ט בצל רביה"ק בעל מנח"א זי"ע ולמעלה בקודש, ווי ס'האט געפלאמט א יעדן דבר מצוה אין די הערצער פון אונזערע זיידעס דא אין מונקאטש והגלילות, און ווי האט אויסגעקוקט א פשוט'ע וואכעדיגע תפלה ביי זיי, איז פארשטענדליך די התרגשות דקדושה וואס נעמט ארום תלמידי וחסידי דינוב אלטוועלטליך הערנדיג די בשורה טובה אז כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א נעמט אונטער א נסיעה לרגל יודלה"ק הבעל"ט צום עיר האבות מונקאטש, ווי מיר וועלן פוקד זיין אינאיינעם בי די ציונים הקדושים פון רבות"ק, ובפרט ביודלה"ק ב' סיון ביים ציון הקדוש פון רביה"ק בעל מנח"א זיעועכי"א.
עס דערמאנט אונז צוריק פון די פארגאנגענע נסיעה מיט כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א קיין מונקאטש, מיט גאנצע אכט יאר צוריק, אין יאר תשע"ז, ווען די יודהל"ק איז געפאלן אויף א שב"ק, ווען מיר האבן זוכה געווען זיך מסתופף צו זיין בצל רבותיה"ק אין שטאט מונקאטש, און זיך אנזאפן מיט די לויטערע לופט פונעם עיר האבות מונקאטש, וויפיל וואסערן זענען שוין זינט דאן געפלאסן, און וויפיל טרערן זענען שוין זינט דאן פארגאסן געווארן, ביז מיר זענען ב"ה זוכה ווידעראמאל אונטערצונעמען א נסיעה אין שפיץ פון כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א, ווי מיר וועלן בעז"ה אהיים ברענגען ישועות ורפואות מיט אלעם גוטן.
מען קען נישט באשרייבן די פרייליכע געפילן וואס קאכט אין אונז, בעת מיר גרייטן זיך מיט א שמחה של מצוה, און יראה עילאה צום גרויסארטיגן נסיעה, פוקד צו זיין ביי די הייליגע מקומות, ווען צווישן אנדערע איז שטארק בולט די פאקט, אז מיר האפן בעזהשי"ת פוקד צו זיין ביי די אלע מקומות מנוחתם פון רבותיה"ק עלי אדמת אירופה, אנגעהויבן סיי רבותה"ק בעל מנח"א ולמעלה בקודש רביה"ק בעל דרכי תשובה זי"ע, רביה"ק בעל שם שלמה זי"ע, אין שטאט מונקאטש, דערנאך ביי רביה"ק בעל יודעי בינה אין לאנצהוט, און ביי רביה"ק בעל בני יששכר זי"ע, וואס לאורם ניסע ונלך, גלייכצייטיג וועלן מיר האבן די זכיה זיך אויסצוגיסן די הערצער ביי גדולי צדיקי עולם נ"ע, ווי הרה"ק מ'ליזענסק זי"ע, הרה"ק מ'צאנז זי"ע, הרה"ק מ'ראפשיץ זי"ע, און פיל אנדערע.
עס דערמאנט וואס מיר האבן אלע געלערנט אין ספר מסעות ירושלים, ווען רביה"ק בעל מנח"א זי"ע איז ארויפגעפארן קיין ירושלים, פוקד צו זיין ביי די מקומות הקדושים אשר בארץ המה, און שופך שיח זיין אויסצופועל'ן אלעס גוטס לנו ולכל ישראל.
די בלאט איז צו ארעם צו שילדערן די הרגשים וואס נעמט אונז ארום, וויסנדיג ווי זעלטן די דאזיגע נסיעה איז, ובפרט אין די לעצטערע יארן, ווען פילע מלחמות בוזשעווען עלי אדמת אירופה, און עס איז שווער אנצוקומען צו געוויסע מקומות, איז זעלבסטפארשטענדליך וואספארא שמחה עס נעמט ארום כלל חסידי דינוב צו קענען אנטיילנעמען אין דעם מסע המלכות.
באזונדער דארף ארויסגעברענגט ווערן די אייגנארטיגקייט פון די נסיעה, וואס ווערט ספעציעל געבויעט און אויסגעשטעלט אויף אזא אופן ווי מ'וועט בעזהשי"ת הנאה סיי פון א גשמיות'דיגן שטאנדפונקט, ובפרט פונעם רחניות'דיגן אויר, וואס וועט אונז דערהייבן און באלייכטן במשך די גאנצע ימי הנסיעה, און אויף ווייטער אהיימצוברענגן פרישע כוחות דקדושה, פון די גייסטרייכע מאמענטן וואס מיר וועלן בעז"ה מיטהאלטן פונדערנאנט, הן בשעת די עליות לציון הקדושים, און בפרט במשך דעם הייליגן שב"ק וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין עיר האבות דינוב, כבימי קדם, אזוי אין די צייטן ווען זי האט געווירבלט מיט חסידים ואנשי מעשה, וואס האבן זיך מסתופף געווען בצל רביה"ק בעל בנ"י זי"ע מידי שבת בשבתו, וואס דאס זיין אויף אזא ארט זעלבסט ברענגט ארויס די ריכטיגע הרגשים און געגועים, און בפרט ווען מיר וועלן פארבברענגן מיט חסידים ואנשי מעשה אינאיינעם איז צום ערווארטן אז מיר וועלן אלע נתעלה ווערן פון דעם געהויבענעם שב"ק.
לעורר מקד"ם!!מיר גייען מעורר זיין די אבות הקדושים, זיי זאלן מעורר רחמים זיין אויף אונז.
לעורר מקד"ם!!מיר גייען מעורר זיין די פריערדיגע אהבה פון רבותיה"ק נבג"מ צו אונז עדת צאן מרעותם.
לעורר מקד"ם!!מיר גייען מעורר זיין די זכות אבות פון די פריערדיגע דורות.
יזכור אהבתם ויחיה זרעם