מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

מיט די פאולס צייגן כסדר אז טראמפ האט א ערנסטער שאנס צו געווינען דעם פארמעסט, שטייגט דער זארג איבער א מעגליכער גזירת הגיוס אויף גאנץ אמעריקע, נאכדעם וואס א צאל גאר נאנטע איינפלוסרייכע מענטשן אין טראמפ'ס אינערליכער צירקל זענען אין שטיצע פון אזא פלאן.

א באריכט היינט אין וואשינגטאן פאוסט דעקט אויף אז טראמפ'ס געוועזענער סעקרעטערי אוו דעפענס קריסטאפער מילער, ווי אויך טראמפ'ס מעגליכער מיטלויפער זשעי די ווענס פון אהייא, האבן אויסגעדרוקט זייער שטיצע פאר איינפירן א נאציאנאלער מיליטער דינסט מאנדאט.

דער שריט קומט אין ראמען פון די ברייטערע 'פראזשעקט 25' וואס נאנטע צו טראמפ פלאנען, מיטן ציל גענצליך איבערצומאכן די וועג וויאזוי די רעגירונג און דאס לאנד ארבעט, צו א מער קאנסערוואטיווע וועלט אויסקוק. מיליטער דינסט איז געווען א פליכט אין אמעריקע ביז אין די זיבעציגער יארן.

בשעתו איז געלונגען פאר היימישע אידן זיך ארויס צו דרייען פונעם דרעפט, און עס איז צום האפן אז אויב אזוינס זאל ח"ו פאסירן וועט מען קענען טרעפן א וועג ארויס (די רעגירונג שאצט אז ארום 70 פראצענט יוגנטליכע זענען נישט געאייגענט פאר מיליטער דינסט צוליב איבערוואג צווישן אנדערע סיבות, עפעס וואס איז נישט אזוי שווער צו דערגרייכן...).

דער טראמפ קאמפיין האט זיך אנטזאגט פון קאמענטירן אויף דעם באריכט ווי לאנג עס ווערט נישט באשטעטיגט דורך די אפיציעלע קאמיטע, אבער טראמפ זעלבסט - דערשפירנדיג א געפאר צו זיינע שאנסן צו געווינען - האט זיך געאיילט ארויס צו געבן א סטעיטמענט אפצולייקענען אז ער האט בכלל אמאל געפלאנט דאס צו טאן. פארט איז דער זארג גרויס צוליב די דיעפ-סטעיט מענטשן ארום טראמפ וועלכע זענען אין שטיצע און קענען ווארשיינליך דאס צושטאנד ברענגען אונטער די פאסיגע אומשטענדן.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3015
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

אותות ומופתים האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 5:07 pm


טראמפ'ס געוועזענער סעקרעטערי אוו דעפענס קריסטאפער מילער,


מיין קאפ ארבעט נישט?
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

אין די לעצטע פאר וואכן פון די אדמיניסטראציע

די גרעסערע פראבלעם איז אז ער וועט מעגליך זיין דער צוקונפטיגער אויך
נודניק
שר האלף
תגובות: 1467
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

וואס מען האט שוין אלס פראובירט

טראמפ א ראסיסט - נאפס ארבעט נישט❌
טראמפ שלעכט פאר אידן -❌
שלעכט פאר פרויען -❌
צי ליבעראל -❌
צי קאנסערווטיוו -❌
צי אסאך עסן פאר פישלעך אין יאפאן -❌
קאלעכט אוועק -❌
פארדאמט נישט גענוג -❌
פארדאמט צו שארף -❌
איזריעל זאל ארויס פין מלחמה -❌
איזריעל זאל ציטרעטן חאמאס צי שארף -❌

אפשר פיינעלי
מיליטער דרעפט -??✅??❌
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

לייגט זיך שווער אויפן שכל אז מ'וועט אריינריקן אומוואקסענירטע...




די אשכול פארט גיט?
טייערע אידן אין אמעריקע:(ווי אויך אידן אין מאנסי...) דרייווט מיט א רוהיגקייט וועט אייך גיט זיין!
בן זכריה
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 11:33 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן זכריה »



אריין אין פארברענגען
אויב איז טראמפ א סכנה פאר דעמאקראטיע פארוואס איז ראנג אז איינער האט אים פרובירט צו הרג'נען?
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4843
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

נודניק האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 5:23 pm
וואס מען האט שוין אלס פראובירט

טראמפ א ראסיסט - נאפס ארבעט נישט❌
טראמפ שלעכט פאר אידן -❌
שלעכט פאר פרויען -❌
צי ליבעראל -❌
צי קאנסערווטיוו -❌
צי אסאך עסן פאר פישלעך אין יאפאן -❌
קאלעכט אוועק -❌
פארדאמט נישט גענוג -❌
פארדאמט צו שארף -❌
איזריעל זאל ארויס פין מלחמה -❌
איזריעל זאל ציטרעטן חאמאס צי שארף -❌

אפשר פיינעלי
מיליטער דרעפט -??✅??❌
גוט געזאגט!
דער עולם ווערט נישט מיעד פון חלומען...
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4961
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

אפילו עס איז דא א דרעפט איז עס נישט פאר קאלעדזש סטודענטן.. נערץ אויף חלומען.
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

איבערוואג, איז אן עצה?

זאלן די ישיבות טיילן גרעסע שטיקלך חלה, מער לעקאך מיט מאראנצען זאפט, והכל על מקומו יבוא בשלום.


אבער פאר מיר שליסן, וועט עס זיין א סיבה אפצושפארן מיט הפגנות, דער צובראכענע בי קיו אי? אפשר לוינט עס.

הפגנות יעצט.
געגאנגען.

קדושת ארץ ישראל שלא במקומו
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4363
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

פארוואס איז עס א גזירה היל"ת (וואס טאקע שטייט דע ראשי־תיבות פאר?)?

אין מדינת ישראל איז עס א גזירה ווייל די גאנצע עקזיסטענץ פון די מדינה איז קעגן דעם אויבערשטן איז זיין א חלק אין זייער מיליטער איז א שרעקליכע זאך אבער דא אין אמעריקע, וואס איז די געשריי?
אוועטאר
פעי-פעל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 2:19 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעי-פעל »

לאנטש טיים האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 5:40 pm
אפילו עס איז דא א דרעפט איז עס נישט פאר קאלעדזש סטודענטן.. נערץ אויף חלומען.
דעמאלסט גייט מען שטרענג אינפארסירן די קאלעדזש רעגולאציעס... נו, איז דאך עס א חינוך גזירה... היל"ת
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

נישטאמת האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 6:08 pm
פארוואס איז עס א גזירה היל"ת (וואס טאקע שטייט דע ראשי־תיבות פאר?)?

אין מדינת ישראל איז עס א גזירה ווייל די גאנצע עקזיסטענץ פון די מדינה איז קעגן דעם אויבערשטן איז זיין א חלק אין זייער מיליטער איז א שרעקליכע זאך אבער דא אין אמעריקע, וואס איז די געשריי?
אויב זאל זיין אזא געפאר איז עס א גזירה ארויסצושלעפן טויזענטער בחורים פון די ישיבות.

נ.ב. די ראשי תיבות איז היה לא תהיה.
לעצט פארראכטן דורך פישל גרין אום דינסטאג יוני 11, 2024 6:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לכשיפוצו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:53 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכשיפוצו »

יעדן מיט וועם טראמפ איז יעצט ארומגענומען איז ער שוין געווען ארומגענומען דורך אויס זיין פרעזידענטשאפט חוץ אפשר ווענס נישט, איך וואלט ענדערש געקוקט זיין רעקארד ווען ער איז געווען אין אפיס ווי ליינען וואס אפאר אנגעבלאזענע מענטשן אינעם פאוסט שרייבן אז זיי ווילן טראמפ זאל ווילן טראכטן צו טון אז זיי זאלן האבן אויף וואס צו שימפן אויף אים.
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

וועלכע קהילת גיין זיך צושטעלן צום מאסן דעמיסטראציע און וואשיגטאן אקעגן גזירת גיוס אין אמעריקע...??
אוועטאר
Hershy21
שר חמשת אלפים
תגובות: 5338
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

קודם זאל ער נאכאמאל ווערן פרעזידענט
גאר קאנסערוואטיוו
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

צ\ק
ביטע נישט נעמען ערענסט אלעס וואס די וואשינגטאן פאוסט זאגט...
אוועטאר
מאטי׳ס חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:32 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטי׳ס חבר »

כ׳הער מ׳האט שוין אנגעהויבן כאפן בחורים. היל״ת הי״ש.
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

איך פראביר זיך פארצושטעלן וויזוי ס'גייט אויסקוקן די ''אמעריקאנע מילעטער'' מיט בחורים אין יונגעלייט...
מ'קען מאכן דערפון א גאנצע פארברענגען ביישרייבונג...
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


שמאי והלל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2023 11:05 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאי והלל »

אריין און פארברענגען
שמאי והלל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2023 11:05 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאי והלל »

אותות ומופתים האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 5:07 pm
מיט די פאולס צייגן כסדר אז טראמפ האט א ערנסטער שאנס צו געווינען דעם פארמעסט, שטייגט דער זארג איבער א מעגליכער גזירת הגיוס אויף גאנץ אמעריקע, נאכדעם וואס א צאל גאר נאנטע איינפלוסרייכע מענטשן אין טראמפ'ס אינערליכער צירקל זענען אין שטיצע פון אזא פלאן.

א באריכט היינט אין וואשינגטאן פאוסט דעקט אויף אז טראמפ'ס געוועזענער סעקרעטערי אוו דעפענס קריסטאפער מילער, ווי אויך טראמפ'ס מעגליכער מיטלויפער זשעי די ווענס פון אהייא, האבן אויסגעדרוקט זייער שטיצע פאר איינפירן א נאציאנאלער מיליטער דינסט מאנדאט.

דער שריט קומט אין ראמען פון די ברייטערע 'פראזשעקט 25' וואס נאנטע צו טראמפ פלאנען, מיטן ציל גענצליך איבערצומאכן די וועג וויאזוי די רעגירונג און דאס לאנד ארבעט, צו א מער קאנסערוואטיווע וועלט אויסקוק. מיליטער דינסט איז געווען א פליכט אין אמעריקע ביז אין די זיבעציגער יארן.

בשעתו איז געלונגען פאר היימישע אידן זיך ארויס צו דרייען פונעם דרעפט, און עס איז צום האפן אז אויב אזוינס זאל ח"ו פאסירן וועט מען קענען טרעפן א וועג ארויס (די רעגירונג שאצט אז ארום 70 פראצענט יוגנטליכע זענען נישט געאייגענט פאר מיליטער דינסט צוליב איבערוואג צווישן אנדערע סיבות, עפעס וואס איז נישט אזוי שווער צו דערגרייכן...).

דער טראמפ קאמפיין האט זיך אנטזאגט פון קאמענטירן אויף דעם באריכט ווי לאנג עס ווערט נישט באשטעטיגט דורך די אפיציעלע קאמיטע, אבער טראמפ זעלבסט - דערשפירנדיג א געפאר צו זיינע שאנסן צו געווינען - האט זיך געאיילט ארויס צו געבן א סטעיטמענט אפצולייקענען אז ער האט בכלל אמאל געפלאנט דאס צו טאן. פארט איז דער זארג גרויס צוליב די דיעפ-סטעיט מענטשן ארום טראמפ וועלכע זענען אין שטיצע און קענען ווארשיינליך דאס צושטאנד ברענגען אונטער די פאסיגע אומשטענדן.
א פיינע קרעפל פשעטל לכבוד שבועות. יישר כח
אוועטאר
אינגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

די נייעס קומט נאכדעם וואס איז אנטשטאנען א ערנסטע זארג אז די חרד'ישע אידן קענען איבערדרייען די וואלן צו טראמפ היל''ת (וואס מיינט נאר די שרעקעדיגע ווארט?) האט מען געטראפן א לעזונג צום פראבלעם.....
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלפיים
תגובות: 2146
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

באריכטן איבער א גרויסע עצרת מחאה געפלאנט אין בני ברק קעגן די גזירת הגיוס אין אמעריקע...
גאר קאנסערוואטיוו
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

שכולו טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2024 11:43 pm
באריכטן איבער א גרויסע עצרת מחאה געפלאנט אין בני ברק קעגן די גזירת הגיוס אין אמעריקע...
אלס הכרות הטוב וואס אין אמעריקע איז כסדר דא מחאות קעגן די גזירות גויס דארט...
אוועטאר
דזשי רי בי
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

א באנדע בחורים פון אויבערראש זענען געווארן נארוואס אריינגערוקט אין מונקא טאבער.
4 בחורים פון מינקאטש זענען געווארן באפרייט.
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
אוועטאר
פונקט פארקערט
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 5:41 pm

Re: מעגליכער גזירת גיוס אין אמעריקע? היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקט פארקערט »

אותות ומופתים האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 5:07 pm
פארט איז דער זארג גרויס צוליב די דיעפ-סטעיט מענטשן ארום טראמפ וועלכע זענען אין שטיצע און קענען ווארשיינליך דאס צושטאנד ברענגען אונטער די פאסיגע אומשטענדן.
טראמפ דיעפ סטעיט?🥸
פונקט פארקערט האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:16 pm
Flexcar.com מהו?

אויב נעמט איר א פלעקס קאר לייגט אריין די קאוד MJMPTG ביי טשעקאויט אין איר וועט באקומען 100 מייל בחינם
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”