די הערות אויפען קצות האבען עטליכע יודען געזעהן (נישט יעדער האט געקענט אריינגיין אינעם אייזערנעם שטיב אבער פראטעקציע האט געהאלפען אזוי ווי איבעראל) און א חלק פון זיי נדפסו, וואס איז אזוי שווער צו גלייבען אז מרן מהר"א כתב ההגהות בפקודת זקנו מרן מהר"י? אחיו הרב מבילגאריי העיד אז דער ברודער איז אזוי שוואך ווייל ער איז יוצא אלע שיטות כ"כ אמר דער ברידער גייט דארעך אלע שיטות אין קאפ פאר איעדע מצוה.
ישלהוסיף האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן: מען זאגט אז דער שב שמעתתא האט דער קצות געשריבען אלץ אינגעל
כ'האב לעצטנס געליינט אז רבי לייזער וואלף מקרעטשניף האט אלס יונגעל פון אכט יאר געמאכט א דיקען חיבור אויף מסכת זבחים און תמיד. רבי הירשעלע קרעטשניף האט געזאגט "וואס הייסט ביי די אכט יאר, נאר דעם גאנצע חיבור האט ער פארפאסט אין איין יאר".
ס'דערמאנט מיר פון דער בעלזא רב' חיבור השגות אויפן קצות, אויך פון אלס יונגע יונגעל/בחור.
כ'וויל פשוט פארשטיין אז די מעשיות וועלען גיין אז מ'האט געשריבען אויף מסכת ברכות אדער פסחים איז אזוי שלעכט? ס'ליגט גענונג לומדישע סוגיות אין די מסכתות.
דאס גייט פשוט מיט מיטן איינקלאנג אז די שווערסע רמב"ם'ס האט מען פארענטפערט און אוישוויץ
און לויט ווי די זקנים זאגן איז אז מ'האט פארענטפערט א פסוק חומש איז אויך געוועהן א מעלה ומדריגה עליונה, וואס דאס האט מען אויך נישט געקענט
גראדע און ביגלאייזען געשעפט האב איך אמאל געזעהן צוויי הגהות אויפן קצות פון הרה"ק מהר"א מבעלזא זצ"ל, אבער ווען זאגט ס'פון די אלס יונגעל