אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראונאנסיעישאן)
"אויגוסט" זאגט מען וויאזוי?
אָאָגוסט - מיט א קמץ ווי אין מילי אן
אָגוסט - מיט א קמץ ווי אין ה אט
אדער גאר אָוגוסט?
די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער
נישט אין אלע דיאלעקטן זאגט מען "קאַלע ווערן"...
די א.ג. "דיאלעקטן" וואס זאגן קאליע, מאכן א גרייז - אויב מאך איך נישט קיין גרייז. די אויסלייג איז משפיע אויפ'ן אויסשפראך.
און אויב מאכסטו יא א גרייז?
ער איז טאקע נישט גערעכט.שווערמער האט געשריבן: ↑ זונטאג יוני 02, 2024 11:21 pmשמעון ראלניצקי זאגט וואנ זיניג מיט א לאנגע חיריק, אזוי ווי זין - בנים.
איז ער גערעכט? לכאורה נאכ'ן פארגלייכן מיט זינלאז און אינזינען האבן קומט לכאורה זין מיט א קורצע חיריק.
(איינער האט א השגה וואו מען קען טרעפן געשריבענע מקורות איבער די פוילישע אויסשפראך פון אידיש?)
ביסטו גערעכט...
ס'איז נישט קיין פּאַלאַטעליזירונג, נאר ס'מאכט ווייך דעם ל'.
כניאקאיז מיר א חידוש. זייער אסאך היינט זאגן עס ארויס כאניאק, גיב א קוק דא אויף אייוועלט וואו ס'איז געשריבן דריי מאל אזויפיל ווי כניאק.
גרשון האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 04, 2024 7:22 pmס'איז נישט קיין פּאַלאַטעליזירונג, נאר ס'מאכט ווייך דעם ל'.
אבער קודם דארף איך מסביר זיין וואספארא חיה ס'איז פּאַלאַטעליזירונג. פּאַלאַטע איז דער גומען אין ענגליש, און געוויסע קאָנסאָנאַנטן קען מען ארויסזאגן מיט אן עפעקט פונעם גומען, דאס רופט זיך א פּאַלאַטעליזירטער אות.
יעצט וואס איז א ווייכער ל'? ביי אונז זענען אלע ל' די זעלבע. אבער אין די סלאווישע שפראכן זאגט מען געוויסע ל' שטארק, ווי מ'קען הערן די רוסישע אידן זאגן מילך, בעת אנדערע ל' זענען שוואך. דאס ווערט אנגעצייכנט אין רוסיש/אוקראיניש מיט א J, און אין אידיש האט מען דאס רעפרעזענטירט מיט א י'.
דאס למשל איז די סיבה פארוואס טייל שרייבן פּאָלאַק און אנדערע פּאָליאַק. דאס איז ווייל אין רוסיש שרייבט מען עס אזוי, הגם דער י' דא איז נישט קיין קאנסאנאנט.
אזוי צי אזוי, זאל דאס ווארט האבן געווארן פארדרייט. למעשה זאגן מיר היינט כוואליע און קאליע מיט'ן ארויסזאגן דעם י', און אמעריקאנער חסידים זענען היינט בעל הבית אויף אידיש. ס'זענען דא ערגערע גרייזן.
אויף כוואליע דינג איך זיך נישט, אבער לגבי קאליע יא, פארהאן גענוג א גרויסע ציבור וואס זאגן נאכאלץ קאלע.
וואס טוט זיך מיט אויטאנאמיע אויטא אויטאריטעט, אויך מיט דעם סארט קמץ?קוואל וואסער האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 12, 2024 3:41 pmדי קמץ פון "או"גוסט איז ווי די ערשטע משל, מיל"יאן"
אויטא איז לכאורה אָוטא, די אנדערע ווייס איך נישט (עכ"פ וואס איז ריכטיג).א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:43 pmוואס טוט זיך מיט אויטאנאמיע אויטא אויטאריטעט, אויך מיט דעם סארט קמץ?קוואל וואסער האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 12, 2024 3:41 pmדי קמץ פון "או"גוסט איז ווי די ערשטע משל, מיל"יאן"
גייסט לשיטתך אז מ'זאגט עס אזוי ארויס, און נישט יעדן?...
ווען איך שרייב אויף אייוועלט בין איך נישט שווערמער - כאפ מיר נישט ביי קיין טעותים. סיידן אינעם ספעלטשעקער אשכול.
ביי מיר איז גראדע פארקערט; אין ריעל לייף קען מיר קיינער נישט אלס יחליצך...
זע אין בינבוימ'ס ביכער, געברענגט דא .
פיל דאנק!ביבליאגראף האט געשריבן: ↑ מאנטאג יולי 01, 2024 11:39 amזע אין בינבוימ'ס ביכער, געברענגט דא .
בעיקר אין "יידיש ווערטער ביכל", וואו ער גייט דורך די באנוצטע (באנוצסטע) ווערטער פון פוילישן אידיש.
פון זיין ווערטערבוך קענסטו וויסן גענוי וויאזוי די ווערטער זענען געווארן ארויסגעזאגט אין פוילן. אויב דו ליינסט קודם די כללים אנהייב פונעם ביכל, פארשטייט-זיך.
קורצע חיריק, פתח, מלרע