אין די מיינונג פון אדמו"ר מתו"א זצוק"ל קען איך נישט אריינגיין ווייל איך ווייס נישט און איך בין נישט דארט געווען, און ווי איר זעט דא ווייטער איז געווען זייטיגע סיבות פארוואס מען האט געדריקט מרובעות.
יהיה כן האט געשריבן:הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן: זעהט אויס נישט פאר אלע יודעים, אבי געהאקט
נישט אלא יודעים, נאר כידוע ליודעים זיי מדייק בלישנא,
געהערט פון הרה"ח ר' יוסף בעריש פארטיגאל'ס א אייניקל, וואס דער שומרי אומנים רבי זצ"ל האט ביי איהם אין שטוב (אין סנהדריה) געשריבן זיין ספר, און אויסגעשטעלט צום דריק
אז דעמאלט'ס איז נישט געווען צו טרעפן קיין אותיות רש"י כמעט נאר פאר זייער טייער, און אותיות מרובעות איז געווען אסאך ביליגער (מ'האט נאך געמאכט יעדע אות א סטענצל פון בליי און נישט כהיום מיט א פילעם),
און אפי' שפעטער ווען דער תו"א רבי זצ"ל האט אנגעהויבן דריקן איז נאך געווען רש"י אותיות א יקר המציאות
און יאך טראכט א סברא, דער שומר אמונים רבי ר' אהרלע זצ"ל האט כידוע געדרוקט זיין ספר בלעטל נאך בלעטל, ער האט געשריבן א בלעטל, געשיקט צום דרוקער, און נאך א בלעטל געשיקט צום דרוקער, און אזוי ווייטער, (דהיינו נישט געשריבן א גאנצער ספר אויפאמאל און געשיקט דרוקן), נו, אויף אזא אופן אולי איז טאקע שווער געווען מיט רש"י, ווייל אותיות מרובעות, איז מער געווען צי די האנט, כנלע"ד בדרך אפשר