יעצט אין די דריי-טעג-יו"ט סעזאן איז ווידער ארויפגעקומען אויף מיין גענאק די אלט-נודזשענדע אקטועלע שאלה, מעג מען נעמען א שויער ביו"ט. פארשטייט זיך מען רעדט פון די היינטיגע AO SMITH האט-וואטער טאנקען וואס ארבעטן מיט א פון-פריער אנגעשטעלטע גראד, אזוי אז עס הייסט חמין שהוחמו מערי"ט. אזוי אויך איז דאך נישטא קיין איסור פון חימום מים אדער הבערה ויבאלד עס ברענט א פילאט אונטן. איז דאס מותר לכתחלה, בדיעבד? קאלטע שויער איז גרינגער? נניח אז הייס איז לכתחילה, מעג מען כל גופו צי נאר פניו ידיו ורגליו. מעג מען נוצן בורית געהעריג, שאמפוי?
אז איך רעד שוין, איז אינטערעסאנט צו הערן וויאזוי דער עולם פירט זיך לגבי די פלאמען, מאכט מען העכער\נידריגער די פלאמען אין יו"ט צי מען שטעלט אן פון ערי"ט און אזוי בלייבט עס. געזען האב איך שוין אלע סארטן מענטשן מיט אלע סארטן מנהגים און איינרעדענישן.
איך האב שוין געפרעגט א דיין מיט יארן צוריק, און ער האו מיר גע'פסק'ט אז מ'מעג נעמען א שויער מיט נישט צו הייסע וואסער און יו"ט, פארשטייט זיך נאר די נייע מיני בוילערס, ער האט צוגעלייגט אז רוב בוילערס זענען היינט צוטאגס פון די נייע, וועגן זיך זייפן געדענק איך נישט פונקטליך, אבער אויב מיין זיכרון פאפט מיר נישט מעג מען זיך זייפן אפי' כל הגוף מיט רינעדיגע זייף.
ריק פערי האט געשריבן:
איך האב שוין געפרעגט א דיין מיט יארן צוריק, און ער האו מיר גע'פסק'ט אז מ'מעג נעמען א שויער מיט נישט צו הייסע וואסער און יו"ט, פארשטייט זיך נאר די נייע מיני בוילערס, ער האט צוגעלייגט אז רוב בוילערס זענען היינט צוטאגס פון די נייע, וועגן זיך זייפן געדענק איך נישט פונקטליך, אבער אויב מיין זיכרון פאפט מיר נישט מעג מען זיך זייפן אפי' כל הגוף מיט רינעדיגע זייף.
אינטערעסאנט, פונקט דעם יו"ט זאגט מיר מיין ווייב אז זי האט געהערט איש מפי יענטא מפי שוויגער, אז עפעס א דיין האט געזאגט אז רוב היינטיגע בוילערס ווערט די וואסער אנגעווארעמט אום יו"ט ממילא טאר מען נישט נוצן, זי האט גערעדט לגבי וואשן דישעס
ווי אזוי קען מען דאס מברר זיין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
לויט ווי איך האב געזעהן אין די הלכות פון עלים לתרופה א שטיק צייט צוריק, מעג מען קלענער מאכן די פלאם פונעם גאז, אויב עס איז משום אוכל נפש, דאס הייסט די עסן זאל נישט צוברענען וכו'.
פריילאך האט געשריבן:
לויט ווי איך האב געזעהן אין די הלכות פון עלים לתרופה א שטיק צייט צוריק, מעג מען קלענער מאכן די פלאם פונעם גאז, אויב עס איז משום אוכל נפש, דאס הייסט די עסן זאל נישט צוברענען וכו'.
פריילאך האט געשריבן:
לויט ווי איך האב געזעהן אין די הלכות פון עלים לתרופה א שטיק צייט צוריק, מעג מען קלענער מאכן די פלאם פונעם גאז, אויב עס איז משום אוכל נפש, דאס הייסט די עסן זאל נישט צוברענען וכו'.
גערעכט אז עס ווערט ווארעם אין יו"ט, אבער נאר דורך א גרמא, און גרמא איז מותר אין יו"ט.
קיינער זאל נישט נעמען קיין הלכה פסוקה פון מיר, איך בעבל נאר נאך וואס ס'ליגט מיר אין זכרון, איך האב עס נישט יעצט דורך געטוהן, איך גלייב אז עווענטועל וועט איינער אויפהייבן א טעלעפאון צו א דיין און ברענגען 'בשמו' וואס די הלכה איז.
דאכטזיך מיר (איך נעם נישט קיין אחריות) אז די פריעדיגע צעהלים'ע רב ז"ל האט אויך מתיר געווען צו קלענער מאכען די פלאם פאר אוכל נפש, למשל אז די עסען זאל זיך נישט צו ברענען, די זעלבע ווי די מעגסט אנצינדען א פלאם צו קאכען מעגסטו עס קלענער מאכען א די עסען זאל בלייבען אוכל נפש...
פריילאך האט געשריבן:
לויט ווי איך האב געזעהן אין די הלכות פון עלים לתרופה א שטיק צייט צוריק, מעג מען קלענער מאכן די פלאם פונעם גאז, אויב עס איז משום אוכל נפש, דאס הייסט די עסן זאל נישט צוברענען וכו'.
אין ספר "אורח כהלכה" פון הג"ר שמאי קהת גראס שליט"א דומ"ץ בבעלזא (וועלכער שרייבט וועכענטליך די הלכות אינעם עלים לתרופה, און אין די ספר איז צוזאמגענומען אלע הלכות מסודר כפי הענינים) שרייבט ער אזוי (בהל' כיבוי ביו"ט):
הלכה ח) "כשם שמותר להבעיר אש לצורך אוכל נפש, כך מותר לכבות אש לצורך אוכל נפש, כגון להניח בשר על גבי גחלים לצלותו, אע"פ שמכבה בכך את הגחלים בתחילתו, ומותר מפני שהוא לצורך אוכל נפש".
הלכה י) "אסור להקטין את האש שעל הגז גם אם חושש שהתבשיל שמתבשל בקדירה ישרף, כיון שישנה עצה להדליק להב אחר שאינו גדול כ"כ כמו הראשון, ויניח את הלהב הראשון בוער. והטעם דעדיף להדליק אש מלכבות האש באופן זה, משום דכיבוי דומה יותר למכשירי אוכל נפש, אבל הדלקת האש נחשבת ממש כצורך אוכל נפש".
הלכה י"א) "אבל אם אין לו גז אחר להדליק, או שא"א לו להדליק להב אחר משום איזו סיבה שהיא, מותר להקטין הלהב כדי שלא ישרף התבשיל, דאז הוי הכיבוי לצורך אוכל נפש". [ער צייכנט דארט צו פארשידענע מ"מ צו די אלע הלכות].
---- וואס גייט טאקע אריין אין גדר פון נישט קענען? (או שא"א לו להדליק להב אחר משום איזו סיבה שהיא, מותר להקטין הלהב כדי שלא ישרף התבשיל)איז צופיל קארבאן מאנאקסייד אדער היץ וואס נאך א גאס גיבט ארויס, גענוג?
פארשלאפן, דא האסטו א ווארענונג וואס די או-יו האט ארויסגעלייגט:
WITH THREE-DAY HOLIDAY/SHABBAT OBSERVANCES COMING UP, ORTHODOX UNION ISSUES WARNING AGAINST CARBON MONOXIDE POISONING FROM STOVES
The upcoming Jewish holiday season, which includes three 3-day periods in which stoves cannot be turned off, presents risks of deadly carbon monoxide poisoning in homes in which the holidays are observed according to halacha, Jewish law. The holidays occur Thursday and Friday, followed by Shabbat.
The holidays are Rosh Hashanah/Shabbat, September 29-October 1; Sukkot/Shabbat, October 13-15; and Shemini Atzeret/Simchat Torah/ Shabbat , October 20-22. In each case, stoves cannot be turned off from the beginning of the holiday, on Wednesday evening, to the end of Shabbat.
The Orthodox Union’s Safe Homes, Safe Shuls, Safe Schools initiative issues warnings before holidays, such as Passover and Chanukah, when use of fire is part of the tradition. With the three-day observances, the risks of CO poisoning are now the area of concern. As part of the initiative, the OU urges families to replace their smoke/carbon dioxide alarm batteries prior to the holidays.
Examples of these risks occurred in the heavily Orthodox community of Teaneck, NJ during the two-day holiday (Wednesday-Thursday) of Shavuot in June in which 13 people were taken to hospitals Thursday morning with symptoms of carbon monoxide poisoning from stoves that had been on since Tuesday evening. Fortunately, the injuries were not serious and most of the victims were quickly treated and released.
The Teaneck fire department noted that the risk is intensified because modern houses are better insulated with fewer air leaks than in the past, and that with the air conditioning on, windows are kept closed.
The department has noted “a spike in carbon monoxide calls in the Orthodox community,” according to a reporter for the local newspaper, the Bergen Record.
Carbon monoxide is an odorless, colorless and potentially deadly gas. Because of the dangers, authorities in Teaneck met and came up with the following guidelines for carbon monoxide safety:
All homes must have working CO detectors. We recommend the electric plug in models with a display and battery backup. A basic unit is adequate however. We recommend at least one on each level. NEVER HESITATE TO CALL THE FIRE DEPARTMENT IF YOUR ALARM GOES OFF! The fire department will respond quickly to check homes with multi-gas meters and remove the CO. Your house should have the hood above your stove vented to the outside. A hood that vents back into the kitchen will not help reduce CO. An alternate to the stove is an electric hot plate, UL listed, which has no flame, so does not produce CO. An electric crock pot, UL listed, is another alternative, which is insulated and reduces the chance of someone burning themselves. You should have a one foot non-combustible area around the stove and crock pot. NEVER use an extension cord with these devices! They require too many amps and could cause a fire. The above devices should be plugged directly into an outlet. If you must operate a stove, leave a window open near the stove at least one fist (approximately 4 inches), with a second window open at the opposite side of the house. This will allow some cross ventilation and a supply of fresh air. An electric stove with a warming drawer is another solution. This would keep food warm without generating CO. A future solution would be an electric stove that would turn on and off during the Sabbath and holidays as needed. The community is always looking for manufacturers who are willing to work with us. This is not a complete list, only recommendations.