נויז מאשיןהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 10, 2024 5:16 pm
אה וועלקאם בעק.....
אינז געדענקען דיר נאך תשס"ח ביי די שטערן. אינז געדענקען דיר נאך פון די צייטשריפט. דאכט זיך מיר ביסט אויך געווען אינוואלווד ביי די פלעי'ס. מיכאל שניצלער סידי'ס. פארשטייט זיך ליפא שמעלצער. אפילו מרדכי בן דוד. ממש לעצטענס ביי די גלאק. מיינד פאון האסטו לכאורה א שטייפע האנט. Rccs לעצטע חדשים אווענט.
בעקיצער מ'קען מיר אים גאר גוט.....
צדיקל שוין דורך פופצן יאר פון ווען די ביסט אויפגעשטאנען. דיינע אמאליגע מערכות זענען שוין היינט מעינסטריעם. אסאך מאל האסטו געהאט לעגעטימע טענות, אבער די וואס זענען געגאנגען בדרך התורה און זיך דורכגערעדט מיט רבנים, געהאלטן צו פאליסיס, האבן דיר איבערגעלעבט....
משא"כ די האסט נאך קיין טובה פאר כלל ישראל נישט געברענגט, קיינער איז דיר נישט כשר, ווער ס'שטעלט זיך נישט צו צי דיין אידישקייט ווערט גלייך אראפגעריסן - אריינגערעכנט גרויסע ת"ח און רבנים, די מיינסט די ביסט אנאנים קענסטו טון וואס די ווילסט. אינז זעמער אויך אנאנים און קיין פאשקעווילן וועלן דיר נישט העלפן יעצט.
האמיר מקצר געווען, כ'האף די עולם פארשטייט וואס איך שרייבאיך רעדט נישט צום אימעיל שרייבער, ווייל מיר שטייען נישט אין ווארט מיט אזאנע פארשוינעןאינז טיען וואס מיר האבן צו טון. זיך אויסצוליפטערן האמיר א וועבזייטל וואס אלע דיינים, וועד החינוך, פילטער לאזט דורך און א דאנק @אבימלך האמיר כשרע אויסגעהאלטענע נייעס.
שוין
א מין חוצפה פון דיר!! אויב בין איך אנטקעגן א גרויס טייל פון די טעמעס וואס דו האסט ארויסגעשטעלט קאכסטו מיך שוין אפ אין איין פיש טאפ מיט דעם גרויליגן כותב פלסתר? די@אבימלךסטאנדארטן זענען היימישער און העכער ווי די אויסגאבעס/זינגערס/פארזאמלונגען וכו' וואס דו האסט דערמאנט, און אפילו עקסטרעמיסטישע אידן זענען באקוועם מיט זיינע באריכטן! אזא אימעיל קומט נישט פון עקסטרעמיזם, און נישט פון אידישקייט זארגן. ס'איז לויטער מידות מושחתות און מענטל קאנדישן רילעיטעד! --- און צו דיר@אבימלך, זכות הרבים תלוי בך!!! געב נישט אויף!
נויז מאשיןהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 10, 2024 5:16 pm
אה וועלקאם בעק.....
אינז געדענקען דיר נאך תשס"ח ביי די שטערן. אינז געדענקען דיר נאך פון די צייטשריפט. דאכט זיך מיר ביסט אויך געווען אינוואלווד ביי די פלעי'ס. מיכאל שניצלער סידי'ס. פארשטייט זיך ליפא שמעלצער. אפילו מרדכי בן דוד. ממש לעצטענס ביי די גלאק. מיינד פאון האסטו לכאורה א שטייפע האנט. Rccs לעצטע חדשים אווענט.
בעקיצער מ'קען מיר אים גאר גוט.....
צדיקל שוין דורך פופצן יאר פון ווען די ביסט אויפגעשטאנען. דיינע אמאליגע מערכות זענען שוין היינט מעינסטריעם. אסאך מאל האסטו געהאט לעגעטימע טענות, אבער די וואס זענען געגאנגען בדרך התורה און זיך דורכגערעדט מיט רבנים, געהאלטן צו פאליסיס, האבן דיר איבערגעלעבט....
משא"כ די האסט נאך קיין טובה פאר כלל ישראל נישט געברענגט, קיינער איז דיר נישט כשר, ווער ס'שטעלט זיך נישט צו צי דיין אידישקייט ווערט גלייך אראפגעריסן - אריינגערעכנט גרויסע ת"ח און רבנים, די מיינסט די ביסט אנאנים קענסטו טון וואס די ווילסט. אינז זעמער אויך אנאנים און קיין פאשקעווילן וועלן דיר נישט העלפן יעצט.
האמיר מקצר געווען, כ'האף די עולם פארשטייט וואס איך שרייבאיך רעדט נישט צום אימעיל שרייבער, ווייל מיר שטייען נישט אין ווארט מיט אזאנע פארשוינעןאינז טיען וואס מיר האבן צו טון. זיך אויסצוליפטערן האמיר א וועבזייטל וואס אלע דיינים, וועד החינוך, פילטער לאזט דורך און א דאנק @אבימלך האמיר כשרע אויסגעהאלטענע נייעס.
א מין חוצפה פון דיר!! אויב בין איך אנטקעגן א גרויס טייל פון די טעמעס וואס דו האסט ארויסגעשטעלט קאכסטו מיך שוין אפ אין איין פיש טאפ מיט דעם גרויליגן כותב פלסתר? די @אבימלך סטאנדארטן זענען היימישער און העכער ווי די אויסגאבעס/זינגערס/פארזאמלונגען וכו' וואס דו האסט דערמאנט, און אפילו עקסטרעמיסטישע אידן זענען באקוועם מיט זיינע באריכטן! אזא אימעיל קומט נישט פון עקסטרעמיזם, און נישט פון אידישקייט זארגן. ס'איז לויטער מידות מושחתות און מענטל קאנדישן רילעיטעד! --- און צו דיר @אבימלך, זכות הרבים תלוי בך!!! געב נישט אויף!
גא"מ חלילה צי פארגלייכן אבימלך צי די אלע אויבנדערמאנטע ענינים
דארפסט נישט פראבירן צי ווערן סוקסעספול, פראביר צי ווערן ווערטפול!אלבערט איינשטיין
@אבימלךאז ס׳באדערט דיר בכלל מיינט עס אז די פארשטייסט נישט אינגאנצן דיינע זכותים! כ׳בין 100% קאנווינצט אז די האלסט צוריק אסאך אסאך אידן פון קוקן אין זוכן אין נישט ריינע ערטער!
דיינע זכותים זענען ריזיג.. כה לחי!
און צו יענער געשמאקער שרייבער.. איך ווייס נישט פארוואס, אבער מיין אינסטינג״ס זאגן מיר אז די ברויך׳סט נעמען א דזשאב..! אבער פליז.. פון 9-5..
צו דיר מיין טייערע דערשראקענער שוואכלינג. בראווא! עס איז דיר געלונגען, דו האסט אויסגעפינען מיין אימעיל אדרעס. האסט זיך באקאנט געמאכט צו מיר מיט א העסליכע אימעיל, אז איך אבימלך פיר אראפ כלל ישראל פון וועג, און אז אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אידן ווי מיר. איך וועל נישט ציטירן די גאנצע אימעיל, אבער עטליכע שורות וועל איך יא לייגן
זייטיגע נאטיץ
"איך האב מיטגעהאלטן פון אנפאנג וויאזוי אייוועלט ווערט גרעסער און שענער, אבער מיט דעם זענען מיטגעקומען פארשידענע סארט ניקס וואס האבן אנדערע השקפות ווי די מענטשן וואס האבן געמאכט און אויפגעשטעלט אייוועלט. אייוועלט האט זיך אסאך געטוישט, און ליידער נישט אויף א גוטע וועג, עס איז געווארן א פלאץ ווי יעדע פרעכע גוישע נייעס ווערט באריכטעט, און ווי אלע סארטן אזוי גערופענע כשר'ע קליפס ווערן ארויפגעלייגט. נעם עס נישט פערזענליך, אבער דו האסט א גרויסע יד אין דעם, איך גלייב נישט אז דו מיינסט שלעכטס אבער אויב דו ווילסט א גרויסע גרופע מענטשן זאלן זען דיינע קליפס און גוישע נייעס זאלסטו גיין צו די פלעצער ווי די סארט מענטשן דרייען זיך, וואטסעפפ אדער טעלעגראם וכו׳ גיי לייג די נייעס פאר וואטסעפפ אידן. אייוועלט איז נישט די פלאץ פאר דעם. און בכלל דיינע אינטערוויוס ברענגען ארויס די ערגסטע פון די גוישע גאס, האסט אמאל געטראכט פון מאכן א אינטערוויו מיט א ערליכע איד? אדער עס איז נישט גענוג אינטערסאנט פאר דיר? עס איז נישט אינטערסאנט פאר רוב אייוועלט ליינער דאס לעבן און שאפן פון א נידריגע גוי. ביטע שלעפ נישט אראפ דעם דור, און טרעף דיך א צווייטער פלאץ צו אנפילן דיין ליידיגע טעג."
"יא אמת, עס קען זיין אז די האסט אסאך מענטשן וואס לייקען דיינע באריכטן, אבער עס איז דא אסאך מער וואס האבן אסאך ווייטאג מיטהאלטנדיג ווי די ברענגסט אראפ די נארמאלע סטאנדארטן פון אייוועלט. טראכט דיך גוט איבער צי עס לוינט זיך! עס אינטרעסירט קיינעם נישט איבער א סייבער טראק ביי א הייליגע מעמד ווי א הכנסת ספר תורה"
קודם כל האב איך הנאה אז די ליינסט מיינע באריכטן! און די דרייסט דיך נישט אויף אומאויסגעהאלטענע וועבסייטס צו זעהן די נייעס. יעצט, דו שרייבסט אז אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אידן ווי מיך, זאג, דו קענסט מיך? האסט מיך אמאל געטראפן? דו ביסט א דערשראקענער שוואכלינג וואס באהאלט זיך אונטער א באשיידענע אימעיל, און דו טענה'סט אז דו רעדסט אין נאמען פון 'אייוועלט', ווער ביסטו מחליט צו זיין ווער באלאנגט אויף אייוועלט? יעצט, איך האב שוין אויף מיין ניק איבער 10,000 תגובות, איך קען זאגן מיט א גרויסע שמייכל און מיט שטאלץ! אז איך האב נישט געלייגט קיין איין נייעס אדער קליפ וואס איז נישט אויסגעהאלטן! אויב איז בטעות אמאל ארויף עפעס וואס איז אפשר אויף די גרעניץ פון אומאויסגעהאלטנקייט, האב איך עס גלייך פארמעקט! אבער די עיקר וואס איך וויל דיר זאגן: פון וועם האסטו מורא? באהאלט דיך נישט! שיק מיך נישט א אימעיל פון א פרישע אימעיל אדרעס וואס דו האסט אויפגעמאכט ספעציעל פאר טעראר, איך בייס נישט! האסט א פראבלעם מיט עפעס וואס איך לייג, איך בין גרייט פאר א פאבליק דעבאטע דא אויף אייוועלט! איך וועל זיין זייער אפן, און איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט סיי וואס דו שיקסט מיך פריוואט, אז דאס זאל ארויפגיין דא אין פאבליק. אויב עפעס אנדערש שטערט דיך, און דאס איז די וועג ווי אזוי די פילסט בעסער, איז דא פארדעם ספעציעלע מענטשן וואס קענען דיך העלפן! כלל ישראל האט אסאך ארגענזאציעס! איך בין זיכער אז עס איז דא א ארגענעזאציע וואס וועט דיך קענען ארויסהעלפן! און פארשטייט זיך עס איז דא א דווח קנעפל, און א אישי קעסטל פאר די מנהלים וואס שטייען גרייט צו מסדר זיין סיי וועלכע אומאויסגעהאלטענע תגובה אויף אייוועלט. ביטע פון יעצט און ווייטער, נוץ יענע אפציע. דו וועסט אסאך שנעלער אנקומען ווי מיט מיין אימעיל אדרעס.
מיט ליבשאפט - אבימלך
קיינער קאן נישט מחזק זיין די מעטאדען פון וויי טוהן א צווייטען....אבער. יא אלץ איז דא אן אבער.
איז זיין פוינט נישט גערעכט? אריינפיטערן גויאישקייט אין יודישע קעפ איז א מעלה? אדער קאן זיין אז ס'קומט מיט א זכות פון טויזענטער שעה ביטול תורה/זמן פון כולל יונגעלייט וואס זענען "עדיקטעד" געווארן צי נייעס,שטותים,קליפס?
יעדער שטות אריין אין קאפ, אביסעל אהבת השם ארויס. אביסעל ברען אין א שבת ארויס.
יעדער התפעלות פון א גוי, אביסעל טעם אין דאווענען ארויס.
סאו קודם כל אפילו אויב יענער האט א פוינט, ווי לכאורה זאגט, קענעכעם גיבן א ליסטע מיט אדרעססן... נישט צו א ניק וואס שרייבט לויט אלע תקנות!
שנית, ביסט נישט צופרידן מיט די אייוועלט תקנות? קאנטאקט די הנהלה וואס האט גע'סעט די תקנות, נישט א שרייבער וואס שרייבט לויט די תקנות...
דריטענס, בנוגע די עצם פוינט... ווילסט נישט ליינען קיין וועלטליכע נייעס? פיהל פרי צו ליינען אנדערע זאכן... די אייוועלט הנהלה איז בקשר מיט אלע פילטערס, מיט די רבנים... איך פערזענליך האב גערעדט מיט עטליכע, יעדע זאך וואס זיי האלטן ס'איז נישט אויסגעהאלטן, לאזן זיי וויסן! סאו בעת דו ביסט ענטייטעלד מחמיר צו זיין פאר דיר, פארשטיי אבער אז אייוועלט האט אנדערע דעת תורה מיט וועם זיך צו רעכענען...
עטליכע האבן דערמאנט אז דו שרייבסט גאנץ פיין. ס'איז א שאד צו נוצן דיין טאלאנט אויף שלאגן אנדערע ווען אין די צייט קענסטו קומען מיט תוכן'פולע ארטיקלן און מהנה זיין דעם עולם מיט זאכן וואס דו האלטסט זענען מער פאסיג.
נ.ב. די וועג צו ארויסברענגן דיין אפיניען איז נישט דורך מכה בסתר, נאר קום אין "דעת הקהל" אדער "אז נדברו" מיט א נייע ניק נאמען און שמועס דיר אויס. א גוטע טעמע יעצט איז די איבערפלוס פון יו"ט'דיגע אויסגאבעס. געגאנגען, צו דער ארבעט...
@אבימלךהיקר. אלץ איינער וואס ענזשויט ממש יעדע איינציגע פון דיינע נייעסן, ציטאטן, אינטערוויוס, מעלדונגען, בילדער, אבזערוואציעס, מאכינאציעס - האב איך גראדע הנאה פון יענעמס אימעיל.
היינט איז א צייט פון ארויסווייזן ליבשאפט צו יעדן. ווי משוגע מ׳זאל נאר נישט זיין!
זאלעך עפעס שרייבן...? פון איין זייט וויל זיך מיר די נשמה מיין אויסשרייען צו@אבימלךקיפ איט אפ! אבער פון די אנדערע זייט וויל איך נישט פאלן פאר ...Aprils fools day אבער אמת'דיג גערעדט דאכצעך מיר אז ס'איז נישט דא וואס צוצולייגן בלויז אז כ'בין זיך מצתרף לכל מה שכתוב כאן און כ'גיב די פולסטע רעספעקט פאר@אבימלך'ן(אויב ער ברויך מיין),
כ'דארף עפעס שרייבן אין די אונטערשריפט אדער כ'קען עס לאזן ליידיג...?
-א-ב-י-מ-ל-ך-!!! גיי אן מיט דיין הייליגע ארבעט!! דאס אז איינער רעד אזוי צו דיר, מיינט אז יענער האט פעין, אז סאיז דא פעין, מיינט אז דו טוסט א געוואלדיגע ארבעט!!