קרימינאל איז נארמאל...

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6957
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

קרימינאל איז נארמאל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

קיינמאל כ'געדענק
טישן אויף בענק
אזוי ווי היינט

די נייעס מ'קייט
הויעך מ'שרייט
אלע פריינט

שטאט איז אויף רעדער
א דעה האט יעדער
אויפן פסק

ווארט געדולדיג
ער איז אומשולדיג
געבט ער א האק

ס'נישט קיין שאלה
א מענטש א קרימינאלע
אים ס'קומט

יענער זאגט
יענער קלאגט
יעדער ברומט

-

געלערנט א זאך איין
כ'טו שוין פארשטיין
וואס כ'האב נישט פארשטאנען

צו נייע צייטן
ביז היינט פון דערווייטן
אט טוען מיר שפאנען

אמאל געהייסן האט עכט
איינער וואס טוט אן אומרעכט
אן אראפגעקוקטן פארשוין

אבער קוק נאר קלאר
צו איז דאס וואר
אין וועלכן וועלט איך וואוין

אז א קרימינאל
קען אינגאנצן נארמאל
און א מענטש צווישן מענטשן זיין

נאר צוליב א זייטיגע געשלעג
פלוצלינג מען מעג
טראגן אין חד גדיא אריין

-

יענער קען זאגן וואס ער וויל
איך בלייב אינגאנצן שטיל
כ'זיץ מיר אליין אין די זייט

אבער צו זענען מיר מונטער?
די וועלט גייט דא אונטער!
כמעט.
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
קוק דו אויך נישט!
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: קרימינאל איז נארמאל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

נאר נישט זארגן
ס'קומט א מארגן
בעסער וועט זיין

געב נאר א קוק
צום אלטן צוריק
ביים זון אויפשיין

נייעס מלא וגדוש
אבער אין כל חדש
נישט היינט געבארן

ווארט צו אביסל
נעם א שיסל
פאפקארן
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: קרימינאל איז נארמאל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

טאקע א בראך
מען רעדט מיט א קאך
ווער האט זיך אזוינס געגלייבט

רעפובליקאנער וויילער
זיך פארשטאפט די נעזער און מיילער
געשטימט פאר א פארברעכער ווען זיין פראצעס זיך אנהייבט

א קרימינאל
פאר פרעזידענט געטראכט צו זיין אן אויסוואל
כדי זיך ארויס צו דרייען פון קלאגעס

מילא ער
אבער וואס איז מיט די וויילער
פארוואס פרעגן זיי נישט די פראגעס

שטימען פאר א פארברעכער
און זענען ביי זיך זיכער
אז אים ארעסטירן מען וועט נישט וואגן

די זעלבע חברה
איינגעבראכן יאנואר 6 ביום עברה
געקלערט אז מען וועט ווייזן פארן לאנד און סיסטעם א גרויסע פייגן

קען זיך נישט איבערקומען
ווען די קאנסעקווענצן געקומען
געמיינט זיי זענען העכער פון געזעץ

צי ווייסטו דען נישט
זיי פרעגן צומישט
די רול אוו לאו נאר געמאכט צו אריינכאפן מיניאריטעטן אין נעץ

טראמפ אויף שוואכע א גיבור
פארלאנגט טויט שטראף פאר אומשולדיגע דעריבער
אבער ווען צום משפט געשטעלט פאר זיינע אייגענע חטאים

שרייט און פארפירט
ווי א סאור לוזער פארלירט
און בלעימט די גאנצע וועלט אלס רשעים

אויף אים נישט קיין וואונדער
נאר אויף די רינדער
וואס הערן אים זאגן אז ער קען אויף פיפט עוועניו שיסן

זיי ווערן נישט נתפעל
איינמאל און נאכאמאל
טאנצן נאך דעם עגל דעם מיאוס'ן

לאזן זיך נעמען אויף א רייד
אן קיין שום צוריקהאלט, אלעס גייט
פארקויפט דאס לאנד און אירע סודות פאר פוטין

די ערגסטע זאכן
טוט מען אוועק מאכן
אבי צו שטיצן דעם שוטה וקטן

אנשטאט זאגן אפן
נישט בלאפן
מיר האבן אזוי פיינט דעמאקראטן, מסכים פאר א קאנוויקטעד פעלאן

טאנצט מען נאך דעם ש-דים טאנץ
טראמפ נעבעך אומשולדיג גאנץ
ער איז ריין ווי א קינד שרייען זיי וועלן
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: קרימינאל איז נארמאל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

מילא די גראמען — אבער די אינהאלט, ממש א מופת!
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3242
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: קרימינאל איז נארמאל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

איך פארשטיי די האסט אים זייער ליב

זיך אריין געווארפען האט ער זיך אליין און גריב

מיט זיינע מעשים תיעוב

אינטער דער ערד גאר טיף

מיט זיין גרויסע שפתים דיב

מיט דעים פארשליסט זיך די סיעף

זיי נישט אזוי נייעיוו

נישט געזארגט די וועסט נאך ווייטער האבען דיין Beef
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1772
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: קרימינאל איז נארמאל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

כמעג שרייבן אנע גראמען??

שוואכער. דו ביסט א קינג. מאסיוו איז אן אנדעסטעיטמענט..
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: קרימינאל איז נארמאל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

איך האלט נישט מיט די נייעס
ס'אינטערעסירט מיר נישט די אמעריקאנער בייעס
קוים וואס איך פארשטייעס
צוריק צו די איזרעילי איבערגעקייטע שפייעכטס

למעשה האב איך יא געטראפן גראמן צו שרייבן...

יעצט פיהל איך נישט לעפט אוט...
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10599
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: קרימינאל איז נארמאל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

דער ארענדזשער מיט די בלויע אויגן
געזיצן זיין פנים צום בריסטקאסטן געבויגן

פלעגט באשולדיגן דעם גאנצן שטאט אלץ שלעכט
יעצט האט אים די דזשורי פאראורטיילט אלץ שולדיגער מיט רעכט

ארענדזשע האר ער טוט זיך קאלירן
מיט ארענדזשע קליידער וועט אים טון אויסשטאפירן

אנרופן יעדעם מיט מיאוסע נעמען איז זיין חוש
יעצט מיטן נאמען 'קאנוויקטעד פעלאן' וועט ער זיך ארומדרייען ארום פוטין'ס טיש

טאקער וויל שוין קיין אמעריקא צוריקקומען
ווייל אמעריקא האט שוין דעם קראופטירטער/דיקטאטורישע נאמען באקומען

@שוואכער איז גארנישט אזוי שוואך
דער איז מיט גוטע פאזיע פיל רייך
איוואן דער שיכור
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 8:40 am

Re: קרימינאל איז נארמאל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן דער שיכור »

וואף, געב א קוק וואס דא גייט פאר
דער עולם איז אויף א היי, דעיס איז שוררר

פון פאליטיק, שרייבן גיי-איך-נישט
ווייל, צו פאליטיק, פארשטיי-איך-נישט

אבער וואס @שוואכער האט דא אנגעדרייט
מען קען פלעין ווערן צודרייט

שווואכער, פפיינע נייעס ביסטו
דיינע גראמען זענען גוט, אנע שיעור

ברענג נאך ברענג נאך, אן סטאפן
איך שפרייט שוין אויס מיינע הענט, איך וויל דאס כאפן

איך נעם די שורות גראמען, פון אלע עקן
און מיט מיינע 10 פינגער טוה איך זיי לעקן

מען קען דא צולייגן נאך אסאך אסאך פארבן
אבער די צייט ערלויבט מיר נישט צו שרייבן
לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטע!!!


דער עיקר אז מען שמייכלט
איין שמייכל ברענגט דער צווייטער
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: קרימינאל איז נארמאל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

וואס האסטו דיך אפגעשטעלט?
דיינע נייעס אויף גראמען עס פעלט....

מיר טוען פארלאנגען נאך!
שרייב אונז כאטש נייעס אויפן וואך!
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6957
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: קרימינאל איז נארמאל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

ארטיסטיש האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 3:26 pm
וואס האסטו דיך אפגעשטעלט?
דיינע נייעס אויף גראמען עס פעלט....

מיר טוען פארלאנגען נאך!
שרייב אונז כאטש נייעס אויפן וואך!
כ'האב נישט קיין צייט. כמעט.
איך וויל. נישט בלייבן שטיל.
הלוואי. שרייבן כאשט צורות צוויי.
אזויפיל כ'זאג. אפשר איין טאג.

שכח פאר דיר!
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
קוק דו אויך נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”