לאמיר זיך איבערבעטן!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4022
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

לאמיר זיך איבערבעטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

הער, איך וויל מיט דיר שמועסן
וועגן א טעות א מיאוס’ן
איך פיל ווי איך האב זיך פארזינדיגט
די וועלט האט זיך ביי מיר געענדיגט
די שולד געפיל לויפט מיר נאך
איך שפיר זיך ווי דערנאך
איך האב מורא וויאזוי דו גייסט רעאגירן
ווען דו וועסט הערן
וואס טוהן קעגן דיר - איך טוה פארמערן
דו וועסט שוין נאכאמאל קלערן
צי בין איך עכט פאר דיר געטריי
וועסט נישט הערן מיין געשריי
וועסט ענדערש זאגן: די.

---

אבער אונזער בורא
דער נותן ’תורה’
שרייבט דארט
א ווארט
’תשובה’ עס הייסט
ווי יעדער ווייסט
אבער נעם עס אריין אין מח
וועסט מיר זאגן ש’כח..
ס’נישט קיין גרויסע ריק
קער זיך צוריק
דער באשעפער דיר שעצט
נאר, טויש דיין גאנג פון יעצט
נישט אזוי שווער
געב זיך א קער
ביסט א מיליאנער!

פארוואס איז די תורה געגעבן געווארן אויפן בארג?
נאר: זיי נישט קארג
עס ענדיגט זיך נישט דא
ביי די יעצטיגע שעה
עס גייט ארויף
יעדע פעולה טובה טוט אויף
טראכט נישט וועגן נעכטן
אלעס וועסטו פארעכטן.

האטס א פרייליכע יום טוב!
און משיח בקרוב.
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: לאמיר זיך איבערבעטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

זייער שיין.
מחול לך
לעצט פארראכטן דורך יקל פעדער אום פרייטאג יוני 07, 2024 3:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: לאמיר זיך איבערבעטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

מחול לך בתנאי אז די שרייבסט נאך!
א שטיק הארץ!
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6957
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: לאמיר זיך איבערבעטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

שיין!
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
קוק דו אויך נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”