איך דארף דיר נאך האבן!!! (פרשת במדבר)

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

איך דארף דיר נאך האבן!!! (פרשת במדבר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

איך דארף דיר נאך האבן!!!
פרשת במדבר

צומישט און פאווייטאגט שטייט ער פארסאמעט
מ'האט ליידער געמאכט דעם עי''ן גימ''ל למ''ד,

משה רבינו זאגט קיין תורה איך זיך עס
איך ווארף אראפ די הייליגע לוחות,

די אידן האבן געטוהן אין הקב''ה פארשוועכן
וועל איך די לוחות יעצט דא צוברעכן,

ביי די אידן אויסקלאפט א שווערע מגיפה
די שטראף דאס מאל איז זייער א שטייפע,

אבער איין מינוט! זאגט הקב''ה צום סוף
געבליבן עפעס אידן אויפן וועלט איך האף,

איך וויל אז דו משה רבינו זאלסט זיך צו איילן
זאג מיר וויפיל איז געבליבן, וויפיל טוען נאך וויילן

איך וויל דו זאלסט דעם שארית הפליטה אפציילן
און נאר אזוי וועל איך כביכול זיך היילן,

אן אומרעכט טאקע געטון, מיר ס'ארט
אז משה זאל צירוק קומען, האבן זיי נישט געווארט,

איך האב זיי אבער אזוי ליב איך וויל זיי נאך האבן
צייל מיר אפ וויפיל מ'האט נישט באגראבן,

מתוך חיבתן של ישראל מונה אותם
פון די ליבשאפט פון הקב''ה צו כלל ישראל דעם גרויסעם,

נישט קיין חילוק, צו נאָך אן עגל וואס איז געשעהן דא
דאך דער הייליגע באשעפער מונה אותם כל שעה,

איך דארף דיך נאך האבן דו ביסט מיר וויכטיג
אן דיר קען נישט די וועלט בכלל זיין ריכטיג

נישט קיין חילוק וואסערע איד אפילו א בא''ם-ווער
ביי מיר באשעפער ביסטו נאכאלץ נאך אלעם א נאמבער,



!א גוט שבת
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: איך דארף דיר נאך האבן!!! (פרשת במדבר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

הערליך שיין!
הערליכע געדאנקען!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”