Re: גייט האנטער געפונען ווערן שולדיג?
עס איז צום שטוינען ווי נאאיוו מענטשן קענען זיין. מען איז מדמה עפלעך מיט קרעיאנס.צוויי גילדען האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 11, 2024 11:25 amא סעמפעל פון א באזעצענע אדמעניסטראציע.
נישט אלעס איז קאנספעראציעס מיט דמיונות מיט אטאקעס.
אנשטאט ביידן זאל ארומלויפן פאליטיש מאטעווירט, אנשטאט ביידן זאל אטאקירן דעם מאגא'איסט קאונסיל ווייס, אנשטאט ביידן זאל שימפן אויף די יוסטיץ סיסטעם ווי זיין אפונענט, אנשטאט ער זאל באשולדיגן די גאנצע שטאט.
פירט ער זיך אויף נארמאל און ריכטיג און לאזט די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם אפערירן ווי געווענטליך.
יא יעדע פאליטישאן ווערט נאכגעקוקט מיט צוואנציג גלעזער און אויב טרעפט מען עםעס גייט די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם אים ע''פ רוב געפינען שולדיג.
אבער מיין אפיניאן. אויב דיין קעגנער פירט זיך יא אויף ווי א בהמה, דיין קעגנער האט ממילא אוועקגענומען די טראסט אין די אמעריקאנע גאווערמענט פון האלב אמעריקא, דיין קעגנער פארדינט הונדערטער מיליאן'ס אויף דאללערס דורכ'ן שפילן נרדף בשעת וואס ער אטאקירט די יוסטיץ סיסטעם און פאלגט נישט די פארשטענדליכע ריכטער'ס ארדערס און האט נאך בשעת מעשה טענות פארוואס מ'באשטראפט אים..
דארף ווען ביידן אויך נעמען די ראוט. אז יענער גייט שמוציג גיי דו אויך, בלייב נישט הונטערשטעלינג.
קודם כל:
- דאנעלד טראמפ לויפט פאר פרעזידענט, האנטער ביידן נישט.
- פון דאנעלד טראמפ האט מען שוין למעשה אוועקגענומען פון זיין טייערע קאמפיין צייט מיט די קלאגעס וואו ער האט געדארפט זיצן דארט און גארנישט טון.
- דאנעלד טראמפ'ס קלאגעס זענען נישט ניי, נאר פון 2016, און עס איז ממש א קאאינצידענט אז עס איז אויסגעקומען פארצוקומען אין דעם טייערן קאמפיין סעזאן.
- דאנעלד טראמפ'ס קלאגעס זענען שוין עטליכע מאל געווארן ארויפגעברענגט דורך די פעדעראלע רעגירונג, וואס ביי זיי איז געווען דער אנגעבליכער פארלעצונג, און אפגעמאכט געווארן נישט צו קלאגן.
- דאנעלד טראמפ'ס קלאגעס האט קיינער נישט קיין אנונג וואס די אנגעבליכער פארלעצונג איז, מען דארף גלייבן דעם פראסעקיוטער אויפן ווארט.
- דאנעלד טראמפ'ס קלאגעס אפגעזען צו עווענטועל בלייבט עס אין קראפט צו עס ווערט ארויסגעווארפן דורך דעם אפעלאט, זייער פארדינס האבן זיי שוין, ער קען ווערן באזינגען בשעת'ן קאמפיין אלס א 'קאנוויקטעד פעלאן', וואס געשעט נאכדעם מאכט עכט שוין נישט אויס.
- דאנעלד טראמפ'ס קלאגעס זענען געברענגט געווארן דורך א פראסעקיוטער וואס איז געלאפן מיטן צוזאג צו אנקלאגן דאנעלד טראמפ.
איך גלייב אז די דעמאקראטישע פארטיי פריידט זיך מיט דעם ווערדיקט, ווייל אזוי האפן זיי וועט עס אפשר געבן לעגיטימעט אויף זייער גארביטש מיט טראמפ.