לשון קדשו של הרה"ק מהר"י מפשעווארסק זצ"ל האט געשריבן:
כה תאמר וגו' (י"ט, ג'), פין סאקמער רב ז"ל האב איך אויך געהערט זייער א גיטן פשט דערויף, (סקומט איינער צי גיין צים ווייב און פארציילט אז ער איז געווארען ראש הקהל, ער איז געווארען גבאי אין בימ"ד, געווענלעך דאס בני בית איז געהויבען, זי פארשטייט הע, הע, ער איז געווארען ראש הקהל, ער איז געווארען גבאי, אך, אך, אך, אבער דער וואס ספארשטייט דאס, אוי וויי געוואלד, ווען מזאל וויסען וויפיל שונאים דער גבאי האט, און נאך זאכען, וואס טויג עם דאס, וואס טויג עם צי האבען אזוי פיל עגמ"נ, אזויפיל שונאים), [איך געדענק ר' לייביש טאמאשובער האט מיר אמאל געזאגט, צי זיין אין קהל פין די ראשי קהילה, דארף ער זיין א שוטה, ער האט שונאים בחנם, ווען ער זיצט אין מאגיסטראט אין שטאט פין די רעגירונג, טיט ער אמאל א טובה א יוד, דא ווייטער איז קרוב להפסד און רחוק משכר].
דאס פלעגט דער סאקמער רב אויסטייטשן, מהאט זיי דא געזאגט והייתם לי סגולה, איך האב ענק געברענגט, איז פאר די עמי הארצים, פאר די פשוטע, איז עס אמירה רכה, סאיז זייער גיט, אבער פאר די בני ישראל, מהייסט זיי זיין והייתם לי סגולה, אז זיי זאלען דארפן זיין דאס שפיגאלע פין אלע יודען, זיי ווייסן דאך זייערע חשבונות, איז די בני עלי' האבען דאס פארשטאנען, מיט וואס דאס שמעקט, געווענלעך, מנעמט איינעם ער זאל זיין צדיק הדור, ממאכט עם פאר א רעבין ממאכט עם פאר א רב, וואס ער איז משועבד פארשידענע זאכען, אז מאיז נישט באקאנט מיינט מען סאיז א שררה, אבער אין אמת'ן איז עס א עבדות, מדארף זיין א עבד, צי די זאך און צי די זאך, איז די זעלבע זאך, סגולה, ממלכת כהנים, וגוי קדוש, איז ביי די בני עלי' וואס פארשטייען דאס, ממאכט זיי געהאפטעט פאר אלעמען, איז עס פאר זיי געווען קשים כגדים.
- י -
רד העד בעם וגו', לא יוכל העם לעלת וגו', לך רד ועלית וגו', (י"ט, כ"א-כ"ג-כ"ד), סאיז דא פין ווילנער גאון און נאך מפרשים א דבר נפלא, דער אייבערשטער האט געזאגט צי משה ער זאל גיין זאגען וועגען הגבלה, פס' כ"א, רד העד בעם, נאכדעם שטייט פס' כ"ג, האט משה געטענה'ט לא יוכל העם לעלת אל הר סיני, האט דער אייבערשטער געהייסן אין פסוק כ"ד, לך רד ועלית אתה ואהרן, לערנט רש"י וואס איז געווען דא דער וויכוח, אז משה האט געטענה'ט איך האב שוין געזאגט זיי, איז וואס איז געווען די תשובה פין אייבערשטען ער זאל גיין נאכאמאל זאגען, זאגט רש"י מדארף זאגען פריער און בשעת מעשה דארף מען זאגען נאכאמאל, מצות הגבלה,
לערנט דער ווילנער גאון א פירוש נפלא, [דער פרדס יוסף ברענגט עס פין אנדערע ספרים,] משה האט געלערנט אז דאס וואס מהייסט מצות הגבלה, זאגט מען פאר משה אויכעט, אז ער איז אויך בתוכם, און אזוי ווי אז משה איז בתוכם, און משה וועט נישט גיין ווייטער, האט משה פארשטאנען אז ער דארף די יודען נישט זאגען, איך האב נאר מורא אז משה גייט ארויף, וועלען זיי וועלען מיט גיין, אבער אז משה שטייט לעבן שפת, לעבן בארג סיני, וועלען זיי דאך אויך נישט גיין, איז דאס געווען די טענה פין משה, שטייט אין פס' כ"א, וואס דער אייבערשטער האט געזאגט צי משה רד העד ער זאל זאגען די מצות הגבלה, און משה האט נישט געזאגט, האט משה געטענה'ט אין פס' כ"ג, אז מדארף זיי נישט זאגען הגבלה, ויאמר משה, לא יוכל העם לעלות, פארוואס, כי אתה העדות בנו, דו האסט דאך אונץ געווארענט, הגבל ההר וקדשתו, משה האט געמיינט אז ער איז אויך אין דעם כלל, אז אונץ זעמיר אויכעט וועלען זיי דאך נישט גיין, האט דער אייבערשטער געזאגט אין פס' כ"ד, ניין, לך רד ועלית אתה ואהרן, אתה ואהרן וועט עטס יא ארויף גיין, אויב אזוי דארף מען יא זאגען הגבלה.
- ט"ו -
ויאמר משה אל העם אל תיראו (כ', י"ז), דער פסוק איז זיך סותר מרישא לסיפא, וואס זאגט משה אל העם, אל תיראו, איר זאלט נישט מורא האבען, און נאכדעם זאגט ער ובעבור תהי' יראתו על פניכם, וואס איז דא געשען, נאר סאיז דאך באקאנט סאיז דא יראת העונש און יראת הרוממות, און געווענלעך א בעל תשובה האט מער יראת ד' ווייל ער האט געזינדיגט, איז ער מער ציבראכען ביי זיך, זאגט משה אל העם, אל תיראו, יראת העונש זאלט עטס נישט האבען, לבעבור נסות אתכם בא, נאר דער אייבערשטער האט ענק געוואלט אויף הייבן, ובעבור תהי' יראתו על פניכם, לבלתי תחטאו, אפילו מהאט נישט געזינדיגט, זאל אויך זיין אזא יראה, דאס איז יראת הרוממות.
[די תלמידי בעש"ט, דער מאור עינים און דער אור המאיר אוי זאגען זיי א זיסען פשט, ((אויפן ערשטען פסוק פין בראשית)) יראת שמים איז דאך דאס ערשטע, ראשית חכמה יראת ד', נאר סאיז דאך באקאנט אז סאיז דא צוויי ערליי יראה, יראת העונש און יראת הרוממות, לערנען זיי בראשית אפגעטיילט די בי"ת, ב' ראשית, ברא אלקים, דער אייבערשטער האט באשאפן צוויי ראשית, את השמים, איז יראת הרוממות וואס צדיקים האבען, און ואת הארץ, וואס די פראסטע מענטשן האבען, יראה תתאה, יראת העונש].
[איך האב געהערט פין א יוד אין דערהיים, סאיז געווען אין רימינוב דער רבי ר' הערש, און דער זין האט געהייסן ר' יאסאלע, [ער 0איז אוועק א יאר פאר די ערשטע קריג,] האט א יוד אפגעגעבען א קוויטל, און די רעבעצן איז אויך פינקט דארט געווען אין שטוב, האט ער געבעטן אין קוויטל אז ער וויל יראת הרוממות, אין יראה איז אויך דא פארשידענע מדריגות, יראת העונש און יראת הרוממות, האט דער רימאנובער רבי ר' יאסאלע ז"ל געגעבען א שמייכל, האט די רעבעצן געפרעגט פארוואס ער שמייכעלט, זאגט ער אז דער יוד וויל אזא זאך וואס אונץ האמיר אויך חשק צי דעם, דער פשט דערפין איז אזוי, דער וואס האט שוין יראת העונש, ער היט זיך פין א עבירה, ער האלט א תשובה מיראה, קען ער חשק האבען צי יראת הרוממות, אז יענער האלט ביי די אל"ף, ער האט נישט קיין יראת העונש אויך נישט, ער וויל יראת הרוממות, פליען איבערן הימל, קודם האלט אונטן, ביי די ערשטע זאך, דאס האט ער געמיינט ר' יאסעלע רימיניבער, ער פאר זיך האט זיך געהיטן נישט צי טין קיין עבירה, קיין גרויסע, קיין קליינע, האט ער געזיכט ער זאל האבן יראת הרוממות].
- י"ט -
אמרו מלאכי השרת לפני הקב"ה מה לילוד אשה בינינו, סאיז באקאנט פין די מקובלים פין די מדרשים אז די צדיקים זענען גרעסער פין די מלאכים, דער אבן עזרא מיטן רמב"ם זיי האלטן די מלאכים זייער גרויס, אבער ביי די מקובלים זענען די מלאכים גארנישט אזוי גרויס, [א חשובער יוד אין האלעשיץ האט מיר פארציילט אז ר' ישיע'לע דזיקובער איז געווען אין האלעשיץ שבת, פארשטייט זיך פאר יענע קריג, ער איז דאך אוועק תרע"ג, האט ער אויף די מלאכים שטארק גערעדט, וואס ער האט געהאט א ענין ווייס איך נישט,] אבער ר' חיים וויטאל זאגט מפורש ארויס פין אריה"ק, און דער אריה"ק האט מקבל געווען פין אלי' הנביא, אז דער אייבערשטער האט באשאפן צים ערשטען די עשר ספירות, כתר חכמה בינה, חסד גבורה, און דערנאך נשמת הצדיקים, און דערנאך די מלאכים, דאס זאגט דער פסוק הן אראלים צעקו חוצה, די מלאכים האבען געשריגען אינדרויסען,
און דאס וואס משה רבינו איז געקומען נעמען די תורה, האבען די מלאכים געשריגען מה לילוד אשה בינינו, [אוי זאגט דער חיד"א טייערע פשטים], זיי האבען געוויסט אז די נשמת צדיקים איז העכער ווי זיי, אז נשמת צדיקים איז בינינו צווישן אייבערשטען און צווישן די מלאכים דאס האבען זיי געוויסט, אבער אז מיטן גוף זאל זיין, דאס האבען זיי געזאגט מה לילוד אשה, משה'ס נשמה זאל זיין אינדערמיט דאס האט זיי נישט פארדראסען, אבער דער גוף זאל זיין בינינו, האט דער אייבערשטער געענטפערט, לקבל תורה בא, און דורך קבלת התורה מאכען די צדיקים דעם גוף אזוי ווי די נשמה, [דער אורח לצדיק דעם רבי ר' מיילך'ס זין ברענגט אז ער האט געהערט פין פאטער עטליכע מאל, אז רבי ר' מיילך האט געזאגט, אסאך מענטשן וואלטן זיך געווינטשען זיי זאלען האבען אזא נשמה ווי ער האט א גוף].
- כ"ד -
סאיז דא א באקאנט ווארט פין קדושת לוי און פין דעם קאזניצער מגיד, דער מדרש זאגט דאך אז דעמאלטס ווען מהאט באדארפן מקבל צי זיין די תורה זענען די יודען געשלאפען און משה רבינו האט זיי באדארפן אויף צי וועקען, זאגט דער בארדיטשובער דער קדושת לוי, ער פארענטפערט, וואס זענען זיי עפעס געשלאפן, זיי האבען דאך געוויסט אז מגרייט זיך צו, מקבל צי זיין די תורה, זאגט ער אז די אלע טעג פין מצרים, די ספירה וואס מציילט, האבען זיי זיך ציגעגרייט, תשובה געטין אויפן עבר, און געארבעט, און סאיז דאך געווען דריי טאג הכנות צי די תורה, זענען זיי געווען מיד, האבען זיי מורא געהאט אז זיי וועלען מקבל זיין די תורה שלאפערדיגערהייט, איבערדעם האבען זיי פארטאג ביום השלישי זיך אנגעלענט, אז זיי זאלען קענען מקבל זיין די תורה וואכעדיג, אויס געריט, דאס פארענטפערט דער בארדיטשובער, די יודען,
דער קאזניצער מגיד ברענגט עס צי און ער זאגט אז פינדעסטוועגען הייסט עס א שטיקל חטא, איז עס געווען א שטיקל פגם, ווייל זיי וואלטן זיך באדארפן צי פארלאזען, אז דער אייבערשטער וועט געבען די תורה, מסתם וועלען זיי שוין זיין וואכעדיג און קענען הערען.
סיפורים וענינים על החג השבועות
- כ"ו -
דער צאנזער רב האט געהאט א זין ר' דוד, און ער איז געווען רב אין קשאנוב, זענען דארט געווען ראדאמסקער חסידים וואס האבען נישט נוהג כבוד געווען קעגן קשאנובער רב, איז דער צאנזער רב געווען ברוגז, דער מאור ושמש האט געהאט א זין אין קראקא, ר' ארון, איז דער ר' ארון אריין געפארען צים ראדאמסקער צים תפארת שלמה, און עם געזאגט, אז סאיז נישט גיט אז דער צאנזער רב זאל קלאפן אויף עם, סאיז געווען דעמאלטס פאר שבועות, זאגט דער תפא"ש, סקומט דאך צינעם א עולם, ווי אזוי קען ער זיי איבערלאזען, זאגט ר' ארון, ער זאל פארען מיטן עולם, איז דער תפא"ש געקומען קיין צאנז און דער צאנזער רב האט עם מכבד געווען מיט שחרית, האט דער תפא"ש געזאגט אונץ זאג מיר דאך נישט קיין פייט, האט דער צאנזער רב מסכים געווען מזאל נישט זאגען קיין פייט, האט מען דעמאלטס דעם ערשטען טאג שבועות אין צאנז נישט געזאגט קיין פייט, דער שווער ז"ל האט פארציילט אז צאנזער רב האט געזאגט צים ראדאמסקער "זינגט אונץ אהבת עולם סזאל זיך דאס הארץ דערכאפן" צי "דערקוויקען", הפנים וועגען שבועות האט ער געהייסן זינגען אהבת עולם, מזינגט דאך אין סאקמער אויכעט אהבה רבה שבועות, [דער שווער האט עס געהערט פין פריסטיקער דיין ר' ישראל אהרן ענגלענדער, ער האט עס געהערט פין גבאי פין תפא"ש, ביי זיי זאגט מען מקורב,]
ווען דער תפא"ש איז אנגעקומען קיין צאנז האבען זיי עפעס געשמיעסט פין גילוי אלי', האט דער צאנזער רב געזאגט אז גילוי צדיקים איז גרעסער ווי גילוי אלי', האט דער תפא"ש געגעבען א ציטער, ארויגייענדיג האט דער תפא"ש געזאגט צי דעם גבאי צים מקורב, "זענט עטס א מבין אויף דעם אלטיטשקען", [אין גרויס פוילען פלעגט מען זאגען אויף א רבי א ראש ישיבה דער אלטיטשקער,] אויפן צאנזער רב, האט ער געזאגט, "איך האב שוין א לאנגע צייט משתוקק געווען איך זאל זען דעם רבי ר' מיילך, האט ער מיר איצט געוויזען", דער צאנזער רב, מיט דעם וואס ער האט געזאגט אז גילוי צדיקים איז גרעסער, האט דער תפא"ש געזען דעם רבי ר' מיילך. [דאס ערשטע מאל איז דער תפא"ש געווען אין צאנז שבועות, און דאס אנדערע מאל איז ער געווען א שבת, ווען ער איז געווען אויף שבת, איז מיין זיידע, דעם טאטען'ס טאטע ר' לייביש, געווען דעמאלטס אין צאנז, דער זיידע האט פארציילט אז דער ראדאמסקער האט געזינגען א ניגון ביי שחרית, אויף הקל הפותח צי קל אדון, און דער צאנזער רב האט ביי מוסף געזינגען דעם ניגון, האט מען געזאגט אז פין איין מאל האט זיך דער צאנזער רב אויס געלערנט, (סאיז נישט קיין ראי', דער צאנזער רב האט אפשר געקענט דעם ניגון פין פריער), וואס האט ער געהאט מוסף צי זינגען, ווייס איך נישט, צי ישמחו, צי סאיז געווען פין די שבתים שקלים צי חודש, וואס סאיז דא צי זינגען ביי מוסף,]
- כ"ט -
דער שווער האט נאך געזאגט פין ציעשינובער רב, ער האט הנאה געהאט, ער איז דאס געוואויער געווארען, סשטייט דאך אז דער רבי ר' מיילך זאגט, אז שבועות איז מען מער מיקל קעגן ווארטן צווישען מילכיגס און פליישיגס, די אחרונים זאגען אז מדארף שבועות אויך ווארטן זעקס שעה, נאר דער שווער האט געהערט פין ציעשינובער רב קייגן, נאך קרעפלעך מיט קעז, [סמיינט נישט הארטען קעז, הארטען קעז דארף מען ווארטן זעקס שעה,] אז א גאנץ יאר נאך מילכיגס (נאך ווייכע קעז, נישט נאך קאווע און מילך), אז מגייט עסען פליישיגס דארף מען ווארטן א שעה, און שבועות א האלבע שעה, קען זיין דאס מיינט דער רבי ר' מיילך אז שבועות איז מען מיקל.