Re: משפחת הרבנים "ארזי הלבנון" טענענבוים
לדעתי איז די זיגל "נישט" פון רבי מנחם מענדל טעננענבוים מטארנא השארית מנחם.
ערשטענס איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן די זיגל אויף א ספר וואס האט אויך זיין חתימה.
צווייטענס פלעגט ער נישט אויסלייגן אזוי די נאמען [טענין בוים], דער רחובות הנהר יא, שפעטער שוין נישט.
מענד "י"ל שרייבט ער אויך נישט אין ערגעץ.
אז איינער קען מיר צייגן א ספר מיט די זיגל און זיין חתימה דערויף וועל איך עס אנעמען, דערווייל גלייב איך נישט דאס איז זיין זיגל.
עס איז געווען עטליכע מנחם מענדל טעננענבוים'ס.
גאנץ מעגליך דאס איז די זיגל פון רבי מנחם מענדל בן רבי אברהם אביש טענענבוים מסיקסא ער האט וויאזוי עס שיינט געהאט א שטיקל קאלעקציע פון איר אלטע ספרים, אדער גאר פון א צווייטער.