א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא. **חלק ג** מוסאיוף ח"א\ח"ב - "חדש"

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא. **חלק ג** מוסאיוף ח"א\ח"ב - "חדש"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

זול טייטשט גראסערי...

ביסט גוט!
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא. **חלק ג** מוסאיוף ח"א\ח"ב - "חדש"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינע קאווע »

מתוק מתוק,

איך וואוין אין די גענגט שוין באלד 30 יאר און כ'האב נאך קיינאמל נישט אריין דארט,
אויס מוירא פון די פרענקען..
יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא. **חלק ג** מוסאיוף ח"א\ח"ב - "חדש"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

פיינע קאווע האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:04 am
מתוק מתוק,

איך וואוין אין די גענגט שוין באלד 30 יאר און כ'האב נאך קיינאמל נישט אריין דארט,
אויס מוירא פון די פרענקען..
כל זמן שהנר דולק, והקפה מריח.... חאפ דיך אריין היינט אויף א מנחה... העסט הנאה האבן ...
אבדק''ק פראג והגלילות
טעיפ רעקארדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא. **חלק ג** מוסאיוף ח"א\ח"ב - "חדש"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 9:31 pm
מוסאיוף חלק ב'
ית-גדל וית-קדש שמי' רבה... חיים ושבע ישועה ונחמה-"רווח והצלה" (אלע צוזאמען מיט פאטאס).... בקיצור געענדיקט דאווענען מיט אלע קדישים... אופס איין רגע... נאך איין קדיש... "השם חפץ למען צדקו, יגדיל תורה ויאאדיררר" (בניקוד ספרדי... ובניגון המיוחד... המבין יבין...) דאס מאל א קדיש דרבנן... פארוואס?! א קשיא אויף א פר...
די גבאי רופט די עולם צו אן אשכבה (א ספרדישן יארצייט סעודה, עפעס אזוי...), און עעעננדליך די דאווענען איז ליגעלי פארטיג.
אבער דער עולם יאגט זיך בכלל נישט ארויס פון ביהמ"ד... איך גיימיר ארויס אין חצר, ביי יעדע פענסטער (אויסגעדרייט צו די שטיבל) שטייען זקנות און האלטן מיט דאס דאווענען... (ווייסט נאך א שוהל וואו עס קומען נשים אינדערוואכן?! גראדע איך ווייס... ערגעץ נישט ווייט פון דא... ששש)
איך זע אז ביי דעם "בן פרצי'ס" טיש איז צוגעשטעלט א לחיים... אוהא... ס'קומט גוטע צייטן... קומעך נענטער זע איך פון וואס מ'רעדט, טרוקענע געזאלצענע קוקי'ס פון "הכל בזול" (זול-טייטשט גראסערי... ניין?!), און אזוינע געפעקעזשטע רוגלאך פון ברמן (וואס קומט אזא 26 שטיק מחובר איינס צום צווייטן... והמכיר יבין...), און א מאדנע טיי וואס שמעקט פון מאראקא און סאמארקאנד אויסגעמישט.... אקעי נישט באשערט קיין מזל פאר היינט...
איך גיי ווייטער אריין אין גרויסן היכל, וואו דא קומען פאר שיעורים אגאנצן טאג רונדע דעם זייגער, פון אלע סארטן מגידים, פון מחזירים בתשובה ביז חוזרים בתשובה.... בליק איך אריין זע איך א ריזיגן באצירטן בית כנסת כמיטב מסורת המזרח... און איינער דרש'נט אריין אויף כוחות, בענין: רבי נחמן מברסלב אומר שצריכים להתחתן בגיל צעיר... און קארגע דריי זיידיטשקעס זיצן דארט.... צוויי פון זיי פארזינקען אין א טיפן דרימל... און דער דריטער האט זיך איצטער אויפגעכאפט... און פון עזרת נשים זעהט זיך אן א ערנסטע אנוועזנהייט, אקעי יעצט ווייסיך שוין וואס בוכארישע באבע'ס טוען מיט זייער טאג.

עד כאן א פשוט'ן שחרית אויף א פשוט'ן טאג אין מוסאיוף...
יא יא, מיט די פערטל עפלעך מיט די באמבא אין פרעצלס אויסגעמישט.
יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט יחזקאל סגל לנדא. **חלק ג** מוסאיוף ח"א\ח"ב - "חדש"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

טעיפ רעקארדער האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 9:49 am
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 9:31 pm
מוסאיוף חלק ב'
ית-גדל וית-קדש שמי' רבה... חיים ושבע ישועה ונחמה-"רווח והצלה" (אלע צוזאמען מיט פאטאס).... בקיצור געענדיקט דאווענען מיט אלע קדישים... אופס איין רגע... נאך איין קדיש... "השם חפץ למען צדקו, יגדיל תורה ויאאדיררר" (בניקוד ספרדי... ובניגון המיוחד... המבין יבין...) דאס מאל א קדיש דרבנן... פארוואס?! א קשיא אויף א פר...
די גבאי רופט די עולם צו אן אשכבה (א ספרדישן יארצייט סעודה, עפעס אזוי...), און עעעננדליך די דאווענען איז ליגעלי פארטיג.
אבער דער עולם יאגט זיך בכלל נישט ארויס פון ביהמ"ד... איך גיימיר ארויס אין חצר, ביי יעדע פענסטער (אויסגעדרייט צו די שטיבל) שטייען זקנות און האלטן מיט דאס דאווענען... (ווייסט נאך א שוהל וואו עס קומען נשים אינדערוואכן?! גראדע איך ווייס... ערגעץ נישט ווייט פון דא... ששש)
איך זע אז ביי דעם "בן פרצי'ס" טיש איז צוגעשטעלט א לחיים... אוהא... ס'קומט גוטע צייטן... קומעך נענטער זע איך פון וואס מ'רעדט, טרוקענע געזאלצענע קוקי'ס פון "הכל בזול" (זול-טייטשט גראסערי... ניין?!), און אזוינע געפעקעזשטע רוגלאך פון ברמן (וואס קומט אזא 26 שטיק מחובר איינס צום צווייטן... והמכיר יבין...), און א מאדנע טיי וואס שמעקט פון מאראקא און סאמארקאנד אויסגעמישט.... אקעי נישט באשערט קיין מזל פאר היינט...
איך גיי ווייטער אריין אין גרויסן היכל, וואו דא קומען פאר שיעורים אגאנצן טאג רונדע דעם זייגער, פון אלע סארטן מגידים, פון מחזירים בתשובה ביז חוזרים בתשובה.... בליק איך אריין זע איך א ריזיגן באצירטן בית כנסת כמיטב מסורת המזרח... און איינער דרש'נט אריין אויף כוחות, בענין: רבי נחמן מברסלב אומר שצריכים להתחתן בגיל צעיר... און קארגע דריי זיידיטשקעס זיצן דארט.... צוויי פון זיי פארזינקען אין א טיפן דרימל... און דער דריטער האט זיך איצטער אויפגעכאפט... און פון עזרת נשים זעהט זיך אן א ערנסטע אנוועזנהייט, אקעי יעצט ווייסיך שוין וואס בוכארישע באבע'ס טוען מיט זייער טאג.

עד כאן א פשוט'ן שחרית אויף א פשוט'ן טאג אין מוסאיוף...
יא יא, מיט די פערטל עפלעך מיט די באמבא אין פרעצלס אויסגעמישט.
בין איך אמאל געווען אין א ספרדישן שול דא אין ברוקלין, הער איך ווי איין זקן זאגט צום אנדערן "היום יש טשיפס"... באמערקעך ווי ער טייטלט צו א פושקע טשיריאו"ס... און זיין חבר איז זיך מכבד, כאילו "זה ממש צ'יפס"...
אבדק''ק פראג והגלילות
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”