אוועקפארן אויף יו"ט שבועות

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וואודרידזשער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 2:29 pm

Re: אוועקפארן פאר שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואודרידזשער »

אדם אשר האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:29 am
וואודריזש דארף צו זיין ביי-טעם׳ט און היימיש
אסאך חסידים/תלמידים דארטן צו וויילן בצילו פונעם דארטיגן רב
אבער גאר געשמאק צו דאווענען אפילו די באלאנגסט נישט אהין
עס איז דא דארט נאך 3 בתי מדרשים חוץ די רב׳ס ביהמ״ד
וואודריזש׳ע רב׳ס עבודת התפילה און אקדמות איז בוקיע רקיעים
גאר גאר א שיינע ווארימע בעל תפילה באש קודש מלא געגועים
אדם אשר
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 23, 2023 11:41 am

Re: אוועקפארן פאר שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם אשר »

וואודרידזשער האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 12:38 pm
אדם אשר האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:29 am
וואודריזש דארף צו זיין ביי-טעם׳ט און היימיש
אסאך חסידים/תלמידים דארטן צו וויילן בצילו פונעם דארטיגן רב
אבער גאר געשמאק צו דאווענען אפילו די באלאנגסט נישט אהין
עס איז דא דארט נאך 3 בתי מדרשים חוץ די רב׳ס ביהמ״ד
וואודריזש׳ע רב׳ס עבודת התפילה און אקדמות איז בוקיע רקיעים
גאר גאר א שיינע ווארימע בעל תפילה באש קודש מלא געגועים
וואודריזש שבועות תשפ"ד
viewtopic.php?p=5155838#p5155838
אטעטשמענטס
4545.jpeg
4545.jpeg (108.58 KiB) געזען 229 מאל
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: אוועקפארן פאר שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

חבצלת השרון האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 5:51 am
אדם אשר האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:29 am
וואודריזש דארף צו זיין ביי-טעם׳ט און היימיש
אסאך חסידים/תלמידים דארטן צו וויילן בצילו פונעם דארטיגן רב
אבער גאר געשמאק צו דאווענען אפילו די באלאנגסט נישט אהין
עס איז דא דארט נאך 3 בתי מדרשים חוץ די רב׳ס ביהמ״ד
הערליכע גרויסע דירה צו פארדינגן אין הארץ פון געגנט, שפאגל ניי. ריין שיין און בא'טעם'ט.
אינקלאדט האנטיכער, בעדגעוואנט, אלע אידישע צוגעהערן ועוד.
איך בין שוין געוועהן דארט אויף יום טוב.
שטארק רעקאמענדירט.
1-917-588-2944
איך בין אויך שוין געווען, נישט אויף יום טוב אבער פאר א שבת
עס איז טאקע גאר שיין און באקוועם, געאייגענט פאר גרעסערע משפחות, אויב געדענק איך גוט האט עס 7 בעדרומס
אדם אשר
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 23, 2023 11:41 am

Re: אוועקפארן אויף יו"ט שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם אשר »

אמר רבי אלעזר האט געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2024 10:48 pm
וואודריזש שבועות תשפ"ד
◄ ווייז ספוילער
ערב יו"ט פארנאכטס איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מלובש בבגדי יו"ט צו מנחה,
מנחה בעל תפלה האט רבינו שליט"א מכבד געווען הרב ר' וואלף ווייס שליט"א מגי"ש בביהמ"ד סאטמאר 10טע עוו ב"פ,
מיט מערבית איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' חיים דניאל ווייס שליט"א חדב"ן
דערנאך איז מען אריבער זאגן גוט יו"ט און די געסט האבן אפגענומען שלום,


ביים סעודה האט מען האט געזינגען די פיוטי מערבית פון וירד אביר יעקב נורא עלילה
תיקון ליל שבועות האט רבינו שליט"א געפראוועט פריוואט אין ספרים צימער


רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית, 9:40 פארגעזאגט ברכות,


כמידי שנה בשנה איז געקומען צוגיין גרופעס אידן אנ"ש, תלמידי רבינו און תושבי העיר מיט צו האלטן די עבודת הקודש פון ארומיגע געגענטער ווי ראזמאנד, לעיק הויז געגנט, מסורה וואודס, וכדומה טראץ די ציגעלייגטע שמאלע טישן איז געווען אן איבערגעפילטע פיל-קעפיגע ציבור עד אפת מקום אז עס איז נישט געבליבן קיין שטיי פלעצער ביז צום גאס,


פסוקי דזמרא: הגה״צ רבי יהושע שליט״א בן רבינו שליט"א
צו נשמת האט רבינו שליט"א יורד געווען לפני התיבה און אנגעהויבן נשמת כל חי, די ביהמ"ד איז אריין און א העכערע קאך! אש קודש!,
כנהוג האט מען געזינגען ביי ישתבח, קדיש פאר ברכו, כולם אהובים, וכולם, ביי אהבה רבה האט מען געזינגען די ניגון המקובל פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימינוב זי"ע,


צו שמונה עשרה איז צוגעגאנגען צום עמוד הגה"צ ר׳ י-הושע שליט"א בן רבינו שליט"א,
די יוצרות האט רבינו שליט"א פארגעזאגט זיצענדיג, בתעוררות און מתיקות, פון הערן די נוסח אליין האט מען פארשטאנען די גאנצע טייטש פון די געהויבענע פיוטים, און די בעל תפילה האט דערנאך אויסגעלאזט,


פאר הלל האט הנגיד מו"ה שמואל וועטענשטיין הי"ו איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מחזור מטה לוי, וואס עס האט געדאווענט דערינען הרה"ק הדב"י מסאטמאר זי"ע, צו הלל איז רבינו שליט"א צירוק געגאנגען צום עמוד,


רבינו שליט"א איז ארויף אויפן בלעמער צוזאמען מיט די ספרי תורה און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע אקדמות דרשה, על נצח ישראל ועל נצח התורה, אנגעהויבן מיט די פסוקים פון בחודש השלישי,
ארויס ברענגנדיג אז דער נצחיות פונעם עם ישראל איז בכלל נישט קיין דרך הטבע

מען האט אויסגערופן כהן מו"ה דוד כהנא הי"ו,
מען האט געזינגען מיט התעוררות די אהבה רבה ניגון פונעם הייליגן בני יששכר אשר מפיהם ומפי כתבם אנו חיים וקיימים זי"ע,
דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן אַקְדָמּוּת מִלִּין וְשָׁרָיוּת שׁוּתָא......
ווי א פסוק טיפער אריין אין די אקדמות האט רבינו שליט"א מיטן גרויסן כח המושך אריינגשלעפט די ביהמ"ד אין א גרעסערע התעוררת און אין א טיפערע התרגשות,


פאר מנן ומן, האט רבינו שליט"א פון גרויס הרגשות אויסגעשריגן ווי צו זיך אליינס, מיט עמערס טרערן שלא כדרכו, אזאנס אז עס איז נישט געבליבן קיין טרוקן אויג אין ביהמ"ד,
רבוש"ע האסט אויס געקליבן די ריכטיגע פאלק! קוק ווי שטארק מיר האלטן זיך אבער ווי לאנג נאך קענען מיר אויסהאלטן! השקיפה ממעון קדשך דא אין די שרעקליכע גלות שוין אזויפיל יארן מיט אזויפיל צרות!


מְנָן וּמָן הוּא רְחִימָךְ, שַׁפִּירָא בְּרֵיוָתָא......
בְּחָכְמְתָא מְתִיבָתָא לְהוֹן, קְצַת לְהוֹדָעוּתָא......
חֲדוּ שְׁלֵמָא בְּמֵיתֵי, וּמָנָא דַכְוָתָא...... קִרְיְתָא דִירוּשְׁלֵם, כַּד יְכַנֵשׁ גַלְוָתָא.....
זַכָּאִין כַּד שְׁמַעְתּוּן, שְׁבַחדָא שִׁירָתָא קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן, בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא.......
וינעו אמות הספים מקול הקורא והבית היתה מלא עשן,


לוי האט עולה געווען מו"ה אברהם משה בראך הי"ו
שלישי הנגיד מו"ה שמואל וועטענשטיין הי"ו
רביעי עשרת הדברות רבינו שליט"א געקויפט געווארן דורך הנגיד מו"ה אלכסנדר לייבוש הירש הי"ו
חמישי הנגיד מו"ה יואל גליק הי"ו
מפטיר מו"ה נחום קליין הי"ו
י-ה אלי האט רבינו שליט"א פארגעזינגען
מוסף בעל תפילה מו"ה דוד נחמן ענגלענדער הי"ו מען האט גענדיגט בערך 2:00


נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו קידוש, געמאכט א מזונות אויף א מילכיגע קיכן כמנהג ישראל,
ווי אלע יארן האט רבינו שליט"א אויסגעשמוסט א פשט פארוואס הרה"ק הדברי חיים מצאנז זי"ע האט געזאגט א דרוש דווקא ביי די מלכיגע סעודה,


מנחה בעל תפילה: מו"ה מרדכי האלפערט הי"ו
צווישן מנחה און מעריב האט אויפגעטרעטן מיט פערלדיגע רעיונות לכבוד יו"ט הגה״צ רבי יהושע לעבאוויטש שליט״א בן רבינו שליט"א
מערבית ליל ב' הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א חדב"ן


עס איז אריבערגעקומען ליל ב' ביים סעודה די בחורים תלמידי ישיבה אוהב תורה מיט זייערע ראשי ישיבה, ווי זיי זענען אריבער זאגן גוט יו"ט פאר רבינו שליט"א, כמבואר במ"ס סוכה דף כז ע"ב חייב אדם להקביל פני רבו ברגל


כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', דעם צווייטן טאג יו"ט אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען ארום 9:45 אין ביהמ"ד.
פארגעזאגט ברכות, פסוקי דזמרא הגה״צ רבי יהושע שליט״א בן רבינו שליט"א
צו נשמת האט רבינו שליט"א יורד געוווען לפני התיבה בקול רעש גדול די ביהמ"ד איז אריין און א העכערע קאך, אש קודש, מען האט געזינגען כנהוג ביי ישתבח, קדיש פאר ברכו, כולם אהובים, וכולם, ביי וכולם האט זיך די רב געהויבן א טפח העכער די ערד,
ביי אהבה רבה האט מען געזינגען די ניגון המקובל פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימינוב זי"ע.
צו שמונה עשרה איז צוגעגאנגען צום עמוד הרה"ג ר' אלעזר וועבער שליט"א, די יוצרות האט די רב פארגעזאגט זיצענדיג, בתעוררות און מתיקות, פון הערן די נוסח אליין האט מען פארשטאנען די גאנצע טייטש פון די געהויבענע פיוטים, און די בעל תפילה האט דערנאך אויסגעלאזט. צו הלל איז די רב צירוק געגאנגען צום עמוד,
פאר מגילת רות האט רבינו שליט"א אין א קורץ ווארט ארויסגעברענגט איבער מגילות רות וואס מען גייט דא זאגן.


רבינו שליט"א איז געגאנגען הוצאה והכנסה
כהן מו"ה פנחס שווארץ הי"ו
לוי מו"ה חיים קרויס הי"ו
שלישי הרב ר' יעקב יצחק יאקאבאוויטש שליט"א
רביעי הרב ר' חיים שמעון לעפקאוויטש שליט"א
חמישי הרה"ח ר' יחיאל בוים הי"ו
מפטיר רבינו שליט"א
יציב פתגם האט רבינו שליט"א פארגעזינגען מיט די ניגון, און דערנאך געמאכט די ברכות הפטרה.
מען איז ארויס פון בית המדרש און מזכיר געווען די נשמות.
י-ה אלי האט רבינו שליט"א פארגעזינגען
מוסף: מרן רבינו שליט"א

פאר מנחה האט אויפגעטרעטן בענינא דיומא הרב ר' וואלף ווייס שליט"א מגי"ש בביהמ"ד סאטמאר 10טע עוו ב"פ
מנחה בעל תפילה: מו"ה יחיאל מארמארשטיין הי"ו


צום מעמד נעילת החג האט מען פריש אויסגעשטעלט די ביהמ"ד צו אקאמאדירן די מערסטע זיץ פלעצער מעגליך, במשך די טיש האט מען געזינגן ווארעמע ניגונים כנהוג, דערנאך האט רבינו שליט"א באש קודש אנגעהויבן די דברי תורה מיטן באקאנטן מליצה פון הייליגן מהרי"ד מבעלזא זי"ע אויפן פסוק אין שיר השירים, מה יפו פעמיך בנעלים, מה יפו ווי שיין איז פעמיך די הארץ קלאפענישן אזוי ווי גלעקלעך וואס א איד שפירט ווען די יו״ט האלט זיך שוין ביים שליסן בנעלים בשעת נעילת החג פונעם יו"ט,
ארומרעדנדיג פונעם לימוד התורה מיט די אש התורה כמסורה לנו מדור דור וואס תורה איז דאך פשוטו כמשמעו כי הם חיינו ואורך ימינו,
האט רבינו שליט"א בתוך הדברים נאכגעברענגט די ירושלמי אז אין בבל האט הקב"ה איינגעפלאנצט טייטל ביימער די אידן זאלן עסן זיסע פרוכט עס זאל אריינברענגן א חשקת התורה, אבער דאס אלעס איז געווען ביז הדור קבלוה בימי אחשורוש ווי מען האט נאכאמאל מקבל געווען די תורה באהבה, האט שוין מער נישט אויסגעפעלט די זייטיגע זיסקייטן ווייל דעמאלטס האט כלל ישראל מרגיש די זיסקייט פון די תורה אליינס, ווי די מנחת אלעזר זי"ע האט געטייטש טעמה כי טוב סחרה דעמאלטס לא יכבה בלילה נרה......
ד"ת האט גענומען בערך 30 מינוט
מען האט געטאנצן אינאיינעם רינגס ארום ובאו כולם און עליונים ששו און לשנה הבאה,
און געדאוונט מעריב
מען איז אריבער זאגן א גוטע וואך און די געסט האבן זיך געזעגנט,
רבינו שליט"א האט מקדש געווען די לבנה פארנט פון ביהמ"ד, פארגעזאגט די ברכה און געטאנצט טובים מאורות,
והרבה יותר ממה שכתו"ב לפניכם קרה כאן

הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בשפְוָתָא דְּיוֹ אִלּוּ יַמֵּי וְכָל מֵי כְנִישׁוּתָא, דָּיְרֵי אַרְעָא סָפְרֵי וְרָשְׁמֵי רַשְׁוָתָא איז נאך אלץ שווער און כמעט אוממעגליך אז אפאר אותיות זאלן קענען רעפלעקטירן דעם מהות און התרוממות פון אזא געהויבענעם יום טוב שבועות העעל"ט

בלויז די תלמידים ואנ"ש וואס זענען געווען א טייל פון די משתתפים, וועלן דאס קענען בכלל פארשטיין און משיג זיין. זעלבסט פארשטענדליך אז דער טעם און התעוררות פון דעם געהויבענעם יום טוב וועט אויף לאנג געדענקט ווערן, און פארבלייבן איינגעקריצט פון די הערצער פון די מסתופפים

שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”