מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
יעקל פויער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 06, 2022 5:42 am

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקל פויער »

מ'האט שוין באשריבן דא estp?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7157
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

יעקל פויער האט געשריבן: מ'האט שוין באשריבן דא estp?

אויך ערגעץ וואו דא אינעם אשכול.

בס"ד

איך וועל דיר שרייבן וואס איך שטעל מיך יעצט פאר.

א ESTP לויפט ווי פאלגנד:

Extroverted Sensing
Introverted Thinking
Extroverted Feeling
Introverted Intuition

דער עיקר פון א ESTP איז אז דער הייליגער באשעפער האט אים באשאפן אז ער וועט בעיקר וועלן לעבן מיט זאכן וואס ער קען שוין זעהן, הערן, שמעקן, שפירן, וכו', ממש מיט די גשמיות'דיגע חושים. נישט אז נאר דאס איז זיין וועלט ארום און ארום, ווייל זיין פערטער פונקציע איז Ni, אבער דאך ווען ער זאגט ושם נעלה ונראה ונשתחוה לפניך, איז זיך דאס מגשם ביי אים ביז די עולם הגשמי ממש. און עס בלייבט נישט הענגן אין די עולם הרוחני. וביום השבת שני כבשים בני שנה תמימים, ווערט נתגשם אין זיין מחשבה ביז צוויי פיזישע לעמעלעך, ביז מ'קען דאס ממש אנכאפן די וואל.

אזא מענטש האט לכאורה גאר א גוטן קאפ ווען עס קומט צו לערנען "נגלה", אבער אזא מענטש וועט לכאורה אויך זייער וועלן לערנען נסתר.

אזא מענטש איז א מענטשן מענטש. גאנץ סאושל. נישט אז דאס שטייט ביי אים די העכסטע אויף די ליסט, אבער סאושל איז ער . און ער איז קלוג און פארשטייט גוט צו די וועלט און ווי אויך צו די מענטשהייט

די צווייטע פונקציע האט השי"ת באשאפן פאר געוויסע מענטשן אז זיי זאלן פרובירן ארויסצוהאבן און פארשטיין די וועלט מער און מער און נאך מער.

די חילוק פון די צווייטע פונקציע פון פארשטיין די וועלט, און די פערטע פונקציע איז ווי פאלגנד: פארשטיין מיינט איך ווארף אוועק וואס איך ווייס ביז היינט, און איך פארשטיי עס מער און מער און נאך מער. וויסן מיינט: איך ווייס דאס און איך ווייס יענץ. אבער ס'זאגט נישט אז מ'איז אינטערעסירט צו קלויבן די גוטע פון די שלעכטע.

לדוגמא.

איך ווייס וויפיל מענטשן ס'וואוינען אין ענגלאנד. איך ווייס ווי גרויס די וועלט איז. אבער איך בין נישט אינטערעסירט צו אליין מיט מיין אייגענע בינה דאס צו פארשטייין מער און מער און קלויבן וואס איז יא גוט און וואס איז שקר און פסולת. פארשטיין מיינט: פארשטיין צו די וועג וויאזוי מ'האט אויסגערעכנט וויפיל מענטשן עס וואוינען אין ענגלאנד צי דאס איז א ריכטיגע וועג וויאזוי מ'רעכט פאפולאציע. וכו'.

והשם הטוב יעזור ונזכה לטהר ולזכך את עצמנו בזכות ספירת העומר מכל מין טומאה וזוהמא ומכל סיג ופגם.
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

קען דא איינער ערקלערן די חילוק פון אינטרויווערט און עקסטרויווערט? וויפל איך ליין פארשטיי איך נאך אלץ נישט.

איך זעה נישט די חילוק פון דעם און סאשעל קאנפידענס.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

די רב פון ליאן האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 10:23 pm
קען דא איינער ערקלערן די חילוק פון אינטרויווערט און עקסטרויווערט? וויפל איך ליין פארשטיי איך נאך אלץ נישט.

איך זעה נישט די חילוק פון דעם און סאשעל קאנפידענס.
כהאב נישט געליינט אלע תגובות דא.

א עקסטראווערט שטייט אויף מיט זירא tokens אין שיסל,מיט יעדע אינטערעקשען מיט אימיצען פארדינט ער א token,

דער אינטראווערט דאגעגן, שטייט אויף מיט א פילע שיסל, און פארלירט מיט יעדע אינטערעקשען נאך א token

אינטראווערטס:שטארק סאשעל לייף דרעינד זייער ענערגיע.
עקטראווערטס: שטארקע סאשעל לייף פיולד זייער ענערגיע.

קלאר?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7157
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

די רב פון ליאן האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 10:23 pm
קען דא איינער ערקלערן די חילוק פון אינטרויווערט און עקסטרויווערט? וויפל איך ליין פארשטיי איך נאך אלץ נישט.

איך זעה נישט די חילוק פון דעם און סאשעל קאנפידענס.
ב"ה

די נפש פון א אינטראווערט, איז פארנומען מיט זיך. זאכן וועגן זיך. די נפש פון א עקסטראווערד, איז פארנומען מיט זאכן ארום אים.
דיין נפש איז אדער פארנומען מיט זאכן ארום דיר, אדער מער פארנומען מיט זאכן וועגן דיר. א מענטש קען שמועסן און נושא ונותן זיין מיט ארומיגע, אבער ער איז אגאצן צייט בעיקר פארנומען "וויאזוי פיל איך יעצט" אדער "וואס האלט איך דארף איך יעצט טון". דאס מיינט אז ער איז למעשה מער פארנומען מיט זיך.

איך קען פארשטיין פארוואס עקסטראווערד זאל האבן מער סאושל קאנפידענס. קודם, ער איז נישט אזוי פארנומען "בין איך יא גוט, אדער נישט גוט" ווייל ער איז בכלל נישט אזוי פארנומען מיט זיך. און נאכדעם, ער האלט קאפ אויף די סאושל, במילא באקומט ער פידבעק.

והשם הטוב עוזר ויעזור אז מיר זאלן גיין אויף ערליכע דרכים
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דרייסטקייט האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2014 4:59 pm
אזוי ליינענדיג די נושא פון די אניארגראם דא מיט אירע ניין פערסענאלעטי טיפן, וואס זעהט אויס זייער אינטרעסאנט, האב איך געמאכט נאך אביסל ריסערטש, און געטראפן לא זהו הדרך היחיד בסוגי בני אדם. עס זענען פארהאן נאך וועגן וויאזוי צו קאטעגאטירן מענטשן, און דורך דעם בעסער פארשטיין וואס טרייבט מענטשן מיט זייערע התנהגות.
א סיסטעם וואס האט מיר אויך גאנץ געכאפט איז די שיטה פון 'מייערס-בריגס' Myers Briggs. זיי צוטיילען די נאטורן פון מענטשן אין זעכצען קאטעגאריעס וואס קומט ארויס פון א שילוב פון 8 הויפט יסודות'דיג נאטורן.

פאר מפאנגט אן אריינצוגיין אין די יסודות'דיגע נאטורן, בין איך נייגעריג...

האט איינער שוין אמאל געהערט דערפון?

קען איינער דאס אביסל מער מסביר זיין פון זייערע ערפארונג?

האט דאס א שייכות אין א געוויסע זין מיט די פערסענעלעטי טייפס פון די אניאגראם?

וועלעכע סיסטעם איז מער 'יסודיות'דיג', ד. ה., וועלעכע קריכט מער אריין אין די קישקעס? ובכלל זה, איז דא עפעס געוויסע אנדערע פוינטס וואס די ביידע סיסטעמען זיכען צוצוקומען? וואס דארף מען 'דערהערן' ווען מען קוקט אן ביידע סיסטעמען?

בכלל איז מיר געווען אינטרעסאנט, איז דא 9 פערסענלעטי טייפס, 16, אפשר נאך? א מענטש איז דאך בעצם אין סוף?
לענ"ד איז אניאגראם זיכער מער יסודות'דיג ווי דעם, ווייל נאכ'ן פארשטיין אניאגראם, זעט מען אז וואס מ'רעדט דא איז פשוט היכי תמצי'דיגע מציאות פון וויאזוי דער מענטש זעט יעצט אויס. אבער כדי צו גיין אינגאנצן ביזן קישקע, דארף מען צעטיילן יעדן נפש אליין אויף ניין, כמבואר כאן.
אוועטאר
נאך א גלעזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 10, 2022 3:57 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך א גלעזל »

איז עס בכלל ריכטיג אריינצולייגן מענטשען אין קאטעגאריעס? שטימט עס מיט חז"ל?

במדב"ר כא, ב:
הלכה אם ראה הרבה אוכלוסין של בני אדם אומר בא"י אלהינו מלך העולם חכם הרזים, כשם שאין פרצופותיהן דומין זה לזה כך אין דעתן שוין זה לזה אלא כל אחד ואחד יש לו דעה בפני עצמו.

ברכות דף נח.
תנו רבנן הרואה אוכלוסי ישראל אומר ברוך חכם הרזים שאין דעתם דומה זה לזה ואין פרצופיהן דומים זה לזה
מהרש"א: ואין פרצופיהן דומין כו' דכשם שהן מחולקין בדעות עד ששים רבוא שהיא צורה הפנימית כך הן מחולקין בצורה החיצונה ויש לברך על שרואה כ"כ צורות ופרצופין משונין זה מזה עד ששים רבוא שהוא קצה האחרון שאין עוד צורה אחרת מכאן ואילך וק"ל:
וע"ע במלחמות

סנהדרין לח.
תניא היה רבי מאיר אומר בשלשה דברים אדם משתנה מחבירו בקול במראה ובדעת בקול ובמראה משום ערוה ובדעת מפני הגזלנין והחמסנין

ירושלמי, ברכות פרק ט הלכה א
כשם שאין פרצופין דומין זה לזה כך אין דעתן דומה זה לזה
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

נאך א גלעזל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 10:38 am
איז עס בכלל ריכטיג אריינצולייגן מענטשען אין קאטעגאריעס? שטימט עס מיט חז"ל?
ביים צעטיילן יעדן מענטש אין ניין, פארשטייט מען דעם ענליכקייט אויך. מ'קוקט עס נישט אן, ווי איך בין א טייגער און דו ביסט א וואלף.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7157
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נאך א גלעזל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 10:38 am
איז עס בכלל ריכטיג אריינצולייגן מענטשען אין קאטעגאריעס? שטימט עס מיט חז"ל?

במדב"ר כא, ב:
הלכה אם ראה הרבה אוכלוסין של בני אדם אומר בא"י אלהינו מלך העולם חכם הרזים, כשם שאין פרצופותיהן דומין זה לזה כך אין דעתן שוין זה לזה אלא כל אחד ואחד יש לו דעה בפני עצמו.

ברכות דף נח.
תנו רבנן הרואה אוכלוסי ישראל אומר ברוך חכם הרזים שאין דעתם דומה זה לזה ואין פרצופיהן דומים זה לזה
מהרש"א: ואין פרצופיהן דומין כו' דכשם שהן מחולקין בדעות עד ששים רבוא שהיא צורה הפנימית כך הן מחולקין בצורה החיצונה ויש לברך על שרואה כ"כ צורות ופרצופין משונין זה מזה עד ששים רבוא שהוא קצה האחרון שאין עוד צורה אחרת מכאן ואילך וק"ל:
וע"ע במלחמות

סנהדרין לח.
תניא היה רבי מאיר אומר בשלשה דברים אדם משתנה מחבירו בקול במראה ובדעת בקול ובמראה משום ערוה ובדעת מפני הגזלנין והחמסנין

ירושלמי, ברכות פרק ט הלכה א
כשם שאין פרצופין דומין זה לזה כך אין דעתן דומה זה לזה
ב"ה

ס'איז קעגן חז"ל? ס'איז א מציאות. 'כך אין דעתן דומה זה לזה' איז קעגן אזא חכמה? אויב וואלט עס געווען קעגן אזא חכמה, וויאזוי זאגט די משנה אין אבות 'ארבע מידות בדיעות'? נאר פיר מידות?

מייערס בריגס איז א מציאת. אזוי ווי דו זאלסט זאגן די מציאות פון אז ס'דא דארע מענטשן, און מער דיקליכער, הויעך, נידעריג. איך ווייס נישט ווי ווייט ס'גייט אריין אין די כלל פון 'חכמה'. אלץ חכמה בגוים תאמין. אבער ס'איז מער מציאות ווי חכמה. דאס האט נישט מייערס בריגס באשאפן, דאס האט השי"ת באשאפן.

חז"ל לייגן אריין מענטשן אין קאטאגאריעס אין שבת דף קנו. ס'דא פארשידענע מענטשן וואס גייען אריין אין די כלל פון 'מאדים', גערעגטע מענטשן. ס'דא וואס גייען אריין אין די כלל פון 'שבתאי', מער שבתאי'דיגע מענטשן. זעקסערס. ס'דא וואס גייען אריין אין די כלל פון 'צדק', מער געבעדיגע מענטשן, ס'דא וואס גייען אריין אין די כלל פון 'נוגה' מער זיבענערס. ס'דא וואס גייען אריין אין די כלל פון 'כוכב' מער קלוגע מענטשן, איינזעס, צי פינעווערס. ס'דא וואס גייען אריין אין די כלל פון לבנה. לבנה'דיגע מענטשן. פירערס. ס'דא וואס גייען אריין אין די כלל פון חמה, דרייערס. לאמיר זאגן.

קאטאגאריעס פון מענטשן איז זייט די וועלט שטייט. דרך ארץ קדמה לתורה. אבער, ס'איז א חכמה. צי מ'דארף זיך דערין עוסק'ן בדרך קבע? נישט עכט. ווייל מ'דארף עוסק זיין אדער אין לערנען, אדער אין ישוב העולם. אבער חכמה בגוים תאמין

והשם הטוב עוזר ויעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג מארטש 23, 2023 3:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אויב ברענגט עס צו ווערן בעסער וכו'.... וואס מיינט בעסער?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5729
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

די צימער פונעם טערעפיסט זענען פול מיט אינטראווערטס.... אן עקסטראווערט דארף נישט טערעפי....
Letshelpothers
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

אייינער דא איז א entp?
אוועטאר
פאזיטיווע ווייבס
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:52 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאזיטיווע ווייבס »

איינער קען אפשר מסביר זיין די יסודות'דיגע חילוק צווישן די אניאגראם און מייערס בריגס, איך פיל ווי עס איז דא גאר א שטארקע יסודות'דיגע חילוק, און איך קען פשוט נישט טרעפן די ווערטער דערפאר.
ווייל קענענדיג אסאך מענטשן מיט די זעלבע אניאגראם טייפ, איז נאך אלס דא גאר שטארקע חילוקים, אין זייער מהלך המחשבה. וואס ס'קוקט מיר אויס אז מייערס בריגס דעקט די שטח.
אבער ס'פעלט מיר נאך אלס מער ווערטער און אינפארמאציע, אויב איינער קען עס שיין און קלאר אויסשמועסן. (אדער צואווייזן אויב מען האט עס שוין ערגעץ קלאר אויסגעשמועסט.
סוף דבר הכל נשמע אלקים ירא ואת מצותיו שמור "כי זה כל האדם"

זיין אן ערליכע איד איז די בעסטע זאך!!!!!!!!!!!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7157
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פאזיטיווע ווייבס האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 1:44 am
איינער קען אפשר מסביר זיין די יסודות'דיגע חילוק צווישן די אניאגראם און מייערס בריגס, איך פיל ווי עס איז דא גאר א שטארקע יסודות'דיגע חילוק, און איך קען פשוט נישט טרעפן די ווערטער דערפאר.
ווייל קענענדיג אסאך מענטשן מיט די זעלבע אניאגראם טייפ, איז נאך אלס דא גאר שטארקע חילוקים, אין זייער מהלך המחשבה. וואס ס'קוקט מיר אויס אז מייערס בריגס דעקט די שטח.
אבער ס'פעלט מיר נאך אלס מער ווערטער און אינפארמאציע, אויב איינער קען עס שיין און קלאר אויסשמועסן. (אדער צואווייזן אויב מען האט עס שוין ערגעץ קלאר אויסגעשמועסט.
ב"ה

מייערס בריגס קאטאגריזירט מענטשן לויט וועלכע כוחות א מענטש נוצט צו פארשטיין די וועלט ארום אים, וויאזוי די חכמה בינה דעת נוצט זיך ביי א געוויסע מענטש. גאר עפעס אנדערש ווי די אניאגראם וואס קאטאגאריזירט מענטשן לויט ניין טבעיים. מידות.

עס קען זיין דריי מענטשן וואס לויט די אניאגראם זענען זיי אין דריי אנדערע טבעיים, נוצן די זעלבע כוחות צו פארשטיין די וועלט ארום זיי.
יאסעלע פליטמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

נשמה האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:40 pm
פאזיטיווע ווייבס האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 1:44 am
איינער קען אפשר מסביר זיין די יסודות'דיגע חילוק צווישן די אניאגראם און מייערס בריגס, איך פיל ווי עס איז דא גאר א שטארקע יסודות'דיגע חילוק, און איך קען פשוט נישט טרעפן די ווערטער דערפאר.
ווייל קענענדיג אסאך מענטשן מיט די זעלבע אניאגראם טייפ, איז נאך אלס דא גאר שטארקע חילוקים, אין זייער מהלך המחשבה. וואס ס'קוקט מיר אויס אז מייערס בריגס דעקט די שטח.
אבער ס'פעלט מיר נאך אלס מער ווערטער און אינפארמאציע, אויב איינער קען עס שיין און קלאר אויסשמועסן. (אדער צואווייזן אויב מען האט עס שוין ערגעץ קלאר אויסגעשמועסט.
ב"ה

מייערס בריגס קאטאגריזירט מענטשן לויט וועלכע כוחות א מענטש נוצט צו פארשטיין די וועלט ארום אים, וויאזוי די חכמה בינה דעת נוצט זיך ביי א געוויסע מענטש. גאר עפעס אנדערש ווי די אניאגראם וואס קאטאגאריזירט מענטשן לויט ניין טבעיים. מידות.

עס קען זיין דריי מענטשן וואס לויט די אניאגראם זענען זיי אין דריי אנדערע טבעיים, נוצן די זעלבע כוחות צו פארשטיין די וועלט ארום זיי.
די אניאגראם קטאגאראזירט לפי וואס מאטאווירט די מענטש, למשל,די פיר'ער איז מאטאווירט ביי זיינע פילינגס, די פינוף'ער איז מאטאווירט ביי לאגיק, די זעקס'ער ביי ענגזייעטי, וכו.

אויב איז דא א וואכטנאכט היינט, וועט די 4 גיין ווייל ער האט א געפיל צי דעם, די 5/1 וועט גיין ווייל אזוי קומט עס, די 6 וועט גיין ווייל ער דארף יענער זאל קומען צי אים ווען ער מאכט א שמחה...אדער ווייל יענער וועט זיין באליידיגט.
אוועטאר
פאזיטיווע ווייבס
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:52 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאזיטיווע ווייבס »

יישר כחכם פארן ענטפערן.

איז דא ערגעץ וואו צו ליינען מער דערוועגן? עס ציהט לעצטנס זייער שטארק מיין אינטערעסע, און איך וויל וויסן פיל מער דערוועגן.

אין צוגאב האב איך עטליכע פראגעס, אויב איינער קען ביטע ענטפערן.
מען קען דערקענען אויף מענטשן וואספארא נאטור ער איז?
איז דא קאמפליקאציעס וואס גייען מער מיט איין נאטור? אויב יא וואס מיט וועם.

בעצם האב איך נאך אסאך קשיות, אבער אזוי וועל איך קיינמאל נישט ענדיגן, פארדעם זיך איך עפעס א קלארע ביאור אויף די גאנצע זאך.
אדער איז אפשר ערגעץ דא אין דעם אשכול, א יסודות'דיגע ברייטע ביאור אויף די געבוי פונעם סיסטעם, וואס איך האב מעגליך פארזעהן, אויב איינער קען אפשר צואווייזן.
סוף דבר הכל נשמע אלקים ירא ואת מצותיו שמור "כי זה כל האדם"

זיין אן ערליכע איד איז די בעסטע זאך!!!!!!!!!!!
אוועטאר
פאזיטיווע ווייבס
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:52 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאזיטיווע ווייבס »

און נאך איין זאך וואס איך וויל וויסן, צו מ'קען מאכן עפעס א קוגל צוווישן דעם און די עניעגרעם. און אריינקריכן אין למשל אן איינזער entp, און צו טיילן מענטשן אויף 144 וועגן (16x9)
סוף דבר הכל נשמע אלקים ירא ואת מצותיו שמור "כי זה כל האדם"

זיין אן ערליכע איד איז די בעסטע זאך!!!!!!!!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”