א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28704
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הקולמוס שלי האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:57 pm
גא"ם, אבימלך ביזט מיר פרעזענליך מהנה מיט דיינע געשמאקע באריכטן יעדן טאג, עס האלט מיר אפ פון קריכן און פרעמדע פלעצער...

צו דער בריוו שרייבער:, א שאנדע און א בושה פאר דיר אין דיינע ארומיגע!
מיין צוטרעף (GUESS), דער האט נעבעך קיינע ארומיגע... ווען יא, וואלט ער געהאט בעסער וואס צו טון ווי שיקן אנאנימע אימעילס פון דעם סארט
אוועטאר
קוק ארויף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:38 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק ארויף »

@אבימלך מיר דארפן דיר! ווער נישט דעשראקן פין קיינעם, די ביסט אונז אלע מחיה!! גיי אן!!
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

איך האלט עס איז סתם א קריעטיווע ארטיקל פון @אבימלך .
איך בין קוים דא אויף אייוועלט אבער @אבימלך האט מיר שוין א שיינע פאר אריינגענארט מיט זיינע גוטע ארטיקלן.
לעצט פארראכטן דורך כ'בין א פשוט'ער איד אום מאנטאג יוני 10, 2024 6:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

נויז מאשין האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:16 pm
אה וועלקאם בעק.....

אינז געדענקען דיר נאך תשס"ח ביי די שטערן.
אינז געדענקען דיר נאך פון די צייטשריפט.
דאכט זיך מיר ביסט אויך געווען אינוואלווד ביי די פלעי'ס.
מיכאל שניצלער סידי'ס.
פארשטייט זיך ליפא שמעלצער.
אפילו מרדכי בן דוד.
ממש לעצטענס ביי די גלאק.
מיינד פאון האסטו לכאורה א שטייפע האנט.
Rccs לעצטע חדשים אווענט.

בעקיצער מ'קען מיר אים גאר גוט.....


צדיקל שוין דורך פופצן יאר פון ווען די ביסט אויפגעשטאנען. דיינע אמאליגע מערכות זענען שוין היינט מעינסטריעם. אסאך מאל האסטו געהאט לעגעטימע טענות, אבער די וואס זענען געגאנגען בדרך התורה און זיך דורכגערעדט מיט רבנים, געהאלטן צו פאליסיס, האבן דיר איבערגעלעבט....

משא"כ די האסט נאך קיין טובה פאר כלל ישראל נישט געברענגט, קיינער איז דיר נישט כשר, ווער ס'שטעלט זיך נישט צו צי דיין אידישקייט ווערט גלייך אראפגעריסן - אריינגערעכנט גרויסע ת"ח און רבנים, די מיינסט די ביסט אנאנים קענסטו טון וואס די ווילסט. אינז זעמער אויך אנאנים און קיין פאשקעווילן וועלן דיר נישט העלפן יעצט.

האמיר מקצר געווען, כ'האף די עולם פארשטייט וואס איך שרייב איך רעדט נישט צום אימעיל שרייבער, ווייל מיר שטייען נישט אין ווארט מיט אזאנע פארשוינעןאינז טיען וואס מיר האבן צו טון. זיך אויסצוליפטערן האמיר א וועבזייטל וואס אלע דיינים, וועד החינוך, פילטער לאזט דורך און א דאנק @אבימלך האמיר כשרע אויסגעהאלטענע נייעס.


שוין
א מין חוצפה פון דיר!! אויב בין איך אנטקעגן א גרויס טייל פון די טעמעס וואס דו האסט ארויסגעשטעלט קאכסטו מיך שוין אפ אין איין פיש טאפ מיט דעם גרויליגן כותב פלסתר?
די @אבימלך סטאנדארטן זענען היימישער און העכער ווי די אויסגאבעס/זינגערס/פארזאמלונגען וכו' וואס דו האסט דערמאנט, און אפילו עקסטרעמיסטישע אידן זענען באקוועם מיט זיינע באריכטן!
אזא אימעיל קומט נישט פון עקסטרעמיזם, און נישט פון אידישקייט זארגן. ס'איז לויטער מידות מושחתות און מענטל קאנדישן רילעיטעד!
---
און צו דיר @אבימלך , זכות הרבים תלוי בך!!! געב נישט אויף!
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
ויקשב וישמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 11:07 pm
לאקאציע:נוסראללאה'ס בונקער

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויקשב וישמע »

ניקישי האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:08 pm
נויז מאשין האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:16 pm
אה וועלקאם בעק.....

אינז געדענקען דיר נאך תשס"ח ביי די שטערן.
אינז געדענקען דיר נאך פון די צייטשריפט.
דאכט זיך מיר ביסט אויך געווען אינוואלווד ביי די פלעי'ס.
מיכאל שניצלער סידי'ס.
פארשטייט זיך ליפא שמעלצער.
אפילו מרדכי בן דוד.
ממש לעצטענס ביי די גלאק.
מיינד פאון האסטו לכאורה א שטייפע האנט.
Rccs לעצטע חדשים אווענט.

בעקיצער מ'קען מיר אים גאר גוט.....


צדיקל שוין דורך פופצן יאר פון ווען די ביסט אויפגעשטאנען. דיינע אמאליגע מערכות זענען שוין היינט מעינסטריעם. אסאך מאל האסטו געהאט לעגעטימע טענות, אבער די וואס זענען געגאנגען בדרך התורה און זיך דורכגערעדט מיט רבנים, געהאלטן צו פאליסיס, האבן דיר איבערגעלעבט....

משא"כ די האסט נאך קיין טובה פאר כלל ישראל נישט געברענגט, קיינער איז דיר נישט כשר, ווער ס'שטעלט זיך נישט צו צי דיין אידישקייט ווערט גלייך אראפגעריסן - אריינגערעכנט גרויסע ת"ח און רבנים, די מיינסט די ביסט אנאנים קענסטו טון וואס די ווילסט. אינז זעמער אויך אנאנים און קיין פאשקעווילן וועלן דיר נישט העלפן יעצט.

האמיר מקצר געווען, כ'האף די עולם פארשטייט וואס איך שרייב איך רעדט נישט צום אימעיל שרייבער, ווייל מיר שטייען נישט אין ווארט מיט אזאנע פארשוינעןאינז טיען וואס מיר האבן צו טון. זיך אויסצוליפטערן האמיר א וועבזייטל וואס אלע דיינים, וועד החינוך, פילטער לאזט דורך און א דאנק @אבימלך האמיר כשרע אויסגעהאלטענע נייעס.

א מין חוצפה פון דיר!! אויב בין איך אנטקעגן א גרויס טייל פון די טעמעס וואס דו האסט ארויסגעשטעלט קאכסטו מיך שוין אפ אין איין פיש טאפ מיט דעם גרויליגן כותב פלסתר?
די @אבימלך סטאנדארטן זענען היימישער און העכער ווי די אויסגאבעס/זינגערס/פארזאמלונגען וכו' וואס דו האסט דערמאנט, און אפילו עקסטרעמיסטישע אידן זענען באקוועם מיט זיינע באריכטן!
אזא אימעיל קומט נישט פון עקסטרעמיזם, און נישט פון אידישקייט זארגן. ס'איז לויטער מידות מושחתות און מענטל קאנדישן רילעיטעד!
---
און צו דיר @אבימלך, זכות הרבים תלוי בך!!! געב נישט אויף!
גא"מ
חלילה צי פארגלייכן אבימלך צי די אלע אויבנדערמאנטע ענינים
דארפסט נישט פראבירן צי ווערן סוקסעספול, פראביר צי ווערן ווערטפול! אלבערט איינשטיין
אוועטאר
גאר.געשמאק
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:08 pm
לאקאציע:הארי הררט

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר.געשמאק »

@אבימלך כ'ווייס אז די דערשרעקט זיך נישט.
אין מיין טרייסט ווינטשן דארפסטו נישט.
אבער מיין חיוב מחאה איז דא, סא לאמיר זאגן פאר די יעניגער, פוי ביסט א גרויליגער מענטש פוי!
נבילה סרוחה טובה ממך!!!

סייג לכחמה שתיקה!!!
מלה בסלע משתוקא בתרין!!!
אמור מעט ועשה הרבה!!!
Willy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

מענטשן זענען פלעין שלעכט.
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

שמעלקא שמערל האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:16 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:15 pm
יאנאש האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:12 pm
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:06 pm
צו דיר אבימלך:

גוגעל מעיל האט שוין היינט אן אפציע פון בלאקירן מענטשן, אלס גוטער פריינט ראט איך דיך צו פרובירן דעם קנעפל ויונעם לך

---

צו יענעם פחדן:

מיט'ן שיקן אנאנימע אימעילס צו סיי וועם, טוסטו שאנטאזשירן און שווארץ-פאסטן א מענטש. עס איז נישט יושר, נישט מענטשליך און זיכער נישט תורה'דיג.

ובנוגע דיינע טענות:

קודם כל, האסט געכאפט דעם אומריכטיגן קרבן.

אויב דו האסט טענות אויף פארשידענע לעכער פון אייוועלט וואס קענען מאכן מענטשן אומבאקוועם מיט איר היינטיגן שטאנד, דארפסטו אונטערנעמען א זוך אקציע נאך די ריכטיגע ניקס.

אבימלך איז א ביישפיל פון א ניק וואס באלאנגט אויף אייוועלט, פירט זיך ווי די אייוועלט סטאנדארטן - און מיט א שמוץ אריבער! שוין געווען מער ווי איינמאל וואס איך האב אים געזאגט אויף א תגובה/בילד/ווארט אז עס איז פיין, און ער האט דאס אראפגענומען אדער נישט געשטעלט "לפנים משורת הדין".

הלואי וואלטן אלע ניקס אויף אייוועלט אזוי געהיטן אלע תקנות המקום ווי אבימלך, און זיין אזא פארגעניגן צו האנדלען מיט ווי אבימלך.

און צו דיין אבסורדאלע ליניע אז דו רעדסט אין נאמען פון אנדערע:

קענסט רעדן אין וועמענ'ס נאמען דו ווילסט, אבער לאז דער נאמען פון אייוועלט במנוחה.

איך בין נאך אזוי אייוועלט ווי דיר, און איך האב נאך אזויפיל פריינט אינערהאלב אייוועלט ווי דיר, און קיינער - אבער קיינער! - האט זיך נאך קיינמאל - אבער קיינמאל! - באקלאגט אויף דעם ניק אבימלך.

ביטע הער אים אויף צו שאנטאזשירן און אראפרייסן, און אויב אנדערע מענטשן באקומען אזעלכע אימעילס - ביטע דאס איינמעלדן פאר די הנהלה.
גם אני מצטרף

יאנאש
אחד מהמנהלי אייוועלט המעטירה
גם אני מצטרף...

וויכי בשם די גאנצע אדמיניסטרציע!
גם אני מצטרף.

חיריק בשם מיין מנין וואו איך בין מיך מצטרף.
ובשם גאנץ פארברענגן.
נעעבעך @חיריק איינגענומען א שלאפ פיל צי פרי..
מ'קען דאס נישט צוריק דרייען.. נעעבעך..
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

@אבימלך אז ס׳באדערט דיר בכלל מיינט עס אז די פארשטייסט נישט אינגאנצן דיינע זכותים! כ׳בין 100% קאנווינצט אז די האלסט צוריק אסאך אסאך אידן פון קוקן אין זוכן אין נישט ריינע ערטער!

דיינע זכותים זענען ריזיג.. כה לחי!


און צו יענער געשמאקער שרייבער.. איך ווייס נישט פארוואס, אבער מיין אינסטינג״ס זאגן מיר אז די ברויך׳סט נעמען א דזשאב..! אבער פליז.. פון 9-5..
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4092
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

ק. נ. א.
געפונען געווארן די שרייבער פונעם שענדליכע אימעיל פלסתר!

IMG-20240610-WA0063.jpg
IMG-20240610-WA0063.jpg (172.29 KiB) געזען 689 מאל
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

עדות ביהוסף האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:24 pm
אבימלך האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:53 pm
צו דיר מיין טייערע דערשראקענער שוואכלינג.
בראווא! עס איז דיר געלונגען, דו האסט אויסגעפינען מיין אימעיל אדרעס.
האסט זיך באקאנט געמאכט צו מיר מיט א העסליכע אימעיל, אז איך אבימלך פיר אראפ כלל ישראל פון וועג, און אז אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אידן ווי מיר. איך וועל נישט ציטירן די גאנצע אימעיל, אבער עטליכע שורות וועל איך יא לייגן

זייטיגע נאטיץ
"איך האב מיטגעהאלטן פון אנפאנג וויאזוי אייוועלט ווערט גרעסער און שענער, אבער מיט דעם זענען מיטגעקומען פארשידענע סארט ניקס וואס האבן אנדערע השקפות ווי די מענטשן וואס האבן געמאכט און אויפגעשטעלט אייוועלט. אייוועלט האט זיך אסאך געטוישט, און ליידער נישט אויף א גוטע וועג, עס איז געווארן א פלאץ ווי יעדע פרעכע גוישע נייעס ווערט באריכטעט, און ווי אלע סארטן אזוי גערופענע כשר'ע קליפס ווערן ארויפגעלייגט. נעם עס נישט פערזענליך, אבער דו האסט א גרויסע יד אין דעם, איך גלייב נישט אז דו מיינסט שלעכטס אבער אויב דו ווילסט א גרויסע גרופע מענטשן זאלן זען דיינע קליפס און גוישע נייעס זאלסטו גיין צו די פלעצער ווי די סארט מענטשן דרייען זיך, וואטסעפפ אדער טעלעגראם וכו׳ גיי לייג די נייעס פאר וואטסעפפ אידן. אייוועלט איז נישט די פלאץ פאר דעם. און בכלל דיינע אינטערוויוס ברענגען ארויס די ערגסטע פון די גוישע גאס, האסט אמאל געטראכט פון מאכן א אינטערוויו מיט א ערליכע איד? אדער עס איז נישט גענוג אינטערסאנט פאר דיר? עס איז נישט אינטערסאנט פאר רוב אייוועלט ליינער דאס לעבן און שאפן פון א נידריגע גוי. ביטע שלעפ נישט אראפ דעם דור, און טרעף דיך א צווייטער פלאץ צו אנפילן דיין ליידיגע טעג."
היינט ביסטו ווידעראמאל ארויס פון באהעלטעניש מיט א שטרענגע אימעיל וואס האט געטראגן די שארפע ווערטער ״שגץ ארויס״ אויפן קעפל. און מיט הארציגע רייד האסטו געשריבען דאס פאלגענדע:

זייטיגע נאטיץ
"יא אמת, עס קען זיין אז די האסט אסאך מענטשן וואס לייקען דיינע באריכטן, אבער עס איז דא אסאך מער וואס האבן אסאך ווייטאג מיטהאלטנדיג ווי די ברענגסט אראפ די נארמאלע סטאנדארטן פון אייוועלט.
טראכט דיך גוט איבער צי עס לוינט זיך!
עס אינטרעסירט קיינעם נישט איבער א סייבער טראק ביי א הייליגע מעמד ווי א הכנסת ספר תורה"
קודם כל האב איך הנאה אז די ליינסט מיינע באריכטן! און די דרייסט דיך נישט אויף אומאויסגעהאלטענע וועבסייטס צו זעהן די נייעס.
יעצט, דו שרייבסט אז אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אידן ווי מיך, זאג, דו קענסט מיך? האסט מיך אמאל געטראפן? דו ביסט א דערשראקענער שוואכלינג וואס באהאלט זיך אונטער א באשיידענע אימעיל, און דו טענה'סט אז דו רעדסט אין נאמען פון 'אייוועלט', ווער ביסטו מחליט צו זיין ווער באלאנגט אויף אייוועלט?
יעצט, איך האב שוין אויף מיין ניק איבער 10,000 תגובות, איך קען זאגן מיט א גרויסע שמייכל און מיט שטאלץ! אז איך האב נישט געלייגט קיין איין נייעס אדער קליפ וואס איז נישט אויסגעהאלטן! אויב איז בטעות אמאל ארויף עפעס וואס איז אפשר אויף די גרעניץ פון אומאויסגעהאלטנקייט, האב איך עס גלייך פארמעקט!
אבער די עיקר וואס איך וויל דיר זאגן:
פון וועם האסטו מורא? באהאלט דיך נישט! שיק מיך נישט א אימעיל פון א פרישע אימעיל אדרעס וואס דו האסט אויפגעמאכט ספעציעל פאר טעראר, איך בייס נישט! האסט א פראבלעם מיט עפעס וואס איך לייג, איך בין גרייט פאר א פאבליק דעבאטע דא אויף אייוועלט! איך וועל זיין זייער אפן, און איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט סיי וואס דו שיקסט מיך פריוואט, אז דאס זאל ארויפגיין דא אין פאבליק.
אויב עפעס אנדערש שטערט דיך, און דאס איז די וועג ווי אזוי די פילסט בעסער, איז דא פארדעם ספעציעלע מענטשן וואס קענען דיך העלפן! כלל ישראל האט אסאך ארגענזאציעס! איך בין זיכער אז עס איז דא א ארגענעזאציע וואס וועט דיך קענען ארויסהעלפן!
און פארשטייט זיך עס איז דא א דווח קנעפל, און א אישי קעסטל פאר די מנהלים וואס שטייען גרייט צו מסדר זיין סיי וועלכע אומאויסגעהאלטענע תגובה אויף אייוועלט. ביטע פון יעצט און ווייטער, נוץ יענע אפציע. דו וועסט אסאך שנעלער אנקומען ווי מיט מיין אימעיל אדרעס.

מיט ליבשאפט - אבימלך
קיינער קאן נישט מחזק זיין די מעטאדען פון וויי טוהן א צווייטען....אבער.
יא אלץ איז דא אן אבער.

איז זיין פוינט נישט גערעכט?
אריינפיטערן גויאישקייט אין יודישע קעפ איז א מעלה?
אדער קאן זיין אז ס'קומט מיט א זכות פון טויזענטער שעה ביטול תורה/זמן פון כולל יונגעלייט וואס זענען "עדיקטעד" געווארן צי נייעס,שטותים,קליפס?

יעדער שטות אריין אין קאפ, אביסעל אהבת השם ארויס.
אביסעל ברען אין א שבת ארויס.

יעדער התפעלות פון א גוי, אביסעל טעם אין דאווענען ארויס.

די צוויי גייען נישט צוזאמען.


דער מעסענדזשער איז Wראנג. דער מעסעדזש, נישט אזוי זיכער.

כ'בין נישט געקומען מוחה זיין, אבער@אבימלך האט גע'עפנט דעם דיסקאשען, לייג איך אריין מיין ניקל.

יעצט הרג'טס מיך.
סאו קודם כל אפילו אויב יענער האט א פוינט, ווי לכאורה זאגט, קענעכעם גיבן א ליסטע מיט אדרעססן... נישט צו א ניק וואס שרייבט לויט אלע תקנות!

שנית, ביסט נישט צופרידן מיט די אייוועלט תקנות? קאנטאקט די הנהלה וואס האט גע'סעט די תקנות, נישט א שרייבער וואס שרייבט לויט די תקנות...

דריטענס, בנוגע די עצם פוינט... ווילסט נישט ליינען קיין וועלטליכע נייעס? פיהל פרי צו ליינען אנדערע זאכן... די אייוועלט הנהלה איז בקשר מיט אלע פילטערס, מיט די רבנים... איך פערזענליך האב גערעדט מיט עטליכע, יעדע זאך וואס זיי האלטן ס'איז נישט אויסגעהאלטן, לאזן זיי וויסן! סאו בעת דו ביסט ענטייטעלד מחמיר צו זיין פאר דיר, פארשטיי אבער אז אייוועלט האט אנדערע דעת תורה מיט וועם זיך צו רעכענען...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

לכבוד דעם חשוב'ן אנאנימער מעורר,

עטליכע האבן דערמאנט אז דו שרייבסט גאנץ פיין.
ס'איז א שאד צו נוצן דיין טאלאנט אויף שלאגן אנדערע ווען אין די צייט קענסטו קומען מיט תוכן'פולע ארטיקלן און מהנה זיין דעם עולם מיט זאכן וואס דו האלטסט זענען מער פאסיג.

נ.ב. די וועג צו ארויסברענגן דיין אפיניען איז נישט דורך מכה בסתר, נאר קום אין "דעת הקהל" אדער "אז נדברו" מיט א נייע ניק נאמען און שמועס דיר אויס. א גוטע טעמע יעצט איז די איבערפלוס פון יו"ט'דיגע אויסגאבעס. געגאנגען, צו דער ארבעט...
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

געוואלד....

יעדער קומט דא אריין זיך אננעמען פאר אבימלך.

ניטאמאל איין רעכטע קריטיק.

מיינסט אז דער כותב איז נישט גערעכט?
קוק אהן וואס דער אבימלך מאכט אהן דא ברבים!

גיי, קוק אין גאס, וויפיל שוואכער (נד"נ, אדער אפשר יא.) אידן איז פארהאנען, מיינסט דען נישט אז אבימלך איז שולדיג?



דאס לעצטע שורה האט מיר שוין שיעור נישט אינגאנצן אוועקגעלייגט.

דארט ווי @אבימלך ענטפערט איהם אפ, וזה לשונו המתוק:
אבימלך האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:53 pm

מיט ליבשאפט - אבימלך
[/b]
מיט ליבשאפט....

ווי אזוי זאגט מען אין די גויאישע גאס? שיס איהם מיט ליבשאפט, און באגראב איהם מיט ט שמייכל.....


און אמר"ש, לאמיר טאקע דא באדאנקען פאר אלעס, ערליך קלאהר, שיין און בא'טעם'ט, און מיט א יידישע חן.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

@אבימלך היקר.
אלץ איינער וואס ענזשויט ממש יעדע איינציגע פון דיינע נייעסן, ציטאטן, אינטערוויוס, מעלדונגען, בילדער, אבזערוואציעס, מאכינאציעס - האב איך גראדע הנאה פון יענעמס אימעיל.

היינט איז א צייט פון ארויסווייזן ליבשאפט צו יעדן. ווי משוגע מ׳זאל נאר נישט זיין!

ווי מער צעדרייט איינער איז. אלץ מער ליבשאפט, פארשטאנד דארף מען יענעם ארויסווייזן. אמת?

א איד שיקט דיר זיין בויך ווייטאג - לאמיר אים פארשטיין.

שיק אים ביטע א שטיקעלע חובת הלבבות פאר זיין הונגעריקע זעלבע, א שיין שטיקל יסוד שורש העבודה, א וווארים מסילת ישרים. און לאז דעם איד אויסברעכן זיין אנגסט און ווייטאג.

דער באטרעפנדער שפירט זיכער סיפוק נאר דורך א קוויטשעדיקע אימעיל - תניח לו.

דאז איז די היינטיגע שפראך; און לאמיר עס עמברעיסן, אפילו ס׳קומט אן שווער!
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

נאך אלע אננעמענישן און מצתרפעסן האב איך נישט וואס צוצולייגן, חוץ די פאקט אז איך בין פון די תושבי אייוועלט וואס דער אפגעריסענע נשמה רעפרעזענטירט נישט. אבימלך האט ארויפגעברענגט די אייוועלט סטאנדארטן, און עס קומט אים א שכח אנשטאט א העסליכע בריוו. א רחמנות אויף דער איד וואס געפינט זיך אין א שווערע לעבנס סיטואציע און קען זיך נישט באהערשן איבער זיינע ברויזנדע אויפרעגנדע נאטורן, און גוט איז פאר אונז - נארמאלע מענטשן, וועלכע זענען געבענטשט געווארן מיט אזא איינעם ווי אבימלך.
# שוואכער_איז_אוט
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 22146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »



אינטערעסאנט אז ער האט געווארט ביז 10,000 תגובות, ממש אזוי לאנג האט אים גענומען אנצוהייבן זיין קאמפיין, אינטערעסאנט אז אלע ניקים וואס ברענגן קליפים באקומען נישט קיין אימעילס. פארוואס זייט די אינטערוויא ווערט א טעסלא סייבער טראק ממש ר"ל? האסט א פראבלעם מיט די איטערוויא נו מהאט שוין געהערט אזאנס, אבער זיין א וצדקתך אויף די אינטערנעט דאס איז שוין א חידוש...

___

צו די ניקים וואס פילן פאר וויכטיג דא מגיב צו זיין און זאגן אז קען זיין יענער איז גערעכט וכדומה, "ווען איר גייט איינעם מנחם אבל זיין קומט איר אויך זאגן: נו אלעס איז סייווי מן השמים יענעמס צייט איז שוין אנגעקומען? אדער ווען אייער נאנטער קומט פארציילן אז ליידער האט מען ביי אים אנדעקט א געוויקס, זאגט איר אויך: אלעס איז פון אויבן באשערט? יו גאט די פוינט, ווילסט מגיב זיין נישטא! דא קומט מען מחזק זיין אונזער קעניג אבימלך.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

לאוו יו!

קיעפ ברינגינג ניוס.

איך האב פארמאכט טשעננעלס די וואך, ווייל @אבימלך ברענגט סייווי אלע נייעס.
לעצט פארראכטן דורך געגאנגען אום מאנטאג יוני 10, 2024 6:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:22 pm
ק. נ. א.
געפונען געווארן די שרייבער פונעם שענדליכע אימעיל פלסתר!


IMG-20240610-WA0063.jpg
ער קוקט אויס גוט צו'מקל'ט
וועמענ'ס דזשאב?
איך בין א @אליעזר קרויס פען, נאר מיט א שטיקל פילטער'ל. דהיינו:

מיר בלייבן יאנטשי ביז משיח'ס טאג בע"ה.
געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.
איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4092
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:34 pm
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:22 pm
ק. נ. א.
געפונען געווארן די שרייבער פונעם שענדליכע אימעיל פלסתר!


IMG-20240610-WA0063.jpg
ער קוקט אויס גוט צו'מקל'ט
וועמענ'ס דזשאב?
אייגענס.
אייגענטליך ai’ס דזשאב
אוועטאר
רייכערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 21, 2023 10:59 am
לאקאציע:אינדרויסן פון באנק מיטן ציגארעטל

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכערמאן »

זאלעך עפעס שרייבן...?
פון איין זייט וויל זיך מיר די נשמה מיין אויסשרייען צו @אבימלך קיפ איט אפ!
אבער פון די אנדערע זייט וויל איך נישט פאלן פאר ...Aprils fools day
אבער אמת'דיג גערעדט דאכצעך מיר אז ס'איז נישט דא וואס צוצולייגן בלויז אז כ'בין זיך מצתרף לכל מה שכתוב כאן און כ'גיב די פולסטע רעספעקט פאר @אבימלך'ן (אויב ער ברויך מיין),
כ'דארף עפעס שרייבן אין די אונטערשריפט אדער כ'קען עס לאזן ליידיג...?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

כסדר באקומען מיר הערליכע און ערליכע ווארע פון אונזער חבר אבימלך, מיר האבען הנאה פון זיינע סחורה, ביטע האלט עס ווייטער אן.

איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

ביי דעת הקהל איז דא א אשכול צי מ'זאל בלאקן אייוועלט ביי די קיאסק'ס.
נאכן ליינען וואס אבימלך האט געשריבן מיינעך אז די קיאסק'ס זאלן בלאקן אימעיל...
וואס מענטשן קומען היינט אויף אלס.
גיי טרעף א דזאב (אבער נישט דארט ווי איך ארבעט) און לאז ככל ישראל במנוחה.
איין זאך קען איך דיר זאגן. איך שוין דיינע קינדער...
מסתם לאזטו זיי נישט גיין אין גראסרי ווייל מ'קען זעהן גוים אויף די דעקלעך פון די אזוי געריפענע אומאויסגעהאלטענע צייטונגען. וכו' וכו'
.
כ'האף כ'האב נישט געשריבן צי שארף.
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

@אבימלך כ'ווייס נישט פארוואס כ'האב מיר יעצט דערמאנט...

viewtopic.php?p=4894142#p4894142
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


גאר קאנסערוואטיוו
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

מיר וואוטן אלע פאר @אבימלך !!!!!
אזזזוי
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 24, 2023 11:26 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזזזוי »

אזזזוי מקנא צו זיין א צווייטן??
צדיק! סדא העלפ פאר דעם! נישט צו לאנג צוריק איז געווען א מענטל העלט קאנפערענס... גיי טרעף א דשאב!!

-א-ב-י-מ-ל-ך-!!!
גיי אן מיט דיין הייליגע ארבעט!! דאס אז איינער רעד אזוי צו דיר, מיינט אז יענער האט פעין, אז סאיז דא פעין, מיינט אז דו טוסט א געוואלדיגע ארבעט!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”