כי טוב ה' - דער אייבערשטער איז א גוטער!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

כי טוב ה' - דער אייבערשטער איז א גוטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

עס איז דא אמאל וואס דער אייבערשטער דעקט א משהו אויף זיין הסתרת פנים, און דאס גיבט אזא שטארקע מוסר פארציע אויפן גאנצן לעבן.

מעשה שהיה כך היה (מסיבות שונות האב איך מיטגעהאלטן דעם סיפור פון אנפאנג ביז צום סוף):

א איד (לאמיר אים א נאמען געבן ראובן) איז געווען אין קאנטאקט אויף א בנין צו קויפן, די קלאזינג דעיט איז שוין געווען געסקעדשולט.

פונקט א וואך איידער די קלאזוינג דארף געשעהן, האט די באנק באשלאסן ארויסצוצוען פון געבן די הלוואה. ער איז שוין געווען 'הארד' מיט א ריזיגע סכום געלט, און דער מוכר האט נישט געוואלט אפשטיפן די קלאוזינג דעיט (פארוואס זאל ער יא? אויב קלאוזט מען נישט צייטלעך, וואלט ער סיי זיך געהאלטן מיט די געלט און סיי געבליבן מיט'ן בנין).

עס איז געווען באמת עולם חשוך בעדי פאר דעם ראובן, און ער האט נישט געוואוסט ווי אזוי מ'גיבט זיך אן עצה דא. יעדער פריוואטע לענדער האט געוואלט ריזיגע פראצענטן וואוסענדיג ווי שמאל די מצב איז.

למעשה האט דער אייבערשטער געהאלפן, און אין די קורצע טעג (ווייניגער ווי א וואך!!) האט מען מצליח געווען צו באקומען א נייע באנק וואס זאל פשוט איבערנעמען די הלוואה גענוי ווי די אלטע באנק.

אבער...
דער ערשטער באנק האט געבעטן א פערזענדליכע גערענטי, וואס דאס האט זייער געביסן. און אזוי ווי די באנק האט נישט געוואלט אננעמען ראובנ'ן דערויף, האט ער געדארפט נעמען א צווייטן פאר דעם, און אים אוועקגעבן א געוואוסע פראצענט אינעם מקח.
דער צווייטער באנק דארף נישט די PG.

דאס מיינט, אז די גאנצע וואך פון עגמת נפש, האט זיך זייער געלוינט צום סוף!!

די מעשה האט מיר אויסגעלערנט (צום וויפענטן מאהל!!)

א. שטעל דיר פאר ווען ער האט ווען נישט די ערשטע באנק וואס ציט צום סוף ארויס, נאר ער באקומט גראד דעם צווייטן באנק. וואלט ער ווען געוואוסט צו דאנקן אויף די פראצענט שותפות וואס ער דארף ווען נישט אוועקגעבן פאר א PG? ער וואלט ווען נישט געוואוסט צו דאנקן אויף די פראצענט וואס ער איז געבליבן מיט, און למעשה נישט געדארפט אוועקגעבן.
ב. אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז לטובה! אמאל זעהט מען עס תיכף, און אמאל נעמט עס לענגער צו זעהן, און אמאל זעהט מען דאס נאר לעתיד לבוא.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5034
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: כי טוב ה' - דער אייבערשטער איז א גוטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

@ממי_שאמרו

איך זעה די האסט נאכנישט פארגעסען פון אונז!
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”