תוכחה (קללות) וואס צדיקים האבן אויסגטייטשט לברכה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

ס׳האט נאך קיינער נישט ג׳ענטפערט מיין פראגע. וואס איז פשט אין טייטשן א פסוק, אז ׳אם לא תשמעו לי ולא תעשו וגו׳ וועט קומען ברכות??? דאס איז קעגן איינע פון די י״ג עיקרים
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17446
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מקודם כל אז צדיקים האבן אזוי געזאגט איז עס אוודאי נישט קעגן די י"ג עיקרים כמובן לכל!
ושנית שטייט שוין אזוי אין זוהר הק' אויפן פסוק (פר' תבוא) 'גם כל חלי וכל מכה וגו' יעלם ה' עליך' אז עס איז א לשון פון 'העלמה' אז דער אויבערשטער וועט עס פארהוילן פון אונז און נישט ברענגען אויף אונז! (חוץ אויב די האסט אויך א קשיא אויפן זוה"ק אז עס שטימט נישט מיט די י"ג עיקרים)
למעשה קוק אין שו"ת רדב"ז (סי' תשס"ט) אז די פשוט פשט בלייבט פשוט פשט, נאר די תורה איז מרמז דברי נחמה איך אין די קללה!

החיד"א ב"נחל קדומים", כ' שבכל התוכחות גנוזות ברכות בתוכן כמו שאמרו חז"ל, ושמעתי שפסוק זה אם תקראנו למפרע הוא ברכה, וכך סידורו:

"מושיע לך ואין לאיביך נתונות, צאנך לך ישוב מלפניך גזול חמורך, ממנו תאכל ולא לעינך טבוח".
חוח בין השושנים האט געשריבן:
רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 8:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוח נכאה »

די זוה"ק זאגט כמה פעמים אז די קללות זענען ברכות, יעו"ש. דאס איז נישט קיין קשיא אויף שכר ועונש. נאר אויף די שווערע לשונות פין קללות נמרצות, וואס כידוע אין ספה"ק אויף ברכות קענען זיין מקטרוגים רח"ל, אבער אויף קללות ניין, האט די תוה"ק געשריבן קללות אין באהאלטן אין דעם ברכות, א שטייגער ווי די גמרא זאגט בעסער די קללות פין אחי' השילוני ווי איידער די ברכות פין בלעם הרשע, למשל א רחמנותדיגע מאמע ווארנט א קינד זאל נישט אריינלאזן אין א סכנה ווייל ער קען ברעכן הענט אין פיס, אפילו ווען זי זאל עס זאגן מיט די שטרענגסטע קול, וויל זי זיכער איהם זאל קיין שאדן נישט געשען, אבער ווען א רשע א מושל ס'טראשעט אז אויב מען וועט זיין געזעץ עובר זיין וועט ער שווער באשטראפן אפילו ווען ער זאגט עס מיט א שמייכל ווארט ער אבער מתי יבט לידי אין איך זאל איהם קענען באשטראפןץ דאס האט בכלל נישט קיין שייכות מיט שכר ועונש. בעל הרחמים ומקור הרחמים גיט אינז נאר ברכות.
רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 8:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוח נכאה »

מהרש"א על מועד קטן דף ט/ב
א"ל יהא רעוא דתזרע ולא תחצד כו'. מהאי לישנא שא"ל לאבוה לא מבעיא דברוכי לא בירכן אבל צעורי צעורן כו' ולא קאמר לא בירכן אבל קללוני כמ"ש בלק גם קוב לא תקבנו גם ברך לא תברכנו נראה שגם הוא לא חשדן שהיו מקללים אותו ובודאי יש להם כוונה אחרת בזה אבל כיון שלא הבין כוונת דבריהם קאמר דצעורי צעורן בזה שלפי דבריהם לא הבנתי מהם שום ברכה ואע"פ שהם בלשון קללה כוונתם לטובה ולברכה כעין שאחז"ל בפרק חלק טובה קללה שקלל אחיה השלוני מברכה שבירך בלעם הרשע את ישראל כו' דהכל הולך אחר הכוונה והם עשו כן לחדודי לידע אם יבין כוונת דבריהם שכוונו לברכה דלכך ציער עצמו שלא הבין כוונת דבריהם וכה"ג צ"ל לעיל שא"ל ולא אפטריתו מיני באורתא שאמר להן כן לחדודי שהרי הוא למדם דצריך ליפטר ממנו פעם אחרת ושמעתי עוד בזה שעשו כן כדי שיבא לאביו ויפרשו לו כוונתם לברכה ותחול הברכה עליו גם מאביו והוא דחוק קצת דא"כ מהיכא הוה פסקי להו דהוא לא יבין כוונת דבריהם ואביו יבין ודו"ק:
רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 8:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוח נכאה »

אין ספר לב ארי' (וילהמשדורף תלד) סוף פרשת בחקתי זאגט ער אז דאס וואס עס שטייט טין פרשת נצבים בשרירות לבי אלך וגו' ורבצה בו, אז אויב איינער זאגט די אלע קללות זענען ברכות אם כן בשרירות לבי אלך אז ורבצה בו וגו'
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5520
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע:מחנה ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

פראצעדור האט געשריבן: עס איז באקאנט אז אסאך צדיקים האבן געהאט אן ענין צו מהפך זיין די קללות לברכה אויב געדענקט איר נאך ביטע מוסיף זיין
וזה החלי

ואכלתם בשר בניכם

די קינדער ווועלן זיך יאגן צום רבין'ס טיש און זיי ווען אנטלויפן פון די סעודה פאר די פלייש אזש אז די עלטערן וועלן דארפן אויפעסן די קינדערס פלייש
(כמדומה לי האמרי חיים זי"ע)

געהערט אמאל א אנדערע אויסדריג אז טאמער א קינד וועט אראפגיין פונעם דרך התורה און ער וועט אנהייבען עסן נבילות וטריפות בענטשט אים די תורה אז ער וועט נאך צוריק קומען, און וועסט קענען עסן די בשר בניכם וואס זיי סארווירן דיך ווען די וועסט זיין ביי זיי אינדערהיים
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: תוכחה (קללות) וואס צדיקים האבן אויסגטייטשט לברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

אינטערוויו: לכבוד פרשת בחקותי: "לברכה ולא לקללה", די ברכות וואס זענען באהאלטן אין די תוכחה: הרב ישראל אהרן קלעצקין - גליון מעדני הפרשה
https://www.yiddish24.com/interviews/12/106993
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

שפיגליצקי האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2019 5:43 pm
ס'איז געווען אן עם הארץ וואס האט זייער געוויינט ביי דעם פסוק בעת עצירת גשמים און ער האט מיט זיין תמימות גע'פועל'ט.
מקור בספה''ק באר משה פון הרה''ק ר' משה'לע קאזניצער זי''ע זון פון מגיד מ'קאזניץ
ער שרייבט דארט אז בימי הבעש''ט הק' איז אמאל געווען אן עצירת גשמים ל''ע און די גאנצע שטאט האט איינגעריסן אבער מיט די תמימות פון א פשוטע איד אן עם ארץ וואס האט אינזין געהאט ביי ועצר את השמים ולא יהיה מטר אז די אייבערשטער זאל אויסקוועטשן די הימעל אז ס'זאל גארנישט איבערבלייבן דארט קיין רעגן איז טאקע נשפע געווארן א שפע רב פון גשמי ברכה.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”