.FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3934
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

.FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

בעזהשי''ת
בילד





די 'עף-בי-איי צען מערסט געזוכטע פארברעכער' איז א מערסט-געזוכט ליסטע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך די עף-בי-איי, די רשימה איז געבוירן געווארן פון אַ שמועס וואָס איז געווען אין יאר 1949 צווישן דזשעי עדגאַר האָווער - די דירעקטאר פון דער עף-בי-איי, און וויליאם קינסי הוטשינסאן - א דעמאלטסדיגע ריפארטער פאר די ''אינטערנאציאנאלע נייעס סערוויס''...

די צוויי זענען געזעצן און דיסקוסירט מהלכים ווי אזוי צו כאַפּן און ארעסטירן די גרעסטע פארברעכער. דערנאך איז די גאנצע דיסקוסיע אפגעשריבן געווארן, און מיט דעם פארוואנדלט געווארן אין א פארעפנטליכן ארטיקל. די ארטיקל איז געווען א העכסט געלונגענע ארטיקל, און ס'האט באקומען זייער אסאך אויפמערקזאמקייט און פובליסעטי, אזש אין יאר 1950 האט די עף-בי-איי אפיציעל געמאלדן די ליסטע פון די 10 העכסט געפארפולסטע פארברעכער, און זיי האבן געהאפט אז די אפענע ליסטע וועט געבן שטערקערע מעגליכקייטן צו כאפן די גרעסטע פארברעכער.

דער ערשטער מענטש צו ווערן ארויפגעלייגט אויפן ליסטע נאך אינעם זעלבן טאג וואס מ'האט עס אנאנסירט, איז געווען Thomas J. Holden, א רויבער און מיטגליד פון די האלדען-קיטינג גענג.

א קרימינאל וואס איז ארויף אויפן ליסטע קען נישט אראפגענומען ווערן נאר אויב ער ווערט געכאפט, אדער אויב ער שטארבט, אדער אויב די קלאגעס קעגן אים ווערן ארויסגעווארפן. אויב גייט איינער אראפ פונעם ליסטע, ווערט די פאזיציע אויפן ליסטע איבערגענומען דורך אן אנדערע קרימינאל. פארשטייט זיך אז אין אמעריקא פעלט נישט קיין פארברעכער, ממילא ווען א פאזיציע אויף די ליסטע ווערט ליידיג ווערט עס גלייך איבערגענומען דורך א צווייטן. עס איז אבער געווען עלעף פעלער ווען די עף-בי-איי האט יא אראפגענומען איינעם פון די ליסטע, נאכדעם וואס זיי האבן געהאלטן אז די פארברעכער זענען שוין נישט קיין געפאר פאר די פובליק...

פאלגנד זענען עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן איבער די ליסטע:
  • די עלסטע מענטש וואס איז ארויף אויפן ליסטע איז געווען א מענטש וואס איז געווען אכציג יאר אלט.
  • די קלענסטע צייט-אפשניט וואס א פארברעכער האט זיך געפינען אויפן ליסטע איז געווען צוויי שעה.
  • די לענגסטע צו זיין אויף די ליסטע איז געווען א פארברעכער וואס איז דארט געווען פאר צוויי און דרייסיג יאר.
  • עס איז דא עלעף פרויען אויפ די ליסטע.
  • אין יאר 2013 איז די ליסטע אנגעקומען צו 500 פארברעכער.
  • אין יאר 2023 האט עס געהאלטן ביי 532 פארברעכער.
  • 494 פארברעכער פון די ליסטע זענען שוין געכאפט געווארן, און 163 פון זיי דורך הילף פון אלגעמיינע מענטשן.
  • אויפן ליסטע אליין איז דא איבער 500 פארברעכער, אבער נאר צען דערפון באקומען די טיטל ''טאפ טען מאסט וואנטעט''.
  • ביי זעלטענע פעלער וועט מען צולייגן אן עלעפטער צום ליסטע, און דאס וועט נאר געשען אויב איינער דארף טאקע זיין אויף די טאפ טען אבער קיינער קען נישט אראפגענומען ווערן.
  • אינטערעסאנט איז אז אפילו עס הייסט טאפ טען, איז אבער נישט דא קיין ערשטער און א צווייטער. קיינער איז נישט די נאמבער איינס פארברעכער.


אצינד וועלן מיר דורכגיין די ליסטע פון די צען מערסט געזוכטע פארברעכער אויף די ליסטע. לאמיר אנהייבן.

1)
אונזער ערשטער פארברעכער אויפן ליסטע איז "Alexis Flores"

פלארעס איז געווען אן אימיגראנט פון האנדורעס. ער איז געווען פונקט ווי יעדע היינטיגע פארברעכער, אן אימיגראנט! פערצופאל האבן די גאלדענע גליקן פון אמעריקא אים נישט דערגרייכט, און ער איז דעמאלסט אדורך די מיטל עידזש קרייסעס. ער איז געווען היימלאז, און זיך געדרייט שמוציגערהייט אויף די גאסן. ער האט זיך באשעפטיגט מיט די מצוה פון צדקה, צוגעקומענדיג צו יעדער וואס האט אים נאר געוואלט ארויסהעלפן.

אזוי ווי מיר געפינען זיך אין א מורא'דיגע גוטע לאנד, און די שטאט גייט ממש אויס פון רחמנות אויף די היימלאזע פארשוינען, האט מען אים צוגעשטעלט א בעיסמענט וואו צו שלאפן, און קליידער מיט וואס זיך אנצוטון. דאן האט פלארעס זיך אנגעהויבן רופן מיטן נאמען קארלוס.

פונקט אין יענע צייט איז פארלוירן געגאנגען א זיבן יעריג מיידל. נאך א שווערע זוכעריי האט מען געטראפן דאס מיידל טויטערהייט איינגעוויקלט אין א גארביטש בעג אינעם בעיסמענט ווי אונזער קארלוס איז איינגעשטאנען, און נעבן די מיידל איז אויך געפינען געווארן א בלוטיגע העמד וואס קארלוס האט געהאט באקומען פון זיינע באזארגער.

פון יענע מינוט און ווייטער האט זיך די זוכעריי געטוישט פון א זיבן יעריגע מיידל צו א קאלטבלוטיגע מערדער מיטן נאמען קארלוס.

אבער די מעשה ענדיגט זיך נישט דא.

פלארעס (אדער קארלוס) איז אין יאר 2002 געווארן ארעסטירט אין אריזאנע פארן גנב'ענען פון א געשעפט. שפעטער זענען די פאליציי אראפגערופן געווארן צו זיין היים פאר א נויז קלעים, און פלארעס האט אהינגעגעבן פאר די פאליציי א פאלשע איי די קארטל... דעמאלסט איז פלארעס ארעסטירט געווארן פארן באזיצן פאלשע פאפירן, און ער איז אריינגעשליידערט געווארן אין טורמע פאר זעכציג טעג, און דערנאך איז ער אויסגעליפערט געווארן צוריק קיין האנדורעס.

אין יאר 2006 איז פלארעס' די-ען-עי אריינגעשטעלט געווארן אין א גרויסע דאטא-בעיס צווישן האנדורעס און אמעריקא, און אין יאר 2007 האט איינער באמערקט אז די די-ען-עי פון פלארעס שטימט מיט די די-ען-עי איבערבלייבענישן פון די העמד וואס מ'האט געפינען נעבן די טויטע מיידל מיט יארן פריער.

הערשט דעמאלטס האט מען אויסגעפינען אז קארלוס און פלארעס זענען אין פאקט די זעלבע מענטש.

מען האט תיכף ארויסגעלייגט אן ארעסט באפעל אויף אים, און ער איז ארויפגעלייגט געווארן אויף די 'טאפ טען מאסט וואנטעט' ליסטע.



2)
דער צווייטער אויפן ליסטע איז הבחור ''OMAR ALEXANDER CARDENAS''.

אין א שיינע פרי מארגן האט הרב דזשאבאלי דומעס (א מין פאני נאמען, מתושלח האט נישט געטראכט פון דעי נאמען...) געשטאנען אין פארנט פון די לאקאלע בארבער שאפ אין סילמאר, לאס אנדזשעלעס, ווען פלוצלינג האבן 9 קוילן באשלאסן ארויסצולויפן פון א גאן, און זיך פלאצירן אין די גוף פון דומעס.

עס האט נישט גענומען צו לאנג פאר די לאקאלע פאליציי צוזאמצושטעלן און אויסצוגעפונען אז אונזער קרימינאל קארדינאס... יא...

קארדינאס איז אן אלטע געטרייע מעמבער אין די לאקאלע גענג קהילה, און יעצט ווערט ער שוין אויך געזוכט פארן קאלטבלוטיג ערמארדן די 46 יעריגע דומעס, וואס איז געשטארבן אויפן פלאץ. איך האלט ער קען שוין ווערן ראש הקהל פון זיין קהילה נאכן אנקומען אויף 'די ליסטע'.

די עף-בי-איי ווייסט נישט צי קארדינאס האט געהאט עפעס א שייכות מיט דומעס פארן שיסן, און די סיבה פארוואס ער איז געשאסן געווארן. די עף-בי-איי גלייבט אבער אז קארדינאס געפינט זיך אדער אין קאלאפארניע ביי פריינט אדער קרובים, אדער אין מעקסיקא - וואו די עף-בי-איי גלייבט אז אהין איז ער אנטלאפן.



3)
דער דריטער פון די ליסטע איז די טאטע מיטן נאמען "YULAN ADONAY ARCHAGA CARIAS".

א שווארצע ווען האט געמאכט זיין וועג אויף די שטילע גאסן פון האנדורעס, די ווען האט געמאכט די וועג פון טורמע צו די געריכט פון האנדורעס. מען האט גלייך געקענט באמערקן אז דעי ווען פירט עפעס א פערזענליכקייט. די ווען איז געווען ארומגענומען מיט שווערע מיליטערישע וואַך.

אין די ווען איז געזעצן א מאן מיטן אויבנדערמאנטע נאמען ''קעריעס''. קעריעס איז געווען די הויפט פירער פון די טרויריג-בארימטע ms-13 גענג גרופע.

באמת וואלט אזא ארעסטאנט געדארפט געפירט ווערן מיט א מיליטערשע העליקאפטער צום געריכט הויז, אבער פערצופאל זענען זאכן געטוישט געווארן לטובת קעריעס.

ביים אנקומען אין געריכט האבן זיך באוויזן צוויי גרופעס מענטשן, פארשטעלט ווי מיליטער לייט, זיי האבן געעפענט פייער אויף די וואס האבן געטראגן קעריעס, און אים באפרייט פונעם ווען. זייט דעמאלסט ווערט ער געזוכט מיט לאנגע מה נשתנה ליכט.

די אמעריקאנע גאווערמענט זוכט אים אבער נישט פארן אנטלויפן פון א דריטע לאנד טורמע, זיי זוכן אים פאר אנדערע הארבע קלאגעס, אריינגערעכנט שווערצן אומלעגאלע סחורה, שווערצן גאנס, און אויסהאלטן מיט געלט די ms-13 גענג באנדע אין אמעריקע. די עף-בי-איי גלייבט אז ער איז אויך דער וואס האט ארויסגעגעבן א באפעל צו הרג'ענען אנדערע אויפגייענדע גענגס.

קודם האט אמעריקע ארויפגעלייגט א צען טויזנט דאלערדיגע באלוינונג אויף זיין קאפ, זיי האבן אבער שנעל איינגעזען אז קיינער איז נישט מסכים צו שטארבן פאר נישטיגע צען טויזענט דאלער... און בלית בריבה האבן זיי געהעכערט די סומע צו א פינף מיליאן דאלערדיגע באלוינונג...


4)

אונזער פערדער אויפן ליסטע איז א ספרדישער מיטן נאמען "BHADRESHKUMAR CHETANBHAI PATEL".

גרויסע פאלאנירונגען זענען אריינגעגאנגען אין די מסע הקודש פון כ''ק מערד''ר פאטעל. פאטעל האט זיך געגרייט צו פליען צו א דריטע וועלט לאנד מיטן נאמען 'יוניידיט סטעיטס אוו אמעריקע', פארשטייט זיך אז פאטעל האט אין יענע זמן נאך געהאט שטאנדהאפטיגע שלום בית. אלנפאלס, די אשת חיל מיט געפלויגן אויף די נסיעה פון אינדיע - וואו זיי האבן געוואוינט - צו אמעריקע, וואו זייערע קרובים האבן געוואוינט.

ווען פאטעל איז געווען דא אין אמעריקע האט ער גענומען א דשאב אין א דאנקין דאנאטס געשעפט וואס זיין קרוב האט אנגעפירט.

יענע ביטערע נאכט האט פאטעל געדינט די נאכט וויזיע אינעם געשעפט צוזאמען מיט זיין וויי,. אבער זיין ווייב האט קיינמאל נישט געענדיגט ארבעטן איר שיפט יענע נאכט. זי איז קאלטבלוטיג ערמארדעט געווארן.

דעם קומענדיגן אינדערפרי ווען מענטשן זענען אריינגעקומען אינעם געשעפט צו קויפן צובייס, איז קיינער נישט ארויסגעקומען זיי סערווירן. איינע פון די אנוועזנדע איז ארויסגעגאנגען רופן א פאליציאנט וואס האט זיך געדרייט דערנעבן.

דער פאליציאנט האט געכאפט א שפאציר אריין אין די בעק פונעם געשעפט, און א נישט לעבעדיגע צושטאכענע צושלאגענע פרוי האט זיך אנדעקט פארנט פון זיין אויגן.

אויף די קעמארעס פון יענע נאכט זעט מען ווי פאטעל און זיין ווייב ארבעטן, דערנאך ווערן זיי פארשוואונדן אונטער שעלווס, און פאטעל קומט צוריק ארויס איינער אליין. די עף-בי-איי גלייבט אז זיי האבן געהאט א דיסקאסיע וועגן צוריק פארן קיין אינדיע, פאטעל האט געוואלט צוריקפארן און זיין ווייב נישט.

די עף-בי-איי גלייב אויך אז ס'איז מעגליך אז פאטעל איז אנטלאפן פון אמעריקע...



5)
דער פיפטער אין די רייע אויף אונזער ליסטע איז דער בחור'ל מיטן נאמען "ALEJANDRO ROSALES CASTILLO".

קאסטילאו איז דעמאלט געווען א זיבעצן יעריגע בחור'ל וואס האט געארבעט אין א רעסטוראנט מיט נאך צוויי פרויען.

קאסטילאו האט דעמאלט געהאלטן אינמיטן חתונה האבן מיט איינע פון דעי צוויי פרויען, די פרוי מיט די נאמען סענדי. חוץ פון דעם האט פרוי סענדי פארבארגט געלט פאר קאסטילאו מיט די פלאן אז קאסטילאו וועט איר באצאלן גאר בקרוב.

זייער ליבשאפט האט אבער נישט אנגעהאלטן פאר צו לאנג. נאכן זיך אפטיילן פון סענדי, האט קאסטילאו גענומען פאר א כלה די אנדערע 19 יעריגע מיידל וואס האט דארטן געארבעט.

איין טאג האט קאסטילאו געטעקסט זיין גרושה אז ער וויל איר באצאלן די געלט וואס ער איז איר שולדיג. נאך א קורצע דין ודברים האבן זיי אפגעמאכט אז זיי גייען זיך טרעפן ביי א ''קוויק טריפ סטאר'' אינעם געגענט וואו זיי האבן געוואוינט. ווען ס'איז געקומען די צייט פון די באגעגעניש האבן קאסטילאו מיט זיין נייע אשת חיל געגאנגען זיך טרעפן מיט פרוי סענדי די גרושה.

סענדי איז די לעצטע מאל געזען געווארן דארטן ביי דעי סטאר. ווי די עף-בי-איי גלייבט האט קאסטילאו איר געצווינגען ארויסצונעמען אלע אירע געלטער פון באנק, נאכדעם וואס איר גאנצע באנק קאנטע איז מיסטריעז אויסגעליידיגט געווארן יענע צייט. די גאנצע ריזיגע באנק קאנטע וואס קאסטילאו האט אויסגעליידיגט איז געווען גאנצע טויזענט דאלער...!

דערנאך האבן קאסטילאו מיט זיין נייע אשת חיל געטראגן פרוי סענדי צו א דערנעבנדיגע וואלד, וואו קאסטילאו האט איר געשאסן אין קאפ צו איר טראגישע טויט.

א טאג נאכדעם וואס פרוי סענדי איז געשאסן געווארן איז זי באריכטעט געווארן אלס פעלנד, און דריי טעג שפעטער איז באריכטעט געווארן אז אויך קאסטילאו מיט זיין נייע אשת חיל זענען פארלוירן.

אין יענע טאג וואס ער מיט זיין אשת חיל זענען באריכטעט געווארן פארלוירן, האבן קאסטילאו מיט זיין אשת חיל אנגערופן זייערע פאמיליעס און איינגעמאלדן אז זיי זענען בסדר, אבער זיי האבן נישט אנגעגעבן א לאקאציע וואו זיי געפינען זיך.

א טאג דערנאך האבן פאליציי אפיצירן אפגעפינען די גוף פון די גע'הרג'עטע גרושה, און קאסטילאו איז געווארן אנגעקלאגט אויף מערדעריי קלאגעס.

א קורצע צייט דערויף זענען קאסטילאו מיט זיין אשת חיל אנטרינען געווארן פון שטח, און אנטלאפן קיין מעקסיקא.

אפאר חדשים שפעטער האט קאסטילאו'ס אשת חיל זיך אונטערגעגעבן פאר די מעקסיקאנע פאליציי, און זי איז אויסגעליפערט געווארן קיין אמעריקע.

לויט ווי זי זאגט איז קאסטילאו פון איין טאג אויף די צווייטע פארשוואונדן געווארן פון זיין קרוב'ס הויז אין מעקסיקא וואו זיי האבן זיך אויפגעהאלטן.

דערווייל זוכט מען אים נאך ארום.




6)
אונזער זעקסטער אויפן קורצן ליסטע, איז א באוואוסטע רעבעצין/סקעמער (קען גאר זיין זי האט אויך אפגעשפראכן עין הרע...) מיטן נאמען איז מרת "RUJA IGNATOVA".

זי איז געווען די אויסטרעפער פון די קריפטא קארענסי מיטן נאמען 'וואן קוין' (One coin). זי איז געווען אזוי סוקסעספול מיטן אויפבויען איר קאמפעני, אז מ'האט איר גערופן מיטן צונאמען די קעניג(ן) פון קריפטא.

זי האט בכלל נישט פארשוינט אירע ריזיגע געלטער וואס זי האט געמאכט, זי האט געלעבט א רייכע פארשווענדערישע לעבן פול מיט שוואוילטאג.

אין יאר 2017 זענען די אלטע גוטע טעג געקומען צו א ענדע, נאכדעם וואס מ'האט אנגעהויבן שטילע אויספארשונגען קעגן איר. נאכדעם וואס זי האט אויסגעפונען אז איר רייכע קאריערע קומט מעגליך צו אן ענדע, האט זי שנעלערהייט געפאקט פעק און געמאכט א ויברח.

זי האט געכאפט א רייען עיר פלייט פון באלגאריע קיין גריכלאנד, און זי איז פארשוואונדן געווארן פונעם האריזאנט. אין יענע מינוטן האבן טויזנטער מענטשן פון איבער די וועלט פארלוירן זייער האב און גוטס.

אין יאר 2018 זענען בולגארישע אויספארשער ארויסגעקומען מיט א באריכט אז זי איז גע'הרג'עט געווארן אויף א פריוואטע יאכט שיף דורך א בולגארישע קרימינאלע גענג. ווי זיי גלייבן האט זי געהאט ביזנעס מיט זיי און זיי האבן איר דער'הרג'עט אויס מורא אז די געשעפטן צווישן איר און די גענג גייט ארויסרינען.

די עף-בי-איי גלייבט אבער אז זי איז נאך אלץ ביים לעבן, און זיי זוכן איר נאך ארום פארן ארויסשווינדלען איבער פיר ביליאן דאללער פון אומשולדיגע מענטשן.


7)
אונזער זיבעטן אויפן ליסטע איז די זעכציג יעריגע "DONALD EUGENE FIELDS II".

איך זע נישט וואס מ'קען צולייגן עפעס אינטערעסאנט אויף זיין נאמען. ער איז א עכטע פארברעכער וואס האט געטון די ארגסטע זאכן וואס איז נאר שייך.

עף-בי-איי קלאגט אים אן און זוכט אים ארום פאר קלאגעס פון שווערצן קליינע קינדער אין אמעריקע צו טון מיט זיי אומעטישע זאכן. ער האט געארבעט פאר א גרעסערע קרימינאלע ארגענאזאציע פון ארומפירן אינגע קינדער, און ער האט באקומען באצאלט דורך געלט און מתנות ווי למשל מאטארביציקלעך, טייערע וואקאציעס, און נאך.

פיעלדס איז אנגעקלאגט געווארן אין יאר 2022 מיט פעדעראלע קלאגעס פארן ארומטראגן א אינג מיידל, און ער איז ארויפגעלייגט געווארן אויף אונזער ליסטע. אבער ער איז פארשוואונדן געווארן און מ'האט זייט דעמאלסט מער נישט געהערט פון אים.


8)
די אכטער פון אונזער ליסטע איז ''Wilver villegas palomino''.

אין א שטילע רעגנדיגע ווינטער נאכט האט די 911 דיספעטשינג טעלעפאון זיך צוקלינגען, אויף די אנדערע זייט איז געהערט געווארן א שוואכע שטימע פון א זעכצן יעריג קינד וואס בעט זיך פאר הילף. די 911 דיספעטשער האט שנעל אראפגעשיקט אפאר אמבולאנסן צום אנגעגעבענע לאקאציע.

ווען די ערשטע הילף איז אנגעקומען האט זיך פאר זיי אנדעקט א שוידערליך בילד. פיל מיט אינגע און עלטערע מענטשן ליגן אויסגעשטרעקט אויף די ערד און קוים וואס זיי קענען אטעמען. אלע האבן ביי דעי פארטי אריינגענומען קאוקעין וואס ווערט אויסגעליפערט פון קאלאמביע אריין צו אמעריקע.

דער שולדיגער אין אסאך טויט פעלער פון קאוקען איז א מאן מיטן נאמען פאלאומינא.

פאלאומינא איז די אנפירער פון די באנדע מיטן צונאמען National Liberation Army וואס מ'רופט אין קורצן די ELN. די אי-על-ען האט צענדליגע לאבאטאריעס אין קלאמביע וואו דארטן פראדוצירט מען שעדליכע סובסטאנצן.

די אי-על-ען ווערט באטראכט דורך די קלאמביע און די אמעריקאנע רעגירונגען אלס א טעראריסטישע באנדע, און זיי זענען א גאר גרויסע אימפארטירער פון קאוקען אריין אין די יוניידעד סטעיטס.

אין יאר 2020 האט מען אנגעקלאגט דעם פאלאומינא פארן אריינשווערצן קאוקען, און פאר נאך אנדערע ענליכע קלאגעס.

אויב געבט איר איבער אינפארמאציע וואס פירט צו זיין ארעסט קענט איר מאכן פינף מיליאן דאללער.


9)
עוד ישמע בערי... די פרייליכע חתונה פון 'Arnoldo Jimenez' איז געקומען צו א ענדע בשעה טובה אום פיר אזייגער פארטאגס... די חתן ארנאלדא האט זיך אריינגעזעצט אין זיין קאר מיט זיין נייע ווייב צו מאכן זייער וועג אהיים און אנהייבן א ניי לעבן.

די פלאן איז געווען אפצונעמען די קינדער מארגן אינמיטן טאג. ארנאלדא האט געהאט א צוויי יעריג קינד וואס ער האט געהאט מיט די ווייב, און זיין ווייב האט געהאט א ניין יעריג קינד וואס זי האט געהאט מיט איר פאריגע מאן.

אבער די פלאן איז נישט געגאנגען ווי עס דארף צו זיין. נאך אויפן וועג אהיים פונעם חתונה האט זיך די שלום בית צושטאלפערט, און ארנאלדא האט געשטאכן זיין ווייב אינעם קאר אפאר מאל ביז זי איז אוועקגעפאלן א טויטער.

ארנאלדא האט גענומען די גוף פון זיין ווייב און איר ארויפגעשלעפט אינעם האטעל, און ער האט אריינגעלייגט די גוף אין די וואנע מאכנדיג זיכער אז זי איז גרייט פאר די טהרה.

די נעקסטע טאג ווען זיי זענען נישט געקומען אפנעמען די קינדער האט זיך אנגעהויבן א זיכעריי, ביז מ'האט געטראפן די כלה נאך אנגעטון פונקט ווי ביים חתונה, אין די טהרה שטיבל.

ארנאלדא האט אפגעפיצט קיין מעקסיקא און זיך דארטן באזעצט. ביזדערווייל זוכט מען אים נאך ארום.


10)
די אמעריקאנער דזשין פרענקלין איז געזעצן מיט זיין ווייב ביי זיך אינדערהיים אין האיטי, א פארברעכן-געפלאגטע לאנד. ווען פלוצלינג איז די טיר אויפגעבראכן געווארן און א באנדע שווארצע אינגען האבן געמאכט זייער וועג אריין אין די הויז באגלייט דורך א באראזש פון קוילן.

אויפן פלאץ איז מאריע פרענקלין אומגעקומען, און איר מאן דזשין איז גענומען געווארן אין געפענגעניש דורך די גרופע וואס ווערט אנגעפירט דורך א שווארצער מאן מיטן נאמען "Vitel'homme innocent".

פאר 21 טעג איז ער געזעצן פארכאפט ביי די גרופע, ביז זיין משפחה איז אויפגעקומען מיט די אויסלייז געלט וואס די גרופע האט געבעטן, און זיי האבן אים באפרייט.

אבער דאס איז נישט די איינציגסטע מאל וואס ער האט פארכאפט אמעריקאנע בירגער פאר אויסלייז געלט. אין יאר 2021 האט ער פארכאפט 16 אמעריקאנער, אריינגערעכנט אין דעם פינף קליינע קינדער, ער האט זיי געהאלטן פארכאפט פאר איבער צוויי חדשים ביז ס'איז זיי געלונגען צו אנטלויפן פון געפענגעניש.

דער וואס ברענגט אינפארמאציע וואס וועט פירן צום שידוך שליסן פון אים מיט די עף-בי-איי וועט באלוינט ווערן מיט צוויי מיליאן דאלער.



ייש''כ פארן מיר אויסהערן ביז אהער. אויב האט איר הנאה געהאט פונעם ארטיקל ביטע לייק און 'שרייב א קאמענט'. אזוי אויך וויל איך מיך באדאנקן פאר @שוואכער פארן מגיה זיין די ארטיקל.

צום ווידערזען - 'חיריק'

וואו איז מאניש?
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3934
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »


וואו איז מאניש?
אוועטאר
ראטשילד
שר האלפיים
תגובות: 2175
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

וואפפ!!!!
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]

ללא חשש גילוי.
אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

מזל טוב @חיריק צום דרייערל! און שכח פאר די הערליכע ארטיקל! כה לחי!
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

מזל טוב!
מאכטס פלאץ פארן שר האפברענגען...
די fbi גאר? ביינונז אין פארברענגען?....
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
ברוכ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

יישר כח @חיריק פאר די ארטיקל, ס'זעט זיך אן אז עס איז אריינגעלייגט געווארן ארבעט, איך האב עס שוין עטוואס דורכגעבליקט, אי"ה וועט מען עס נאך גרינטליך אדורכליינען
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

חיריק איז בגי' שכח!
אוועטאר
מלחמה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 11, 2023 7:18 pm

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלחמה »

מזל טוב @חיריק גיי אן ווייטער מיט הצלחה
א פרייליכען שבועות יעדער איינער.
אוועטאר
שווארמאל
שר האלפיים
תגובות: 2014
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

וואף!! @חיריק צום דרייערל!!
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5134
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »



מעכטיגע דשאב!!

מזל טוב!!
אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 8:58 pm
חיריק איז בגי' שכח!
וואף! נאך אמת אויך!
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5134
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

שוואכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 8:54 pm
מזל טוב @חיריק צום דרייערל! און שכח פאר די הערליכע ארטיקל! כה לחי!
ווי האסטו למעשה געהוסט די פיקטישער?
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 13763
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

זייער אינפארמאטיוו! שכח @חיריק און מזל טוב!
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
שווארמאל
שר האלפיים
תגובות: 2014
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

@חירי יעצט לויף אריין שנעל צום אבימלך סאמעטוכע, מקען דיר נאך ניצן דארט..
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

וואף ! מזל טוב @חיריק ! ביז די הונדערט און פופציג טויזענט געזונטערהייט !!

PDF ?
כ'בין שטאלץ צו זיין א אמעריקאנער בירגער 🇺🇲🇺🇲
אויף איין פוס
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:13 pm

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף איין פוס »

מזל טוב!!!! קים אפ יאר גאאד ווערק
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3934
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

מיניטשער וועלט האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 9:02 pm
וואף ! מזל טוב @חיריק ! ביז די הונדערט און פופציג טויזענט געזונטערהייט !!

PDF ?
viewtopic.php?p=5160029#p5160029

וואו איז מאניש?
אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

מיניטשער וועלט האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 9:02 pm
וואף ! מזל טוב @חיריק ! ביז די הונדערט און פופציג טויזענט געזונטערהייט !!

PDF ?
viewtopic.php?p=5160029#p5160029

האקט
לעצט פארראכטן דורך שוואכער אום מאנטאג יוני 10, 2024 9:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm
לאקאציע:@שמעון משה'ס חבר

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

ש'כח
אפילו בשאול תחתיות יכולים להיות סמוכים אליו יתברך.
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

שוואכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 8:59 pm
דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 8:58 pm
חיריק איז בגי' שכח!
וואף! נאך אמת אויך!
שכח פארן אויסרעכענען!
ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

זייער שיין, געשמאק צו ליינען, א גרויסן יישר כח.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

נאו וועי, דריי אלפים

מאכסט א וויץ,

עניוועי, זייער אינטעסאנט געווען!!!
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
Willy
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

הערליך!
אפשר לייגסטו בילדער פון דע פארברעכער
אוועטאר
אלטע קוגל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8842
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן
פארבינד זיך:

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

Wow הערליך! מזל טוב @חיריק !!
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע:דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: .FBI Ten Most Wanted Fugitives (חיריק'ס דרייערל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

געשמאק צו ליינען, שכח!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”