"מזומנים" א דרך הלימוד מהפיכה אין גור און אין די וועלט

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בארא פארקער
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 12:40 pm

Re: "מזומנים" א דרך הלימוד מהפיכה אין גור און אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארא פארקער »

חיים יצחק האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:23 pm
ערענסט גערעדט, עס קומט ארויס פשטות סך א גרעסערע חורבן פון די דרך הלימוד וואס מען לערנט היינט צוטאגס און ישיבה .. רוב בחורים קענען ניטאמאל א פערטל וואס זיי האבן געלערנט א גאנצע זמן ווען עס קומט סוף זמן!

די איינציגסטע זאך וואס מען געדענקט אפשר איז די שיעור פשוט…

דרך הלימוד לערנעט מען זיך נישט אונז ווען מען לערנט יעדע יאר וויאזוי דער מגיד שיעור וויל קוועטשן … איינער האט ליב דבר יעקב מהלך.. איינער אוהל תורה.. זערא מיט א סטרעיט פארווערד דרך הלימוד..

והיינו טעמא אז עס איז נישטא כמעט קיין אינגעלייט פון 35 וואס לערנען פלעין גמרא תוספות…


זכרו , תורתך, יסודי וכו.. זענען מזומנים פאר פוילע אידן… כזעה נישט וואס מען לערנט טיפער ביי די חבורות…
ביי מזומנים קומען אויך ארויס די לומדים מיט היפש ווייניג, אחוץ די גאר געלונגענע וועלעכע זיי טאקע שטעלט מען אויפן פארהער ברבים, אלע אנדערע קענען נאך אזוי ווייניג ווי אונז אלע...
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: "מזומנים" א דרך הלימוד מהפיכה אין גור און אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

איבער די דאזיגע מהלך פון לערנען און חזר'ן
https://tora-forum.co.il/threads/%D7%A9 ... %94.56504/
מ'דארף דארט אריינלאגגען, זייער גרינג צו מאכן איינס

נאך אביסל https://tora-forum.co.il/threads/%D7%A9 ... ost-546311
nobody
שר האלף
תגובות: 1248
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: "מזומנים" א דרך הלימוד מהפיכה אין גור און אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

אויסגעהיילט האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:08 pm
ליטווישער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 12:33 pm
האט מיר א קלויזנבורגער בחור אמאל געזאגט בהאי לישנא: ''די דרך הלימוד פון זיך פארהערן טויזנט בלאט וכו' האט מיר אוועקגענומען די חשקת התורה'', וכ''ש הכא.

אויב טאר די תגובה נישט געשריבן ווערן קען מען מעקן
און דער קלויזענבורגער מהלך, איז געווען אסאך אסאך אנדערש פון די יעצטיגע מזומנים.

למשל, תוספות איז קיין איסור נישט געווען.
מ'האט נישט אויסגעלאזט שווערע שטיקלעך.
מ'האט אויך, אדער אפילו מער געלערנט שווערערע מסכתות.
ועוד, ועוד, ועוד.

אבער איין זאך איז קלאהר, וויפיל איך בין זיך מתנגד צו דער מהלך (כ'מיין, ווער בין איך, און וועלכע נער האט געפרעגט מיין מיינונג....), אבער הדבר ברור, ווען וואלט איך יענץ געטוהן אנשטאטס זיצען סתם און בטל'ן די צייט, וואלט איך נישט נאר הונדערט מאל בעסער געווען ווי וואס איך בין.
נאר הונדערטע מאל מיליאן מאל בעסער ווי מיין יעצטיגע עם הארצות'דיגע מהלך אין יידישקייט.

וואלט ווען יעדער מאל גע'חזר'ט א בלאט, אנשטאטס ליינען אדער שרייבן אויף אייוועלט, וואלט מיין גוף געווען ווייניגער פארגרעבט, און מיין נשמה מער אידישליך.
(יא, אייוועלט איז הייליג, אבער כ'מיין אז דער גמרא איז נאך הייליגער....)

הלוואי וואלט איך געטוהן חאטש האלב דערפון.
אגב אין ישיבת סאטמאר אין ק"י פארהערט מען זיך אויכעט בלעטער (גראדע גמרא רש"י) און מען געט טיטלען "כתר תורה" א.א.וו.

אבער די עיקר חילוק האסטו פארגעסן, סיי אין קלויזנבורג אין סיי אין סאטמאר איז עס א "בין הסדרים באנוס"

פארמיטאג לערנט מען עיון און נאכמיטאג בקיאות און ביינאכט הלכה וכדו.


משא"כ און גור איז פון כתה ד' ביז מען גייט ארבעטן לערנט מען בלויז דאס און גארנישט אנדערש,
nobody האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:54 am
ברעיקינג!
איינער אויף די אייראפעישע קאנטינענט רעדט צו די זאך.
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: "מזומנים" א דרך הלימוד מהפיכה אין גור און אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

בארא פארקער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:29 pm
חיים יצחק האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:23 pm
ערענסט גערעדט, עס קומט ארויס פשטות סך א גרעסערע חורבן פון די דרך הלימוד וואס מען לערנט היינט צוטאגס און ישיבה .. רוב בחורים קענען ניטאמאל א פערטל וואס זיי האבן געלערנט א גאנצע זמן ווען עס קומט סוף זמן!

די איינציגסטע זאך וואס מען געדענקט אפשר איז די שיעור פשוט…

דרך הלימוד לערנעט מען זיך נישט אונז ווען מען לערנט יעדע יאר וויאזוי דער מגיד שיעור וויל קוועטשן … איינער האט ליב דבר יעקב מהלך.. איינער אוהל תורה.. זערא מיט א סטרעיט פארווערד דרך הלימוד..

והיינו טעמא אז עס איז נישטא כמעט קיין אינגעלייט פון 35 וואס לערנען פלעין גמרא תוספות…


זכרו , תורתך, יסודי וכו.. זענען מזומנים פאר פוילע אידן… כזעה נישט וואס מען לערנט טיפער ביי די חבורות…
ביי מזומנים קומען אויך ארויס די לומדים מיט היפש ווייניג, אחוץ די גאר געלונגענע וועלעכע זיי טאקע שטעלט מען אויפן פארהער ברבים, אלע אנדערע קענען נאך אזוי ווייניג ווי אונז אלע...
דא אמאל געווען א אשכול פון הרב ישראל שניאור עפעס א מין עילו .. וואס קען כל התורה כולה גייט דורך מסכת מיט א פאר ישיבות… די ליטווישע האבן נישט געדענקט קיים בעסיקס.. די איינציגסטע וואס האבן געקענט איז א כיתה פון גור גאנץ מועד…

עניוועיס אונז גייען נישט אריין גיין אין זיך טענה׳ן צו רוב יא צו רוב נישט ..

די מציאות איז אז דארט איז דא פילע בחורים וואס קענען על כל פנים מועד מסכת (זאל זיין אזוי) אויס ווייניג בו בזמן וואס ביי אונז קענען די בחורים ניטאמאל ווטס זיי האבן געלערנט די זמן.. כמעט נישט דא קיין בחור וואס זאל זיך פאר הערן וואס ער האט געלערנט די זמן..

אחוץ אפאר בחורים .. און וואס?? די שיעור פשוט….!
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: "מזומנים" א דרך הלימוד מהפיכה אין גור און אין די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

Ozd האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:16 pm
היינו טעמא פאר דרשו אידן דארפן אזויפיל חיזוק/עיווענטס. ווייל ווען די גאנצע תכלית איז צו געדענקן וויפיל תירוצים איז דא אויף די בלאט, און די צוויי אופנים פון מחלוקת ר' יוחנן מיט ריש לקיש, פארפאסט מען די juice פון א סוגיא. און גאנץ תלמוד בבלי ווערט א ליסט פון מימרות.

הלכות דארף מען געדענקן. גמרא דארף מען לערנען.
צו מזומנים איז בלויז זכרון אהן הבנה קען איך נישט אריין רעדן, ווייל טאקע דאס וויל איך מער הערן דערוועגן... די סברה זאגט אז צו עכט קענען די לימודים מוז מען עס האבן איין מאל געקענט גוט, נאכדעם צו געדענקען ברויך מען חזרן

אבער אז גמרא איז געמאכט צו לערנען אויף א אופן מ'זאל הנאה האבן ווי juice און דאס איז די וועג וויאזוי מ'דארף לערנען איז לענ"ד נישט ריכטיג, די אגלי טל ברענגט ארויס אז "מ'מעג" הנאה האבן פון תורה ומצוות אבער ס'מוז נישט

די שו"ע הרב פסקנט זייער שארף אויף השוכח לימודו, אלזא פון וואנעט נעמט מען אז גמרא דארף מען לערנען, וואס ווערט געדרינגען אז נישט געדענקען?!

והעיקר, ווען מ'פרעגט זיך נאך ביי אלע אונזערע זיידעס די דרך הלימוד אינדערהיים איז נישט געווען אויף די דרך העיון פון היינט, מ'האט געלערנט בלעטער אויף בלעטער, ביי די 20 האט מען שוין געקענט אפאר הונדערט בלאט וכו' (ס'געווען וואס האבן אויך געלערנט סוגיא)
וויפיל האט מען געדארפט קענען כדי זיך איינצושרייבען אין יח"ל? די בקיאות התורה פון אסאך גדולים האט זיי געמאכט דאס וואס זיי געדענקען
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”