א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יעצט פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו זאגסט, איז נישט דער ספרים שאנק פול מיט ספרי הפוסקים פון היינט אדער אמאל?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

און פונדעסטוועגן איז אייביג דא נקודות וואס ווערן נישט אזוי גוט פארשטאנען לפי שורש נשמתם, ביז ס'קומט עפעס א מגיד שיעור וואס האט יא דעם שפראך צו יענעם בחור, און ער פארשטייט בעז"ה.

עס איז דא ארבעט פאר אלע פון אונז, מיר דארפן עס אבער טון (נישט שאפן).
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7143
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וויל רעדן א שמועס וועגן OCD, וואס איז געבויט אויף א שיעור פון סיקסא רב וועגן דעם ענין. יעצט, דאס איז מיין אייגענע דיעה! נישט סיקסאר רב'ס. אויף אזא אופן אז מ'קען נישט קומען זאגן אז איך פארדריי וואס ער זאגט. סאו, דאס איז מיין דיעה. איך בוי עס נאר אויף זיין שיעור.

די טיפקייט פון זיין צוגאנג צו OCD (לויט וויאזוי איך פארדריי עס, אז ס'זאל שטומען לויט מיין דיעה) איז, אז די זיכערקייט פון א מענטש קומט נישט פון טראכטן צו מאכן זיכער. די זיכערקייט וואס א מענטש פילט לגבי א ענין, קומט נישט פון טון פעולות צו מאכן זיכער. די געפיל פון א מענטש אז ער איז 'ריין' און ער שטינקט נישט, קומט נישט פון 'טראכטן' און פון מאכן זיכער אז ער שאוערט זיך טאקע גוט.

זייער א אינטערעסאנטע זאך וואס ער שטעלט אוועק דער סיקסא רב שליט"א. אז די שורש פון OCD קומט פון ערגעץ ווען אין לעבן וואס מ'איז געווען געצווינגען צו טוישן די וועג וויאזוי מ'פילט זיכער.

ער טענה'ט אז די בעסטע וועג וויאזוי מ'קען פארווייניגערן OCD, וואס ער רופט כ.ו.י. (א גשמיות'דיגע סארט כוחי ועוצם ידי), איז נישט דורך זאגן צו זיך אליין "איך בין צופרידן מיט ניינציג פראצענט אויך", נאר מ'דארף וויסן ביי זיך אליין אז מ'וויל פילן זיכער, און אז מ'האט רעכט צו פילן אינגאנצן זיכער, מ'האט רעכט צו פילן אינגאנצן ריין, מ'האט רעכט צו פילן ביי זיך אז מ'גייט אויף די ריכטיגסטע וועג. ווייל יעדער מענטש פילט גוט. דו האסט אויך רעכט צו פילן גוט. די איינציגסטע זאך איז אז די וועג וואס מ'טוטצו פילן גוט מאכט ערגער.

דאס הייסט אז מ'דארף אפטיילן צווישן די זיכערקייט און צווישן די וועג וויאזוי מ'וויל עס דערגרייכן. מ'דארף וויסן אז די געפיל פון זיכערקייט קומט נישט פון די וועג וויאזוי מ'וויל עס דערגרייכן. ס'קומט נישט דורכ'ן מאכן זיכער.

אפילו אויב א מענטש קוקט גוט צי די טיר איז טאקע פארשלאסן, און ער קוקט גוט אז ער האט יא גערייניגט א זאך פון חמץ, קען ער נישט פון דעם נעמען זיין זיכערקייט. עס קומט נישט פון דעם. ווייל דאס איז נישט די געזונטע וועג וויאזוי א מענטש פילט זיכער.

די שאלה וואס פרעגט זיך איז: וויאזוי יא? וויאזוי פילט א מענטש זיכער? און דאס האט נישט קיין תירוץ. פונקט אזוי ווי א מענטש וואס פילט יא זיכער, פרעגט זיך נישט די קשיא "וויאזוי זאל איך פילן אומזיכער?" ער ווייסט נישט. ער ווייסט נישט וואס פונקטליך ס'מאכט אים פילן זיכער. אויב וואלט א מענטש געקענט אנצייגן וואס עס מאכט פילן א מענטש זיכער, וואלט א OCD געקענט טון יענע זאך, און ער וואלט געפילט זיכער.

קומט אויס פון דעם אז עס איז נישטא קיין ענטפער אויף די פראגע: וויאזוי פילט א מענטש זיכער. וויאזוי זאל איך יא פילן זיכער. ס'האט נישט קיין ענטפער. אבער דאס יא: א מענטש האט רעכט צו פילן זיכער. וויאזוי? איך ווייס נישט. ס'געשעט. השי"ת האט אזוי באשאפן. ער געט מיך זיכערקייט. און נישט ווייל איך מאך זיכער, נישט ווייל איך טשעק. אויסדרוקליך נישט

אנשטאטס צו קוקן אויף "וויאזוי זאל איך טון, צו פילן זיכער" קוק אויף "איך האב רעכט צו פילן זיכער" וויאזוי? איך ווייס נישט. ס'געשעט. די וועג צו פילן זיכער איז נישט דורכ'ן מאכן זיכער, נאר דורכ'ן אויסהיילן די שורש וואס האט איינגערעדט אז כדי צו פילן זיכער, דארף מען טון פעולות צו מאכן זיכער. דאס איז נישט אמת. זיכערקייט האט נישט מיט מאכן זיכער, עס קומט אלץ א מתנה פון אייבערשטן מאוצר מתנת חינם.

אויב עפעס, איז עס נאר די גורם וואס האט גורם געווען דעם מענטש אז ער האט זיך איינגערעדט אז ער מוז מאכן זיכער כדי צו פילן זיכער.

אפילו אויב א מענטש וואס ליידט אויף OCD אדער וויאזוי ער רופט עס: כו"י, און ער טוט א פעולה וואס געט אים די געפיל אז "אה, יעצט בין איך זיכער, יעצט פיל איך גוט", דארף מען אבער זאגן צו זיך אליין "ס'קען זיין אז יעצט פיל איך גוט, ווייל איך האב געטון געוויסע פעולות, אבער דאס איז נישט די וועג וויאזוי אנצוקומען צו פילן גוט".

פילן גוט, פילן אז מ'טוט גוט, אדער אז מ'איז ריין, אדער אז מ'האט געטון וואס מ'דארף, קומט נישט פון "טון א פעולה", פון וואו קומט עס יא? אזא שאלה, האט נישט קיין תירוץ. און עס דארף נישט האבן א תירוץ. ס'קומט פון זיך אליין. השי"ת געט עס פאר די מענטש.

ווען א מענטש טרעפט זיך טון פעולות וואס מאכן אים פילן זיכער, קען ער זאגן פאר זיך אליין, "איך האב רעכט צו פילן זיכער, איך וויל פילן זיכער, אבער איך דארף נישט טון אזעלכע פעולות כדי דאס צו פילן". מיין זיכערקייט דארף קומען פון א אנדערע פלאץ. אבער פון וואו? פון אויבן. פון באשעפער, פון זיך אליין צו מיר. איך האב רעכט צו פילן זיכער, אבער נישט דורך טון די פעולות וואס איך טו יעצט. "נישט די פעולות מאכן א מענטש פילן זיכער"

אנדערש ווי אסאך וואס זאגן אז א OCD דארף קודם וויסן אז ער דארף פילן אומריין, אדער אז ער איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, אדער אז ער איז א שייגעץ, כדי זיך אויסצוהיילן. דאס איז נישט אמת. א OCD דארף יא וועלן און גליסטן צו פילן גוט. דאס איז נישט די פראבלעם, די פראבלעם איז די 'פעולות' וואס מ'טוט כדי דאס צו עררייכן.

די איינרעדעניש איז אז די 'פעולות' זענען די וועג וויאזוי מ'עררייכט ריינקייט.

אבער מ'האט רעכט צו וועלן מיט די גאנצע תשוקה פילן גוט. יעדער פילט גוט. די פראבלעם איז נישט אז מ'וויל פילן זיכער, די פראבלעם איז די איינרעדעניש וויאזוידאס צו עררייכן. דארט געשעט עס. נישט אז דארט געשעט עס, אבער דארט איז די גורם. און דאס קומט אוודאי פון עפעס אנדערש

ס'איז זייער שווער פאר איינעם וואס ליידט פון אזא זאך, צו גלייבן אז זיכערקייט קומט נישט פון טון פעולות.

מ'דארף גיין אזוי.

א) איך וויל פילן גוט. איך האב רעכט. יעדער פילט גוט. יעדער פילט זיכער. יעדער פילט אז מ'טוט גוט. די וועלט לעבט נישט אין ספיקות.

ב) וויאזוי דערגרייך איך עס?

ג) איך ווייס נישט. קיינער ווייסט נישט. קיינער האט נאך קיינמאל נישט געוואוסט. ס'געשעט. השי"ת געט עס. איך ווארט אז השי"ת זאל מיר עס געבן.

ד) אבער דאך, איך וויל פילן זיכער, איך וויל פילן גוט.

ה) גיי צוריק צו אנהייב. איך האב רעכט... דאס צווינגט די מח צו ענדערש טרעפן דארט ווי מ'איז געווארן פארשעמט, אדער מ'האט זיך אויסגלערנט די פאלשע וועג, די איינרעדעניש וויאזוי צו פילן זיכער. אז מ'דארף טון פעולות צו פילן זיכער

און אויב מ'טרעפט זיך טון אדער נאך טון, פעולות כדי צו פילן זיכער. זאגט מען: ס'קען זיין אז איך פיל גוט, אבער נישט דאס איז די וועג. די וועג איז אז צו טרעפן דארט וואס האט מיך אויסגעלערנט אז כדי איך זאל פילן זיכער, דארף איך טון פעולות. זיכערקייט האט נישט מיט פעולות.

כך נראה לי לפום ריהטא. אויסצוגיסן מיינע רעיונות וועגן דעם אינטערעסאנטן שיעור אויף OCD וואס ער רופט כו"י. פארשטייט זיך אז דאס ארבעט צוזאמען מיט ר' שרגא פליישמאנס ני" מהלך פון אויפגעבן יכולת. וכל שם וחניכא דאית ליה

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7143
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

מיין יעצטיגע סעשאן ווערט געבויט אויף מיין - איינס פאר די יעצטיגע - געשרייבאכץ.

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר וויאזוי גייט אלעס?

קליענט: ברוך השם, און השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער.

ט: פרוביר דיך צו דערמאנען ווען אין דיין לעבן דו האסט באקומען א מעסעדש פון סיי וואס, סיי וועם, אז כדי צו פילן זיכער דארפסטו עפעס טון. און ווען דו דערמאנסטעך ווען דו האסט באקומען אזא מעסעדש, ענדיג די פאלגנדע: אויב איך ערלויב אז נישט דורכ'ן טון וועל איך פילן זיכער, דאן...

ק: קומט ארויף די וואונדער, וויאזוי פילט מען זיכער.

ט: פרוביר עס אויס ביי נאך מצבים וואס האבן דיך געגעבן דעם מעסעדש.

ק: דאן ווייס איך נישט וואס יא צו טון, כדי צו פילן זיכער

ט: פרוביר נאך מצבים

ק: דאן ערווארט איך אז איך גיי אייביג בלייבן מיט דעם אומזיכערקייט געפיל, און עס איז שווער

ט: פרוביר נאך מצבים. און פרוביר אננצונעמען אז דער אמת איז אז זיכערקייט קומט נישט פון טון פעולות, עס קומט פון אויבן, מ'דארף ווארטן דערויף. און ענדיג: אויב איך ערלויב מיך צו לעבן אזוי, דאן...

ק: ווייס איך נישט וויאזוי זיך צו ראטעווען פונעם מצב, און עס איז אומאויסהאלטבאר

ט: פרוביר נאך מצבים

ק: קומט ארויף א פארלוירנקייט "ווער גייט מיך ארויס נעמען פון דא"

ט: פרוביר נאך מצבים

ק: פיל איך נישט ווי איך טו עפעס, איך וויל טון עפעס

ט: נאך מצבים

ק: פיל איך אז איך האב נישט קאנטראל אויף מיין לעבן

ט: נאך מצבים

ק: די מצב איז נישט גוט, און איך מוז עס מאכן גוט, איך מוז צושטעלן

ט: נאך

ק: בין איך אין ווייטאג, און עס איז שווער

ט

ט: אקעי גוט. לאמיר צאמנעמען אין אפאר זאצן אלעס וואס איז ארויסגעקומען ביז אהער. און זאג אזוי: אויב איך ערלויב מיך צו לעבן אז א זיכערקייט געפיל קומט נישט פון האבן עפעס געטון, דאן קומט מיך ארויף די וואונדער: וויאזוי פילט מען יא זיכער? "איך ערווארט אז איך גיי אייביג בלייבן מיט דעם אומזיכערקייט געפיל, און עס איז שווער" "ווייס איך נישט וויאזוי מיך צו ראטעווען פון דעם מצב, עס איז אומאויסהאלטבאר" "ווער גייט מיך ארויסנעמען פון דא" אדער "אויב אזוי פיל איך נישט ווי איך טו עפעס, איך וויל טון עפעס". "אויב אזוי פיל איך נישט אז איך האב קאנטראל אויף מיין לעבן" "די מצב איז נישט גוט, איך מוז עס מאכן גוט, איך מוז צושטעלן"

ט: האסט געזאגט "אויב אזוי פיל איך נישט ווי איך טו עפעס, איך וויל טון עפעס" קענסט מיר זאגן מער וועגן דעם?

ק: איך פיל נישט אז איך טו. עס פילט זיך נישט.

ט: דער זאך אז "עס פילט זיך נישט" האסטו אייביג געהאט?

ק: איך האב מער אריינגעלעבט. געטון און געמאכט.

ט: וואס האט דאס אפגעשטעלט?

ק: מיין אומזיכערקייט מיט מיר אליין. אזוי מיין איך.

ט: ענדיג: דאס האט זיך אפגעשטעלט ביי... און לאז דיין זכרון דאס ענדיגן

ק: ווען עס איז מיר נישט געגאנגען וויאזוי איך וואלט געוואלט

ט: זעה דיך אין יענע צייט כאילו ס'איז יעצט און זאג: אויב איך ערלויב מיך אז איך זאל צוריק ווערן אזוי ווי פארדעם, דאן

ק: מיט וואס זאל איך באוויינען אז ס'איז מיר נישט געגאנגען וויאזוי איך וואלט געוואלט

ט: נאכאמאל

ק: קען נאכאמאל גיין נישט וויאזוי איך וויל.

ט: וואסערע שייכות האט דאס מיט אפהאלטן דיין ענערגיע?

ק: ווייל איך דארף טראכטן צו מער קאנטראלירן וואס איך טו

ט: זאג: איך בין איבערצייגט איבעראל אין מיר, אז נאר דורך אפהאלטן מיין ענערגיע, קען איך מער טראכטן צו קאנטראלירן וואס איך טו

ק: (זאגט עס)

ט: וואסערע שייכות האט "איך מוז אפהאלטן מיין ענערגיע" מיט "עס פילט זיך נישט אז איך טו"?

ק: פשוט.

ט: זאג אזוי: אויב איך ערלויב מיך אז נישט דורך דעם סעשאן גיי איך אנהייבן צו פילן זיכערער מיט מיר אליין, דאן...

ק: פארוואס זאל איך עס טון?

ט: זאג: איך האב נישט קיין שום סיבה אויף צו מאכן דעם סעשאן, אויב איך גיי נישט פילן זיכערער

ק: ניין, איך וויל מיך אויסלערנען אז טון, ברענגט נישט זיכערקייט.

ט: זאג: אויב איך גיי מיך אויסלערנען אז טון, ברענגט נישט זיכערקייט, דאן, וועל איך פילן זיכער

ק: (שמייכלט) ניין. אויב איך גיי מיך אויסלערנען אז טון, ברענגט נישט זיכערקייט, דאן וועל איך מיך אויסלערנען צו ווארטן און האפן צו השי"ת זאל מיר געבן זיכערקייט.

ט: ענדיג: אויב איך גיי ווארטן און האפן צו השי"ת זאל מיר געבן זיכערקייט, גיי איך שוין ענדליך פילן זיכער

ק: ניין. אויב איך גיי ווארטן און האפן צו השי"ת זאל מיך געבן זיכערקייט, גיי איך האפן און ווארטן אויף זיין חסד

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אויב איך ערלויב מיך צו לעבן אז א זיכערקייט געפיל קומט נישט פון האבן עפעס געטון, דאן קומט מיך ארויף די וואונדער: וויאזוי פילט מען יא זיכער? "איך ערווארט אז איך גיי אייביג בלייבן מיט דעם אומזיכערקייט געפיל, און עס איז שווער" "ווייס איך נישט וויאזוי מיך צו ראטעווען פון דעם מצב, עס איז אומאויסהאלטבאר" "ווער גייט מיך ארויסנעמען פון דא" . "אויב אזוי פיל איך נישט אז איך האב קאנטראל אויף מיין לעבן" "די מצב איז נישט גוט, איך מוז עס מאכן גוט, איך מוז צושטעלן"

אדער "אויב אזוי פיל איך נישט ווי איך טו עפעס, איך וויל טון עפעס" צי קומט דאס ווייל איך האלט אפ מיין ענערגיע. און צי קומט דאס ווייל נאר אזוי וועל איך מער טראכטן וואס איך טו, און צי איז אלעס אין מיר איבערצייגט אז נאר אזוי וועל איך מער טראכטן.

וואס וויל איך דערגרייכן מיט דעם, אדער ענליכע סעשאנס? איז עס: אויב איך גיי ווארטן און האפן צו השי"ת זאל מיך געבן זיכערקייט, גיי איך האפן און ווארטן אויף זיין חסד, און עס ווענד זיך אין אים.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7143
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

לאמיר אביסל אריינגיין אין די ליידענישן פון OCD, פון אומזיכערקייטן, פון ענגזייעטי. וויאזוי איז עס אנדערש פון די וואס ליידן נישט דערפון.

ס'קען זיין ס'דא פון דעם זאכן וואס איך האב שוין געשריבן.

וואס איז די חילוק צווישן א אמת'ע ספק, און ספיקות וואס קומען פון OCD. וואס איז די חילוק צווישן א אמת'ע ריינע תנועה צו ריכטיגע פשפוש המעשים, תשובה, וכו', און זיך נאכאמאל איבערטראכטן וואס קומט פון OCD?

די חילוק איז אז די גראדע תשובה, ופשפוש המעשים, קומט ווען א מענטש וויל באלייכטן מעשים וועלכע ער האט נאכנישט באלויכטן. פעולות זיינע וואו ער האט נאך קיינמאל נישט באטראכט. טעריטאריע וואס ער האט נאכנישט באטראטן מיט זיין קריטיק. עס איז מעורב טוב ברע, און יעצט גייט ער און צום ערשטן מאל אין זיין לעבן באטראכט ער עס, אדער צום ערשטן מאל באטראכט ער עס נאך גרינטליכער. דאס איז תשובה, דאס איז ריין פשפוש המעשים. דאס איז תפילה, אשכילה בדרך תמים מתי תבא אלי.

אבער אזעלכע דרכים זיינע וואס ער האט שוין באטראכט און געפילט רואיג אז ס'איז גוט, אז ס'איז נישט קיין שאלה, האט דאס דאך א סיבה פארוואס ער האט זיך געפילט רואיג דערמיט. אויב א מענטש האט געפילט רואיג בשעת'ן אוועקגיין פונעם טיר אז ס'איז פארשפארט, האט ער דאך צוליב א סיבה געפילט רואיג. אויב האט ער זיך גע'טובל'ט און געפילט רואיג אז ער טובל'ט זיך ריכטיג, האט דאס דאך א סיבה פארוואס עס האט זיך אים געפילט אז ער טוט ריכטיג. דאן איז אריינגיין דערין OCD. און אפילו אויב יעצט פילט ער אז דארט פאדערט זיין קריטיק, ווייל ער איז אומרואיג דערמיט, אז כדי צו פילן זיכער דארף ער דאס נאכאמאל דורכטראכטן, איז דאס אבער OCD.

ווען א מענטש ווייסט אז ער האט אמאל געפילט רואיג מיט געוויסע מעשים, אפילו אויב יעצט פילט ער אז ער ווייסט נישט דעם אמת. אויב מ'האט אמאל געפילט גוט מיט עפעס, און מ'וויל דורכטראכטן דעם זאך אליין, איז דאס OCD.

OCD איז ספיקות וואס שאפן זיך נאכדעם וואס דער מענטש האט שוין געפילט רואיג מיט עפעס. און ס'איז אים נישט בייגעפאלן אז ער טוט עפעס נישט גוט. אבער אמת'ע ספיקות, אדער אמת'ע תשובה, זענען אזעלכע פלעצער וואס דער מענטש האט נאך אפילו נישט באטראכט.

ס'דא צומאל ווען מיר הערן הזהרות ווי "פאלג נישט וואס OCD זאגט דיר, מ'טאר עס נישט נאכגעבן", "זיי דיך מקיל ווען ס'קומט צו OCD, כדי דו זאלסט דערפון געראטעוועט ווערן", "יודישקייט איז נישט OCD", "יודישקייט דורך OCD איז נישט דוקא ארויפגעקוקט", און נאך אזעלכע סטעטמענטס. אבער ס'דא ווען מיר מאכן זיך א חשבון אז ס'איז איבערגעטריבן. אז די אלע וואס ווארענען דאס, זענען פשוט נישט אזעלכע מחמירים. זיי ווילן אז מיר זאלן נעמען יודישקייט לייכטער, ווייל זיי האבן מער ליב אז יודישקייט איז א לייכטע גרינגע זאך, דערפאר זאגן אזוי. אזא געדאנק קען זיך אריינכאפן.

דאס איז אבער א גרויסע טעות, און דאס קען קאסטן גאר גאר א ביטערע געפערליכער אומשאצבארער פרייז.

OCD קען ווערן א מאנסטער. ווי קליין און אומשולדיג ס'קוקט נאר נישט אויס. אדער ווי שטארק די OCD וויל איינרעדן אז למעשה זעט מען דאך אז ערליכע יודן אין אלע דורות האבן יא געהאט געוויסע אומזיכערקייטן מיט זיך, וכו' וכו'. דארף מען אבער וויסן אז דאס איז א טעות אין הבנה. טאקע א דקות'דיגע טעות, אבער צו וואו דער קוים מערקבארער טעות קען פירן דערקענט זיך שפעטער זייער גראב און קלאר אויף זייער א ביטערער אופן.

די אומזיכערקייט פון די אלע הייליגע יודן איז געקומען פון א אנדערע פלאץ אין נפש פון וואו OCD קומט. און עס האט געפירט צו אנדערע מסקנות. אנדערע דערגרייכונגען. און OCD דארף מען דוקא אויסרייסן ווען ס'איז נאך אינעם בלום. כמו חי כמו חרון ישערנו.

ווען OCD איז נאך קליין דארף מען דאס אויסרייסן מיט אלע כוחות וואס מ'פארמאגט נאר אין זיך, בלב ונפש. אזא מעסעדש קען זיך הערן לאכעדיג, ס'איז אבער זייער נישט לאכעדיג. OCD קען פארוואנדלט ווערן חלילה אין א מאנסטער. מ'דארף זיך דערפון היטן, פונקט אזוי ווי מ'היט זיך פון אנדערע זאכן וואס קענען אונז אוועקשלעפן פון טון די רצון השי"ת.

אנהייב, ווען מ'בארואיגט זיך די זארג אז מ'איז נישט אויסגעהאלטן, - ביי א פעולה וואס מ'האט שוין געפילט רואיג - קען זיך עס פילן זייער געשמאק, די תהלים, מיט די תפילות, מיט די ביקוש האמת, מיט די פשפוש המעשים, קען זיך פילן זייער געשמאק. מ'זעט אבער גארנישט אין וואס מ'לאזט זיך אריין, אין וועלכע טיפן שרעקעדיגן תהום מ'גליטש זיך אריין ברצון. ווען מ'האט נאך די ברירה.

דער געפיל אז די וואס זענען מעורר אז מ'זאל זיך נישט לאזן פארנארן פון OCD, אז מ'זאל עס נישט נאכגעבן, דער געפיל אז אט די וואס זאגן אזוי זענען ווייל זיי ווילן מאכן יודישקייט לייכטער, דער געפיל איז א ביטערער טעות. ווי איך האב פריער געשריבן. ווייל ווי שטארק און ערליך א יוד זאל נאר זיין, וועט ער אלעמאל צוקומען צו די חשבון, אז OCD דארף מען אפ'הרג'נען מיט'ן שורש ווען ס'איז נאך אינעם קערל. ווייל OCD פירט ערגעץ אנדערש ווי ערליכקייט און יראת שמים פירט איינעם.

דו ווילסט זייער שטארק זיין א ערליכער יוד? ווי שטארק? זייער שטארק? גאר שטארק? אויב דו ווילסט זייער שטארק זיין א ערליכער יוד, דאן זאלסטו וויסן אז די קלענסטע OCD מאכט דירעקט אז מ'זאל צוקומען צו זיין נישט א ערליכער יוד. מיין נישט אז די ווערטער זענען געזאגט געווארן פון קלות ראש חלילה, ניין. ווייל זאלסט וויסן אז אזוי איז עס. און ווי מער דו ווילסט זיין זייער ערליך, אלץ מער זאלסטו אנטלויפן פון OCD.

דער עיקר פון OCD איז 'אומזיכערקייטן ביים מענטש, און דער מענטש פראבירט צו טון עפעס א תנועה, אינערליך אדער אויסערליך, מיט א ציהל זיך צו בארואיגן דערפון, אבער די אומזיכערקייטן האלטן אין איין צוריקקומען מיט צוואנג' וחוזר חלילה.

א עיקר מאשינערי וואס מיר קענען באמערקן ביי OCD איז די מחשבות. אז מיר קענען באמערקען אז עפעס ארבעט שטארק ארום ביי אים אין די בעגראונד. אין די מחשבות. ער איז פארנומען צו פראצעסירן זאכן וואס סתם א מענטש פראצעסירט נישט.

לאמיר זאגן איינער האט OCD ביים זיך וואשן די הענט צום עסן. ווי אנדערש איז זיין מהלך המחשבה ווי ביי דעם וואס האט נישט OCD? אין דער מחשבה פון דער וואס האט OCD טוט זיך אפ א גאנצע מעכאניזם ווען ס'קומט צו וואשן די הענט. א עקספיריענס פון "איך דארף יעצט דורכמאכן שאלות". אן ערווארטונג פון "איך גיי יעצט דארפן דורכמאכן צענדליגער שאלות און פסק'נען אויף יעדע איינע פון זיי אז ס'איז עכט נישט קיין שאלה".

סתם א מענטש עקספיריענסד נישט די געפיל, די ערווארטונג, פון "זאכן זענען נישט גלאטיג". וואס ער פילט איז "איך דארף מיך וואשן. פארוואס זאל זיך מאכן א שאלה? פארוואס זאל זיך מאכן ספיקות?" אבער אין די געדאנקען פון OCD איז "איך גיי עס דארפן דורכמאכן". און אפילו ווען זאכן זענען גוט און אויסגעהאלטן, האט ער דאך דעם געפיל אז ס'איז עפעס נישט.

איך וויל זאגן אז OCD האט נישט אייביג א נושא וואו ס'שטעלט זיך אפ און נאר דארט עקזיסטירט עס. ס'דא ווען די געדאנקען פון א מענטש לויפט אזוי איבעראל און נישט דוקא ערגעץ. אינדערצייט וואס סתם א מענטש עקספיריענסד נישט אזא סארט אומזיכערקייט, עקספיריענסד א OCD ליידנדער איבעריגע אומזיכערקייטן וואס ער האלט אין איין בארואיגן דורכ'ן אנהאלטן א געוויסע אינערליכע מצב.

ס'דא צומאל ווען א מענטש ווערט אזוי אומזיכער אז ער ווערט א שטיק אבסעסיע, און ער ווייסט ניטאמאל דערפון. א גאנצן טאג מאכט ער זיכער געוויסע זאכן, זאכן וואס סתם מענטשן פילן נישט א געברויך צו מאכן זיכער, ווייל זיי פילן גוט דערמיט. און ער כאפט אפילו נישט אז ער האלט אין איין בארואיגן געוויסע אומזיכערקייטן. אבער די פאקט איז אז גאר א היפשער חלק פון די מחשבה איז פארנומען צו מאכן זיכער, און ער געדענקט שוין אפילו פונקטליך וואס ער מאכט זיכער.

א אבסעסיע קען ווערן אויפגעהאלטן דורך געוויסע קאמפאלסיעס וואס מ'טוט מיט די מחשבה. דאס מיינט אז דער מענטש פילט ביי זיך אז ווען איך וועל מיט מיין נפש אנהאלטן אזא סארט געפיל, אדער אזא סארט אופן מהלך המחשבה, אזא סארט אינערליכער מצב, וועל איך פילן רואיג. און דאס קען זיין סיי וועלכע אינערליכע מצב וואס ווערט געטון אלץ א פראבע זיך צו בארואיגן פון די געוויסע אומזיכערקייט און אנגעצויגנקייט.

א מענטש זאל נישט זאגן: איך האב א היפשע חשש אז דאס וואס איך טו יעצט איז OCD, אבער סוף סוף איז דאך עס פישפוש המעשים, תשובה, יראת שמים, איך וויל דאך זיין אויסגעהאלטן, איך וויל דאך נישט פילן אז איך טו נישט גוט, מי יודע צי איך טו גוט, דערפאר מוז איך עס טון.

א מענטש זאל נישט אזוי זאגן

ווייל עס קען חלילה ברענגען געפערליכע פראבלעמען פאר דעם גאנצן נפש פונעם מענטש. עס קען אפשוואכן השם ישמור דעם גאנצן נערווען סיסטעם. דערפאר דארף מען געדענקען און עס חזר'ן: OCD טאר נישט זיין דאס קלענסטע טרייב קראפט צו סיי וועלכע מעשים, גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע.

די טרייב קראפט צו יראת שמים, צו פשפוש המעשים, צו תשובה, צו זיין אויסגעהאלטן, צו טון ריכטיג, זאל נישט קומען צו באטראכטן פעולות וואס איז שוין געווען רואיג. ווייל עס קען זיין אז מ'וועט עס נישט קענען בארואיגן.

די טרייב קראפט צו יראת שמים און צו פשפוש המעשים, דארף קומען פון א רצון צו באטראכטן פעולות וואס מ'האט נאך קיינמאל נישט באטראכט. א מענטש קען האבן OCD און מיינען אז ער איז א אויסגעהאלטענער מענטש, אבער נאר ביי איין געוויסע נושא איז ער אויסגעהאלטן, און ער האט צענדליגער אנדערע פלעצער וואו צו באלייכטן מיט זיין חשבון הנפש.

OCD קען האבן טיפערע סיבות פארוואס עס איז וויכטיג פאר די אונטערנבאוואוסטזיין פון דעם מענטש צו שאפן ספיקות. אבער די סימפטאמען וואס מיר דארפן קלאר אנערקענען זענען דאס. די סימפטאמען זענען מחשבות וואס ארבעטן ביים מענטש פאר אומזיסט. מחשבות און אינערליכע מצבים וואס דער מענטש שאפט כדי צו דערגרייכן רואיגקייט פון אומזיכערקייטן, און די רואיגקייט קומט נישט אן.

חז"ל זאגן מוטב שיהא אדם שוטה כל ימיו ואל יהא רשע שעה אחת לפני המקום ב"ה. אויף OCD קען מען עס אויך זאגן. ס'איז בעסער אז מ'זאל כל ימיו נישט וויסן קלאר צי מ'איז אויסגעהאלטן אין א געוויסע ענין, אבער מיט דעם האלט מען זיך צוריק ב"ה צו זיין א רשע מער ווי שעה אחת לפני המקום ב"ה. ווייל OCD, אז מ'לאזט זיך דערפון פארנארן, קען עס צוברענגען צו געפערליכע מצבים וואס קען זיך גרעניצן מיט 'רשעות לפני המקום ב"ה'.

דערפאר איז ענדערש אוועקצושטופן א שטופ וואס מ'האט א חשש אז ס'קומט פון OCD, ווי איידער צו מיינען ביי זיך אז מ'גייט דאך טון א זאך וואס השי"ת וויל.

די רואיגקייט פון א מענטש וואס פילט אז ער איז יוצא און אז ער טוט כהלכה דארף נישט קומען ווייל ער איז איבערצייגט מיט הארטע ריאליטעט. ס'קומט ווייל אויב האב איך געפילט רואיג בשעת מעשה אז איך טו גוט, האב איך געטון גוט.

והשם הטוב עוזר ויעזור אז מיר זאלן זיין ערליכע גוטע יודן. ועכשיו שנברא יפשפש במעשיו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7143
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וועל פרובירן צו גיין מיט די הפלא'דיגער מהלך פון ר' חיים מאיר פערל נירו יאיר ויזרח וואס השי"ת האט אונז געגעבן במתנת חינם. און איך האף אז ס'וועט מיר געלונגען ב"ה.

קליענט: א גוטן הרב טערעפיסט. איך עקספיריענס לעצטענס ווי מיינע נערווען שאקלן זיך פון זיך אליין איבעראל אין מיין קערפער, דא און דארט. קען זיין אז דאס איז א פיזישע זאך השם יציל וישמור, אדער קען זיין אז די שורש דערפון ליגט אין עפעס וואס איז אין מיין נפש, און דארט דארף איך עס אויסהיילן בעזרת השי"ת רופא נאמן ורחמן

טערעפיסט: לאמיר פרובירן און דער הייליגער באשעפער זאל מיר העלפן.

ברענג ארויף אין דיינע געפילן א מצב ווען ס'איז געשען שטארק

ק: גוט. איך ברענג עס ארויף...

ט: גוט. פרוביר צו ענדיגן דעם פאלגנדן זאץ פון די פלאץ אין דיר וואס דו קלערסט אז דאס קען וויסן פארוואס ס'שאקלט זיך. ס'מוז זיך נישט פילן דאס מערסטע אמת, ס'דארף זיך פילן בערך דארט ערגעץ, בערך עפעס אזוי. און פון יענע פלאץ ענדיג מיר: ס'געשעט צו מיר ווייל...

ק: איך בין פארלוירן.

ט: פיל מער וואס דו האסט יעצט געזאגט. דשאסט פיל עס, און פארברייטער דיך אין דעם. פיל עס די וועג וויאזוי ס'וויל זיך דיר פילן. און נישט פרובירן אז ס'זאל שטומען מיט די ווערטער וואס דו האסט געזאגט. נאר דשאסט פיל די רויע געפיל וואס דאס האסטו שפעטער מלבש געווען אין ווערטער. דשאסט פיל עס מער. און דשאסט לאז ארויפקומען אלע מינע זכרונות מיט מחשבות בשייכות צו דער סארט געפיל, אפילו אויב דו וואונדערסט דיך צי ס'האט בכלל שייכות צו די ווערטער וואס דו האסט געזאגט.

ק: גוט. איך בין נישט ארויפגעקוקט אינדערהיים. איך בין אראפגעקוקט. ׁ(הערה: ביטע נעמען אין באטראכט אז ס'איז נאר א געפיל, אין מציאות בין איך גאר ארויפגעקוקט)

ט: גוט, גוט. אטעם אריין, און דשאסט לאז דיך פילן.

ק: ס'שווער צו פילן.

ט: פרוביר צו פילן די געפילן, די רויע געפילן, וואס דאס איז געווען וואס האט געמאכט אז דו זאלסט זאגן די ווערטער "איך בין נישט ארויפגעקוקט, איך בין אראפגעקוקט"

ק: גוט.

ק: איך פיל ווי איך דארף מיך אראפקוועטשן.

ט: פרוביר צו פילן די עכטע רויע געפילן וואס איז געווען וואס האט דיך געמאכט זאגן די ווערטער: איך פיל ווי איך דארף מיך אראפקוועטשן. דשאסט פיל די געפילן דערפון, און אלע זכרונות, איידיעס, מחשבות, וואס קומען ארויף, אפילו אויב דו וואונדערסט דיך צי ס'האט שייכות.

ק: איך פיל מיך זייער דערנידערט. איך טו נישט מיינע פליכטן אלץ מאן. איך פיל מיך ממש א גארנישט. א שאטן. איך וויל אזוי שטארק צושטעלן, אבער ס'גייט מיר נישט. איך וויל ארויסקומען, אבער איך קען נישט ארויסקומען. איך בין זייער צעבראכן. איך בין נישט דאס וואס מיין ווייב מיינט אז איך בין, איך בין עכט סך מער. סך סך מער. מיין גאנצע שטאלץ איז אין דער ערד. איך וואלט געוואלט מער טון, מער צושטעלן, ס'גייט נישט. איך בין נישט צופרידן מיט מיר אליין. איך בין סך מער ווי וואס זיי מיינען אז איך בין. איך בין אויסדרוקליך נישט אזא לא לנו כאטש איך פיל אז איך בין יא א בטלן, און ס'פילט זיך שרעקליך צו פילן א בטלן. ווער האט געגלייבט אז אזוי וועל איך אויסקוקן. איך בין א פארשעמטע זאך.

ט: (נאכ'ן ארויסווייזן סימפאטיע) פרוביר נאכאמאל צו ענדיגן דעם פאלגנדן זאץ, פון א פלאץ אין דיר וואס דו קלערסט אז דאס ווייסט דאס מערסטע פארוואס דיינע נערווען שאקלן זיך דא און דארט, פון יענע פלאץ, עס מוז זיך נישט פילן צו אמת'דיג, נאר בערך, און זאג און זאג, ווילאנג ס'פילט זיך מער און מער נענטער צום אמת, און זאג: ס'שאקלט זיך ווייל...

ק: איך בין פארלוירן. איך ווייס עכט נישט וואס איך האב צו טון אין מיין לעבן. איך קען מיך נישט א עצה געבן, איך בין סטאק. וואס גייט זיין. איך וויל נישט אזוי אויסקוקן. איך וויל זיך נישט אזוי אויפפירן צו מיין ווייב שתחי' עמו"ש. איך בין אויפגערעגט אויף מיר אליין. "פארוואס קען איך מיך נישט פארבעסערן, פארוואס מוז איך אזוי זיין". איך בין נישט דאס. איך דערלייד נישט צו זיין אין אזא מצב.

ט: זאג: מיין נפש דערליידט נישט צו זיין אין אזא מצב.

ק: מיין נפש דערליידט נישט צו זיין אין אזא מצב.

ט: זאג פאר דיין אשת חיל: ס'טוט מיר זייער וויי אז איך פיר מיך אזוי אויף צו דיר, איך וויל מיך טוישן, אבער ס'גייט מיר נישט.

ק: ס'טוט מיר זייער וויי אז איך פיר מיך אויף אזוי צו דיר, איך בין עכט סך מער, איך וויל דיר ווייזן אז איך בין עכט מער, איך וויל מיך טוישן, אבער ס'קוקט נישט אויס אז ס'גייט מיר.

ט: זאג אזוי: די איינציגע וועג וואס איך קען טון יעצט אין אזא מצב איז דאס נישט צו דערליידן און פרובירן צו אנטלויפן דערפון. איך האב נישט קיין שום וועג וויאזוי איך קען בלייבן דערמיט, זיך אריינלאזן דערין, זעהן וואס דאס איז, און זען וואס איך קען יא טון.

ק: איך האב נישט א אנדערע וועג, איך האב נישט, איך האב נישט. זייער שווער, זייער שווער.

ט: און וואס פאר א שייכות האט דאס מיט דעם אז דיינע נערווען שאקלן זיך דא און דארט און איבעראל

ק: אפשר א וועג פון אנטלויפן פון די מצב.

צעטיל: מיין נפש פילט זיך מיט די יעצטיגער מצב זייער ענג, און אראפגעקוועטשט. די איינציגע וועג וואס איך קען טון יעצט אין אזא מצב איז דאס נישט צו דערליידן און פרובירן צו אנטלויפן דערפון. איך האב נישט קיין שום וועג וויאזוי איך קען בלייבן דערמיט, זיך אריינלאזן דערין, זעהן וואס דאס איז, און זען וואס איך קען יא טון אז ס'זאל ווערן בעסער. אין די סעשאן איז ארויפגעקומען אז איך פיל דערנידערט, ווייל מ'קוקט מיך אן אנדערש ווי ווער איך בין עכט. און דאס טוט מיר זייער וויי. איך בין עכט סאך מער. ס'טוט מיר זייער וויי אז איך פיר מיך אויף אזוי צו דיר, איך בין עכט סך מער, איך וויל דיר ווייזן אז איך בין עכט מער, איך וויל מיך טוישן, אבער ס'קוקט נישט אויס אז ס'גייט מיר. איך קען דאס נישט דערליידן, און מיין נפש זוכט צו אנטלויפן דערפון אויף אזא אופן פון שאקלן די נערווען.

והשם הטוב עוזר יעזור ויציל אותנו מכל מין רע, ומכל מין דיבור לא טוב, אלא לדבר רק טוב.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7143
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך גיי דא מיט ר' חיים מאיר פערל'ס שיחי' מהלך , וואס לויט ווי איך וויל זאגן האט אין זיך אסאך חכמה און פארשטאנד בעזרת השי"ת והשם הטוב עוזר ויעזור

ק: איך וואלט געוואלט אריינקוקן אין מיין נפש און קוקן צי עס איז דא א נפשיות'דיגער סיבה פארוואס איך זאל נישט ערלויבן אז מיין אויער זאל אויפהערן קלינגען. ס'איז אזא טעפארערי קלינג וואס דארף ב"ה אוועקגיין פון זיך אליין דורך דעם רופא נאמן ורחמן, אבער דאך וויל איך פארשטיין צי איז דא עפעס נפשיות'דיג וואס זאל עס נישט ערלויבן אוועקצוגיין.

ט: לאמיר אנהייבן שטאטעלעך, און בעזרת השי"ת, לאמיר פרובירן.

ק: השי"ת זאל העלפן און אונז פירן אויפן ריכטיגן וועג.

ט: אמן.

ט: ברענג ארויף אין דיין נפש א מצב ווען עס געשעט שטארק, און פרוביר דיך פארצושטעלן אז דיין נפש געפינט זיך יעצט אין דעם מצב, דיין נפש ארבעט און שיקט אריין אין דיר אלע סארטן מחשבות, געפילן, אלעס, אלעס, אבער אלעס, אבער אין אפוועזנהייט פון דעם קלינג.

ק: איך פיל עפעס אזא נפשיות'דיגע שוועריגקייט, צו פילן אזוי. ממש איך קען מיך עס שווער פארשטעלן.

ט: פרוביר דאך. פרוביר.

ק: אפשר "איך האב מיך אויפגעוועקט צו א ליידיגע ריאליטעט. לער."

ט: אקעי. גוט. פרוביר דיך מער צו פארטיפן אין די געפילן וואס האט דיך געמאכט זאגן די פריעריגע ווערטער. פאר דו האסט עס געזאגט. און עס מוז דאך נישט האבן קיין שום שייכות צו די ווערטער וואס דו האסט געזאגט.

ק: גוט.

ק: אפשר קומט ארויף "קיינער דארף מיך נישט"

ט: וואס נאך

ק: "קיינער הערט מיך נישט"

ט: (טערעפיסט האט רחמנות) וואס נאך

ק: אפשר "נאך א טאג פון סטראגלן"

ט: וואס נאך, און פרוביר צו פילן מער און מער דער עיקר פינטל פון די אלע רויע געפילן

ק: איך האב נישט קיין סיבה פארוואס פארצוזעצן מיין לעבן. אזא סארט געפיל. פאר וועם זאל איך לעבן. עפעס אזוי. (ביטע נעמען אין באטראכט, אז דאס איז נאר אין יענע געפיל, און ח"ו אין מציאות)

ט: דו ווייסט מער וואס אט די אלע געפילן מיינען

ק: יא איך ווייס. (שמייכלט)

ט: וואס

ק:

ט: (האט רחמנות) איך ווייס אז ס'איז דיר שווער צו זיין אין יענע מצב און נישט הערן דעם קלינג, אבער פרוביר דאך צו זיין אין יענע מצב אן דעם קלינג, און דאס מאל, צוזאמען מיט וואס עס איז שוין ארויפגעקומען, פרוביר צו זאגן פון דארט, פון יענע פלאץ, פארוואס עס איז דיך שווער צו פילן אזוי. און זאג: ס'איז מיך שווער צו פילן אזוי, ווייל... און זאג און זאג ווילאנג דו פילסט אז דאס איז דער עיקר שוועריגקייט דערפון.

ק: איך פיל אליין. קיינער דארף מיך נישט. נאך א טאג סטראגלן. איך האב נישט ווער עס זאל מיך הערן. אליין.

ט: אקעי. לאמיר קודם פרובירן צו לעבן מיט וואס עס איז ארויפגעקומען ביז אהער. אבער זאג מיר טייערקייט, וואס האט די שוועריגקייט צו פילן אליין מיט דעם קלינג?

ק: אפשר ווייל אזוי פילט זיך עפעס אן אין מיין ליידיגקייט. עס פילט זיך ווייניגער.

ק: אבער אויך ווען איך בין געזיצן אין ביהמ"ד און געלערנט צווישן אסאך מענטשן, האט זיך אויך געפילט דעם קלינג

ט: פרוביר דיך פארצושטעלן אז ס'איז יעצט, אבער דו הערסט נישט דעם קלינג און דיר, און דו טראכסט נישט דערפון, אלעס וואס דו טראכסט איז מחשבות און געפילן וואס ווילן ארויפקומען אין דיר. און זאג: עס איז מיר זייער באקוועם זיך צו פילן אזוי...

ק: ניין, ס'איז מיר נישט באקוועם. איך פיל מיך פארשעמט. ס'איז מיר שווער. איך פיל מיך אראפגעקלאפט. איך בין נישט באקוועם מיט מיר אליין. איך וויל אזוי ווי ארויספליען פון מיר.

ט: די עיקר נקודה

ק: איך וויל ארויספליען פון מיר

ט: וואס פאר א שייכות האט דאס הערן קלינגען, מיט נישט קענען זיין אן דעם?

ק: אפשר ווייל אזוי ווער איך Spaced out. און איך דארף נישט ליידן די ווייטאג פון "איך קען נישט זיין מיט מיר אליין"

ט: צזואמען מיט דעם וואס איז ארויפגעקומען ביז יעצט, זע דיך אין יענע מצב כאילו ס'איז יעצט, די קלינג איז נישטא, אבער מחשבות און געפילן קומען אריין אין דיין נפש, און זאג: איך קען נישט זיין אזוי ווייל

ק: איך קען נישט זיין אזוי ווייל ס'עגבערט מיר די וועג וויאזוי איך בין. ס'קומט מיר ארויף מחשבות "וואס טוסטו, וויאזוי פירסטו דיך אויף" און ס'איז מיר שווער צו זיין מיט מיר אליין.

ט: זאג אזוי: איך מוז יעצט הערן דעם קלינג אין מיין אויער וואס דיסטרעקט מיך פון זיין מיט מיר אליין, ווייל אויב איך בין מיט מיר אליין אומדיסטרעקטעד, קומט ארויף אין מיר מחשבות און געפילן "וואס ט איך, וויאזוי פיר איך מיך אויף" אינגאנצן נישט באקוועם. איך האב געטראפן א וועג וויאזוי זיך צו פטר'ן דערפון. און נישט דארפן ליידן פון די סארט מחשבות און געפילן. איך האב נישט קיין שום וועג צו קענען בלייבן מיט מיר אליין, און זען וואס מ'קען טון דערצו, סאו, ס'איז בעסער צו ווערן דיסטרעקטעד.

ק: זאגט עס.

ק: וואס גייט טאקע זיין.

ק: איך האב נאך א פלאץ וואו איך האב ממש געפילט אז ס'קומט צוריק, און דאס איז ווען אים קום אהיים אינמיטן טאג און קיינער איז נישט דארט

ט: דו ווייסט וואס דו האסט צו טון יעצט. שטעל דיך פאר אז דו ביסט אן דעם קלינג, עס געשעט נישט, אבער עס קומט אריין אין דיר אלע סארטן מחשבות און געפילן,

ק: איך מיין אז עס קומט אריין אזא "אוי נאכאמאל בין איך דא אין א פלאץ וואס דערמאנט מיך אזוי שטארק ווי ווייניג איך קום אן אין מיין לעבן, א פלאץ וואו איך שאף צער פאר מיינע ארומיגע וועגן איך קום נישט אן, א פלאץ וואס ברענגט ארויף וויפיל איך דארף מיך פארבעסערן" (אטעמט אפ)

ט: מיט די אינפארמאציע וואס איז אקורשט ארויפגעקומען, זאג די שוועריגקייט צו בלייבן אן דעם קלינג, און זאג: אויב איך בין יעצט אן דעם קלינג, דאן...

ק: דארף איך דילן מיט מחשבות און געפילן וואס ווילן אריינקומען אין מיר, ווי ווייניג איך קום אן, און וויפיל צער מיינע ארומיגע האבן פון מיר דערוועגן.

ט: זאג אזוי. ס'איז מיר צו שווער צו בלייבן יעצט מיט מיר אליין, ס'קומען ארויף מחשבות און געפילן וואס שאפן מיר צופיל צער, ווי ווייניג איך קום אן, און וויפיל צער מיינע ארומיגע האבן פון מיר דערוועגן, איך האב אויסגעטראפן א וועג וויאזוי איך קען אוועקפליען פון דעם מצב, א לייכטע וועג.

ק: זאגט עס.

ט: יעצט זאג אזוי: אויב מיין אויער גייט זיין פריי צו הערן אלעס וואס ווערט געזאגט ארום מיר, און זיי דאהי, דאן...

ק:

ט: שטעל דיך פאר אז דיין אויער ארבעט געהעריג, עס איז דא צו הערן אלעס, און זאג: הערן געהעריג מיינט זיין אינגאנצן דאהי. די מצב ארום מיר איז צי אומבאקוועם זיך צו האלטן דערין, איך מוז טרעפן א וועג וויאזוי צו אוועקלויפן, און דאס איז א גוטע דיסטרעקשאן (השם יציל וישמור).

ק: זאגט עס.

צעטיל: מיין אויער קלינגט מיר, איז עס א מצב ווען עס קענען ארויפקומען מחשבות און געפילן וואס שאפן מיר צופיל צער, ווי ווייניג איך קום אן, און וויפיל צער מיינע ארומיגע האבן פון מיר דערוועגן. "אוי נאכאמאל בין איך דא אין א פלאץ וואס דערמאנט מיך אזוי שטארק ווי ווייניג איך קום אן אין מיין לעבן, א פלאץ וואו איך שאף צער פאר מיינע ארומיגע וועגן איך קום נישט אן, א פלאץ וואס ברענגט ארויף וויפיל איך דארף מיך פארבעסערן" עס איז מיר צו אומבאקוועם זיך צו האלטן אין אזא סארט נפשיות'דיגער מצב, איך מיין אז איך האב א וועג ארויס.

אדער געפילן א קעגן די וועג וויאזוי איך בין "וואס טו איך, וויאזוי פיר איך מיך אויף, איך פיל מיך פארשעמט, איך פיל מיך אראפגעקלאפט". איך וויל ארויספליען פון מיר. Spaced out.

אדער א געפיל פון "איך פיל אליין, איך בין אין א ליידיגע ריאליטעט, איך האב נישט קיין סיבה פארצוזעצן מיין לעבן, פאר וועם זאל איך לעבן, קיינער דארף מיך נישט, קיינער הערט מיך נישט (ח"ו, השם יאריך ימי ושנותי בטוב ובנעימים) אדער "נאך א טאג פון סטראגלן" איך מוז מיט עפעס אנפילן מיין ליידיגקייט. עס זאל זיך ווייניגער פילן.

כאטש די קלינגען שאפט מיר צער, אבער אן דעם בין איך מער אומבאקוועם. א וועג וויאזוי צו בלייבן דערמיט, און זען וואס מ'קען טון דערצו עס צו בארואיגן, האב איך נישט.

והשם הטוב עוזר ויעזור אז ס'זאל נישט ארויסקומען חלילה דאס מינדעסטע מכשול מתחת ידינו. און אלעס וואס איך זאג זאל זיין רק לטובה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7143
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

מיין קומענדיגע סעשאן פרוביר איך צו בויען היפש אויף די געשרייבאכץ פון ר' חיים מאיר פערל נ"י .

ט: וויאזוי איז דיין באוואוסטזיניגקייט ווען עס געשעט דער סימפטאם פון 'שאקלן' וואס מיר האבן גערעדט.

ק: איך טראכט פון די צעטיל וואס דו האסט מיר געמאכט, און עס ווערט טאקע בעסער. אבער נאך אלץ וואונדער איך מיך צי מיין נפש איז פארוואונדעט?

ט: לאמיר פרובירן, און השי"ת זאל העלפן. ברענג ארויף אין דיין מיינד די לעצטע מאל ווען עס איז געשען שטארק, און ענדיג: ס'געשעט צו מיר יעצט ווייל... און פרוביר צו באקומען דעם ענטפער פון די וועג וויאזוי דו פילסט דיך, און השי"ת זאל דיר העלפן.

ק: ס'געשעט צו מיר ווייל איך בין פארלוירן.

ט: לאז אפ די ווארט 'פארלוירן'. און גיי אריין אין די רויע געפילן דערפון, און זאג מיר וואס דו פילסט עכט.

ק: עס קומט ארויף די זעלבע צעטיל וואס מיר האבן שוין געמאכט. אז איך פיל מיך נישט שטארק ווייל איך בין פארלוירן אז איך בין אזוי נישט מצליח. און איך זארג מיך וואס עס גייט זיין. דערפאר אנטלויף איך פון מיר אליין. אבער יעצט פיל איך מער די צעטיל וואס דו האסט מיר געמאכט.

ק: ס'קוקט אויס ווי דו האלטסט ביי דיר אז עס וואלט געווען א גוטע עצה אז איך זאל טרעפן וויאזוי איך קען יא בלייבן מיט מיר אליין, און טון עפעס זאכליך צו מיינע פראבלעמען. אבער דא מיין איך בין איך גאנץ סטאק

ט: בעזרת השי"ת. זאג מיט זייער א שטארקייט אז אלעס אין דיר זאל עס הערן: איך ווייס נישט פון קיין שום וועג וויאזוי איך קען בלייבן מיט מיר, און דאך טרעפן א לעזונג צו מיין פראבלעם.

ק: אפשר ווייס איך יא. אבער ס'איז שווער.

ט: זאג אזוי: אויב איך לאז מיך טרעפן א לעזונג צו מיין פראבלעם, דאן.

ק: ס'איז שוין אזויפיל מאל ארויפגעקומען אין אונזערע סעשאנס. ס'קומט ארויף: אויב איך בין מצליח גייט מיך קיינער מער נישט זען. ס'איז נישט אינטערעסאנט. און נאך אסאך מינע זאכן. אבער איך קלער אז ס'איז סתם א מידה פון מורא פון ארויסקומען מיט מיין הצלחה. און איך דארף מיך דערויף שטארקן, פשוט שטארקן.

ט: גוט. שטעל דיך פאר אז דו האסט גוטע פלענער וויאזוי צו מצליח זיין, און איין זאך וואס עס געשעט אין דיר איז אז דו פילסט א צוריקהאלט. און דו ווייסט ביי דיר אז דער געפיל איז דער שורש פארוואס דו האלטסט דיך צוריק. נישטא עפעס א אנדערע שורש.

ק: קעי

ט: דשאסט דו פילסט א צוריקהאלט. א פחד. ס'איז א מידה. דאס איז עס. ס'האט נישט מער שורש ווי דאס אליין.

ק: און

ט: און וואס געשעט ווען דו פילסט עס?

ק: איך לאז אפ. דאס איז וואס געשעט.

ט: זאג אזוי: אויב איך פיל פחד מיינט דאס אז...

ק: אז ס'איז עכט דא פון וואס מורא צו האבן.

ט: גוט. לאמיר דיר פרעגן, ס'איז געווען אמאל אין דיין לעבן וואס דו האסט געפילט פחד, די מידה פון פחד, און צום סוף האסטו איינגעזען אז דו האסטעך נישט געמוזט צוריקהאלטן?

ק: יו פרעגסטו יעצט גוט. דו מאכסט מיך טראכטן.

צעטיל: ווען איך פיל פחד מיינט דאס אז איך דארף מיך מער צוריקהאלטן פון פרובירן צו מצליח זיין. האב איך עקספיריענסד אין מיין לעבן אזעלכע געפילן פון פחד, אז איך דארף מיך צוריקהאלטן פון עפעס, און עס האט זיך צום סוף ארויסגעשטעלט אז איך האב מיך נישט געדארפט צוריקהאלטן, אז ס'איז נאר געווען א מידה? אדער ס'האט אייביג א אמת אין זיך. יעצט האלט איך אז ס'האט א אמת אין זיך, און דערפאר ווייס איך נישט קיין שום וועג וויאזוי איך קען בלייבן מיט מיר אליין, און זען וואס איך קען טון צו מצליח זיין ב"ה. מוז איך אנטלויפן פון מיר אליין. און זיין שוואך.

והשם הטוב עוזר ויעזור ומורה חטאים דרכו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7143
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דעם סעשאן פרוביר איך צו בויען אויף די געשרייבאכצער פון ר' חיים מאיר פערל נ"י. מ'דארף האלטן קאפ אויף איין פראגע, נעמליך: וויאזוי און פארוואס איז די ענערגיע סטאק ביי דעם מענטש. מ'האלט קאפ אויף די געלויף פון ענערגיע, סיי וויאזוי עס איז סטאק, און סיי וויאזוי ברענג איך צוריק די פלוס דערפון.

ק: איך עקספיריענס נאך אלץ דעם 'שאקל'.

ט: גוט. לאמיר פרובירן, און השי"ת זאל העלפן אז מיר זאלן קענען. ברענג ארויף אין דיין זכרון ווען עס געשעט שטארק, צו עקספיריענסן כאילו ס'איז יעצט, און פרוביר דיך צוצוהערן ווי כאילו דיין טיפע נפש וויל דיך אויף אזא וועג פארציילן עפעס וועגן זיך, וואס איז עס?

ק: אפשר, זיי דיך צוריק מיישב. ברענג צוריק דיין גלייכגעוויכט. אבער איך בין נישט זיכער צי דאס איז עס.

ט: פרוביר דיך צו זען אינדרויסן פון דיר אליין, און קוקנדיג אויף דיר, צי קענסטו מיר זאגן וואס דו קלערסט, פארוואס ס'געשעט

ק: אפשר, ער איז אנגעצויגן וועגן זיך אליין.

ט: לאז אפ די ווארט 'אנגעצויגן', וואס פילט ער?

ק: אפשר, אומרואיג צי ער ווערט אקצעפטירט.

ט: זאג: איך פיל נישט אקצעפטירט, און ס'מאכט מיר נערוועז. איך קען שווער אויסהאלטן זיך אזוי צו פילן.

ק: (זאגט עס)

ט: וואס אין דיר מאכט דיך פילן א ספק צי דו ביסט אקצעפטירט?

ק: איך טו אדער האב געטון זאכן וואס האבן א פאטענציאל מיך צו שטעלן אין א ספק.

ט: זאג: צוליב געוויסע זאכן וואס איך האב געטון, אדער טו, קען עס מיך שטעלן אין א ספק צי איך בין אקצעפטירט.

ק: (זאגט עס)

ט: וואס מיינט ביי דיר 'אקצעפטירט'?

ק: א נארמאלער מענטש וואס הייבט נישט קיין ברעמען אז מ'זאל זיך וואונדערן אויף זיינע מעשים.

ט: שטעל דיך פאר אז מיט דעם אלעם וואס דו האסט געטון וואס דו האסט געטון, מיט דעם אלעם פילסטו אקצעפטירט, וואס קומט ארויף?

ק: איך אליין אקצעפטיר עס נישט. אויב איך וואלט עס אקצעפטירט, וואלט איך מיך דערפון נישט אפגעשיידט.

ט: זאג: די איינציגע וועג וויאזוי מיך צו אפטיילן פון נישט אנגענומענע מעשים איז ווען איך פיל מיך שטארק נישט אקצעפטירט דערוועגן. נאר דאס קען מיך באשיצן אז איך זאל נישט פארבלייבן נישט נארמאל. עפעס א אנדערע מהלך האב איך נישט. כאטש דאס מאכט מיך גענוג נערוועז ביז ס'געשעט אזא סימפטאם, אבער צו פארבלייבן נישט נארמאל איז פיל ערגער.

ק: (זאגט עס)

צעטל: איך פיל נישט אקצעפטירט, און ס'מאכט מיר נערוועז און אומרואיג. ווייל איך קען שווער אויסהאלטן זיך אזוי צו פילן. די איינציגע וועג וויאזוי מיך צו אפטיילן פון נישט אנגענומענע מעשים איז ווען איך פיל מיך שטארק נישט אקצעפטירט דערוועגן. נאר דאס קען מיך באשיצן אז איך זאל נישט פארבלייבן נישט נארמאל. עפעס א אנדערע מהלך וויאזוי זיך אפצוטיילן פון נישט גוטע מעשים האב איך נישט. כאטש דאס מאכט מיך גענוג אנגעצויגן ביז ס'געשעט אזא סימפטאם, אבער צו פארבלייבן נישט נארמאל איז פיל ערגער.

דאס איז איין מין וועג וויאזוי איך קען מאכן אזא סעשאן. אדער

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז דו ביסט יעצט אין יענע מצב, און דו פילסט אין דיין גאנצע קערפער א רואיגע שטארקע שטראם פון ענערגיע ווען גארנישט געשעט נישט. קומט ארויף עפעס אומבאקוועם דערמיט וואוסנדיג אז דו ביסט אזוי?

ק: אפשר, מ'זעט מיך נישט. מ'הערט מיך נישט.

ט: וואס האט שייכות אזא 'שאקל' מיט 'מ'זעט מיך נישט'.

ק:

ט: יעצט שטעל דיך פאר אז דו פילסט אז מ'זעט דיך יא, קומט עפעס ארויף אומבאקוועם, פילנדיג אז דאס איז די פאקט

ק: איך פיל אז איך דארף אסאך צושטעלן, און ס'איז מיר שווער.

ט: זאג אזוי: די איינציגע וועג וויאזוי איך קען אויפהערן פילן אז איך דארף צושטעלן, איז ווען איך פיל אז מ'זעט מיך נישט אן. עפעס א אנדערע וועג האב איך נישט וויאזוי זיך מסדר זיין דערמיט.

צעטיל: איך דארף צוריקהאלטן מיין געהעריגע ענערגיע, ווייל אויב איך לאז עס פליסן מיט א שטארקייט, הייב איך אן ווערן באווואוסטזיניג אז מ'זעט מיך נישט, און מ'הערט מיך נישט. ווייל אויב איך פיל אז מ'זעט מיך יא, און מ'הערט מיך יא, דאן קומט ארויף אז איך דארף צושטעלן סך מער וויפיל איך שטעל צו, און דאס איז גענוג אומבאקוועם פאר מיר. ענדערש האלט איך צוריק מיין ענערגיע פון פליסן מיט א שטארקייט. אזוי שפאר איך מיך איין פון פילן אז איך דארף צושטעלן. עפעס א אנדערע וועג וויאזוי זיך אויסצוקומען מיט וויפיל איך דארף צושטעלן האב איך נישט.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

נשמה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 7:27 pm
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וויל רעדן א שמועס וועגן OCD, וואס איז געבויט אויף א שיעור פון סיקסא רב וועגן דעם ענין. יעצט, דאס איז מיין אייגענע דיעה! נישט סיקסאר רב'ס. אויף אזא אופן אז מ'קען נישט קומען זאגן אז איך פארדריי וואס ער זאגט. סאו, דאס איז מיין דיעה. איך בוי עס נאר אויף זיין שיעור.

די טיפקייט פון זיין צוגאנג צו OCD (לויט וויאזוי איך פארדריי עס, אז ס'זאל שטומען לויט מיין דיעה) איז, אז די זיכערקייט פון א מענטש קומט נישט פון טראכטן צו מאכן זיכער. די זיכערקייט וואס א מענטש פילט לגבי א ענין, קומט נישט פון טון פעולות צו מאכן זיכער. די געפיל פון א מענטש אז ער איז 'ריין' און ער שטינקט נישט, קומט נישט פון 'טראכטן' און פון מאכן זיכער אז ער שאוערט זיך טאקע גוט.

זייער א אינטערעסאנטע זאך וואס ער שטעלט אוועק דער סיקסא רב שליט"א. אז די שורש פון OCD קומט פון ערגעץ ווען אין לעבן וואס מ'איז געווען געצווינגען צו טוישן די וועג וויאזוי מ'פילט זיכער.

ער טענה'ט אז די בעסטע וועג וויאזוי מ'קען פארווייניגערן OCD, וואס ער רופט כ.ו.י. (א גשמיות'דיגע סארט כוחי ועוצם ידי), איז נישט דורך זאגן צו זיך אליין "איך בין צופרידן מיט ניינציג פראצענט אויך", נאר מ'דארף וויסן ביי זיך אליין אז מ'וויל פילן זיכער, און אז מ'האט רעכט צו פילן אינגאנצן זיכער, מ'האט רעכט צו פילן אינגאנצן ריין, מ'האט רעכט צו פילן ביי זיך אז מ'גייט אויף די ריכטיגסטע וועג. ווייל יעדער מענטש פילט גוט. דו האסט אויך רעכט צו פילן גוט. די איינציגסטע זאך איז אז די וועג וואס מ'טוטצו פילן גוט מאכט ערגער.

דאס הייסט אז מ'דארף אפטיילן צווישן די זיכערקייט און צווישן די וועג וויאזוי מ'וויל עס דערגרייכן. מ'דארף וויסן אז די געפיל פון זיכערקייט קומט נישט פון די וועג וויאזוי מ'וויל עס דערגרייכן. ס'קומט נישט דורכ'ן מאכן זיכער.

אפילו אויב א מענטש קוקט גוט צי די טיר איז טאקע פארשלאסן, און ער קוקט גוט אז ער האט יא גערייניגט א זאך פון חמץ, קען ער נישט פון דעם נעמען זיין זיכערקייט. עס קומט נישט פון דעם. ווייל דאס איז נישט די געזונטע וועג וויאזוי א מענטש פילט זיכער.

די שאלה וואס פרעגט זיך איז: וויאזוי יא? וויאזוי פילט א מענטש זיכער? און דאס האט נישט קיין תירוץ. פונקט אזוי ווי א מענטש וואס פילט יא זיכער, פרעגט זיך נישט די קשיא "וויאזוי זאל איך פילן אומזיכער?" ער ווייסט נישט. ער ווייסט נישט וואס פונקטליך ס'מאכט אים פילן זיכער. אויב וואלט א מענטש געקענט אנצייגן וואס עס מאכט פילן א מענטש זיכער, וואלט א OCD געקענט טון יענע זאך, און ער וואלט געפילט זיכער.

קומט אויס פון דעם אז עס איז נישטא קיין ענטפער אויף די פראגע: וויאזוי פילט א מענטש זיכער. וויאזוי זאל איך יא פילן זיכער. ס'האט נישט קיין ענטפער. אבער דאס יא: א מענטש האט רעכט צו פילן זיכער. וויאזוי? איך ווייס נישט. ס'געשעט. השי"ת האט אזוי באשאפן. ער געט מיך זיכערקייט. און נישט ווייל איך מאך זיכער, נישט ווייל איך טשעק. אויסדרוקליך נישט

אנשטאטס צו קוקן אויף "וויאזוי זאל איך טון, צו פילן זיכער" קוק אויף "איך האב רעכט צו פילן זיכער" וויאזוי? איך ווייס נישט. ס'געשעט. די וועג צו פילן זיכער איז נישט דורכ'ן מאכן זיכער, נאר דורכ'ן אויסהיילן די שורש וואס האט איינגערעדט אז כדי צו פילן זיכער, דארף מען טון פעולות צו מאכן זיכער. דאס איז נישט אמת. זיכערקייט האט נישט מיט מאכן זיכער, עס קומט אלץ א מתנה פון אייבערשטן מאוצר מתנת חינם.

אויב עפעס, איז עס נאר די גורם וואס האט גורם געווען דעם מענטש אז ער האט זיך איינגערעדט אז ער מוז מאכן זיכער כדי צו פילן זיכער.

אפילו אויב א מענטש וואס ליידט אויף OCD אדער וויאזוי ער רופט עס: כו"י, און ער טוט א פעולה וואס געט אים די געפיל אז "אה, יעצט בין איך זיכער, יעצט פיל איך גוט", דארף מען אבער זאגן צו זיך אליין "ס'קען זיין אז יעצט פיל איך גוט, ווייל איך האב געטון געוויסע פעולות, אבער דאס איז נישט די וועג וויאזוי אנצוקומען צו פילן גוט".

פילן גוט, פילן אז מ'טוט גוט, אדער אז מ'איז ריין, אדער אז מ'האט געטון וואס מ'דארף, קומט נישט פון "טון א פעולה", פון וואו קומט עס יא? אזא שאלה, האט נישט קיין תירוץ. און עס דארף נישט האבן א תירוץ. ס'קומט פון זיך אליין. השי"ת געט עס פאר די מענטש.

ווען א מענטש טרעפט זיך טון פעולות וואס מאכן אים פילן זיכער, קען ער זאגן פאר זיך אליין, "איך האב רעכט צו פילן זיכער, איך וויל פילן זיכער, אבער איך דארף נישט טון אזעלכע פעולות כדי דאס צו פילן". מיין זיכערקייט דארף קומען פון א אנדערע פלאץ. אבער פון וואו? פון אויבן. פון באשעפער, פון זיך אליין צו מיר. איך האב רעכט צו פילן זיכער, אבער נישט דורך טון די פעולות וואס איך טו יעצט. "נישט די פעולות מאכן א מענטש פילן זיכער"

אנדערש ווי אסאך וואס זאגן אז א OCD דארף קודם וויסן אז ער דארף פילן אומריין, אדער אז ער איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, אדער אז ער איז א שייגעץ, כדי זיך אויסצוהיילן. דאס איז נישט אמת. א OCD דארף יא וועלן און גליסטן צו פילן גוט. דאס איז נישט די פראבלעם, די פראבלעם איז די 'פעולות' וואס מ'טוט כדי דאס צו עררייכן.

די איינרעדעניש איז אז די 'פעולות' זענען די וועג וויאזוי מ'עררייכט ריינקייט.

אבער מ'האט רעכט צו וועלן מיט די גאנצע תשוקה פילן גוט. יעדער פילט גוט. די פראבלעם איז נישט אז מ'וויל פילן זיכער, די פראבלעם איז די איינרעדעניש וויאזוידאס צו עררייכן. דארט געשעט עס. נישט אז דארט געשעט עס, אבער דארט איז די גורם. און דאס קומט אוודאי פון עפעס אנדערש

ס'איז זייער שווער פאר איינעם וואס ליידט פון אזא זאך, צו גלייבן אז זיכערקייט קומט נישט פון טון פעולות.

מ'דארף גיין אזוי.

א) איך וויל פילן גוט. איך האב רעכט. יעדער פילט גוט. יעדער פילט זיכער. יעדער פילט אז מ'טוט גוט. די וועלט לעבט נישט אין ספיקות.

ב) וויאזוי דערגרייך איך עס?

ג) איך ווייס נישט. קיינער ווייסט נישט. קיינער האט נאך קיינמאל נישט געוואוסט. ס'געשעט. השי"ת געט עס. איך ווארט אז השי"ת זאל מיר עס געבן.

ד) אבער דאך, איך וויל פילן זיכער, איך וויל פילן גוט.

ה) גיי צוריק צו אנהייב. איך האב רעכט... דאס צווינגט די מח צו ענדערש טרעפן דארט ווי מ'איז געווארן פארשעמט, אדער מ'האט זיך אויסגלערנט די פאלשע וועג, די איינרעדעניש וויאזוי צו פילן זיכער. אז מ'דארף טון פעולות צו פילן זיכער

און אויב מ'טרעפט זיך טון אדער נאך טון, פעולות כדי צו פילן זיכער. זאגט מען: ס'קען זיין אז איך פיל גוט, אבער נישט דאס איז די וועג. די וועג איז אז צו טרעפן דארט וואס האט מיך אויסגעלערנט אז כדי איך זאל פילן זיכער, דארף איך טון פעולות. זיכערקייט האט נישט מיט פעולות.

כך נראה לי לפום ריהטא. אויסצוגיסן מיינע רעיונות וועגן דעם אינטערעסאנטן שיעור אויף OCD וואס ער רופט כו"י. פארשטייט זיך אז דאס ארבעט צוזאמען מיט ר' שרגא פליישמאנס ני" מהלך פון אויפגעבן יכולת. וכל שם וחניכא דאית ליה

והשם הטוב עוזר ויעזור
.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7143
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

ק: ווען איך הער א שיעור, אדער וויל איך מיך נישט קאנצענטרירן, אדער קען איך מיך נישט קאנצענטרירן

ט: ענדיג: אויב איך קאנצענטריר מיך יעצט, דאן...

ק: פיל איך ווי איך דארף מיך מבטל זיין

ט: זאג אזוי: איך וויל מיך באשיצן פון פילן מבטל געווען. אויב איך הער דיך, גיי איך פילן אזא געפיל פון 'מבטל געווען', און איך וויל מיך באשיצן דערפון, איך קען מיך נישט ערלויבן דאס צו פילן.

ק: (זאגט עס)

צעטיל: איך וויל מיך באשיצן פון פילן מבטל געווען. אויב איך גיי מיך קאנצענטרירן אין וואס דו זאגסט, גיי איך פילן אזא געפיל פון 'מבטל געווען', און איך וויל מיך באשיצן דערפון, איך קען מיך נישט ערלויבן דאס צו פילן. האב איך דען א אנדערע יודישע וועג וויאזוי צו הערן און מיט דעם אלעם נישט פילן 'מבטל געווען'.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7143
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

די פאלגנדע פרוביר איך צו בויען אויף די געשרייבאכצער פון ר' חיים מאיר פערל נ"י.

ק: איך האב נאך אלץ עקספיריענסד דעם 'שאקל סימפטאם'

ט: ברענג ארויף אין דיין עקספיריענס ווי כאילו ס'איז יעצט, און זאג: אלעס אין מיר פילט זיך יעצט באקוועם. און געב א קוק צי אלעס אין דיר איז מסכים דערצו?

ק: וועגן עפעס בין איך נערוועז.

ט: פרוביר צוצולייגן דיין אטענשאן צו דיין נפש וואס נפש'ט אט דעם אומרואיגקייט, און פרוביר עס צו פילן, און ענדיג: איך בין אומרואיג וועגן...

ק: איך פיל ווי איך בין עפעס נישט מיט מיר אליין

ט: פרוביר יא צו זיין מיט דיר אליין. צי קומט דיר ארויף אין דיינע געפילן עפעס אמבאקוועמער, ווייניגער באשיצט, און אויב יא, זאג מיר וואס דאס איז

ק: איך טו נישט צום זאך. און ס'שטערט מיר.

ט: ענדיג: איך בין אומרואיג מיט מיר אליין, ווייל ס'קומט מיך ארויף די געפיל אז איך טו נישט צום זאך.

ק: (זאגט עס)

ט: צי וואלסטו געקענט באשטיין מיר צו זאגן מער דערוועגן? וואס ווייסטו מיינט דאס "איך טו נישט צום זאך"

ק: סוף טאג זע איך אלעמאל אז איך בין נישט אנגעקומען מיט עפעס זאכליך.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז יעצט איז ביינאכט, דו גייסט אריין אין בעט, און דו פילסט ביי דיר אז ב"ה, ס'איז טאקע געווען שווער, אבער השי"ת האט דיך געהאלפן און דו האסט געטראפן א וועג אז דוקא וואס דו טוסט, טוסטו נאר זאכן וואס זענען וואס דאס איז וואס דו דארפסט טון. פילט זיך דיר אינגאנצן באקוועם דערמיט?

ק: ניין. איך וויל עפעס ווייזן. אז מ'טוט נישט אזוי מיט מיר. (ביטע נעמען אין אכט אז דאס זענען געפילן אין מיין נפש, אייגן געבויטע דמיונות, און קיינער איז אויסדרוקליך נישט שולדיג.)

ט: פרוביר צו עקספיריענסן אז נישט קיין חילוק וואס דו טוסט, טוסטו צום זאך. און די רגע ס'קומט ארויף ווייטאג, דשאסט זאג מיר די ווייטאג. אבער דו ביסט מצליח!

ק: איך האב נישט געוואלט אז מ'זאל זיך צו מיר אזוי אויפפירן.

ט: עקספיריענס אז דו ביסט זייער שטארק מצליח, און זאג מיר נאך...

ק: מ'קען נישט טון אזוי צו איינעם. איך וויל יענץ טוישן.

ט: זאג: איך וויל באשיצן פון עקספיריענסן אז איך לאז לויפן די וועג וויאזוי מ'האט זיך אויפגעפירט צו מיר.

ק: (זאגט עס)

ט: וואס קומט ארויף אומבאקוועם, ווען מיט דעם אלעם לאזטו עס לויפן

ק: איך פיל מיך אזוי ווי לופט.

ט: זאג אזוי: איך וויל מיך באשיצן פון פילן ווי לופט. אויב איך גיי לאזן לויפן וויאזוי מ'האט זיך אויפגעפירט צו מיר, בין איך זיכער ווי לופט. איך האב נישט א וועג וויאזוי דאס צו לאזן לויפן, און מיט דעם אלעם נישט האבן די געפיל אז איך בין לופט.

ק: (זאגט עס)

צעטיל: איך וויל מיך באשיצן פון פילן ווי לופט. אויב איך גיי לאזן לויפן וויאזוי מ'האט זיך אויפגעפירט צו מיר, בין איך זיכער ווי לופט. איך האב נישט א וועג וויאזוי דאס צו לאזן לויפן, און מיט דעם אלעם נישט האבן די געפיל אז איך בין ווי לופט. אויב איך בין מצליח, מיינט אז איך לאז עס לויפן, און איך וויל מיך באשיצן דערפון. אפילו אויב ווען איך ווייס אז איך טו נישט צום זאך, בין איך אומרואיג צו זיין מיט מיר אליין, און דאס איז גורם א סימפטאם. אבער איך וויל מיך באשיצן פון פילן אז איך בין ווי לופט.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידי חס ושלום.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

נשמה האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 7:52 pm
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דעם סעשאן פרוביר איך צו בויען אויף די געשרייבאכצער פון ר' חיים מאיר פערל נ"י. מ'דארף האלטן קאפ אויף איין פראגע, נעמליך: וויאזוי און פארוואס איז די ענערגיע סטאק ביי דעם מענטש. מ'האלט קאפ אויף די געלויף פון ענערגיע, סיי וויאזוי עס איז סטאק, און סיי וויאזוי ברענג איך צוריק די פלוס דערפון.

געוואלדיג, דער און אלע אנדערע סעשענס.

איך האב שטארק הנאה פון דעם וואס דו האסט געלייגט די צוויי שורות מסביר צו זיין אין קורצן ר חיים מאירס מהלך.
בקשה: ביטע אויב דו קענסט אין די קומענדיגע סעשענס שרייבן נאך אפאר קורצע [אדער לאנגע ] שורות נאך אביסל מסביר צו זיין וואס דא טוט זיך.
איי וועט מען פרעגן, גיי צו ר חיים מאירס אשכול ? תירוץ: יעדע פארשטייט א צווייטע שפראך, דו מיט דיין קורצע שורות ברענגט עז ארויס אין איין מינוט.
יישר כח
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7143
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

די פאלגנדע סעשאן פרוביר איך צו בויען אויף די געשרייבאכצער פון ר' מאיר חיים פערל נירו יאיר ויזרח

זיין מהלך לויפט אז ענערגיע ווערט געבלאקט ווען מ'פרובירט זיך צו באשיצן פון עפעס. צו כאפן פון וואס און וויאזוי זיין נפש פרובירט זיך צו באשיצן. און מ'פרובירט צו מאכן אז דעם קליענטס נפש זאל כאפן אז ער איז סיי וויאזוי באשיצט. אז ס'פעלט נישט אויס דער בלאק.

ק: איך קום נאך אלץ נישט אן צו עפעס זאכליך.

ט: שטעל דיך פאר אז וואס דו האסט געטון במשכ'ן טאג ביז ביינאכט, איז געווען דאס וואס ווערט אנגעקוקט ביי אלע דיינע ארומיגע און ביי דיר אליין אויף אזא אופן אז דער געפיל "איך האב נישט געטון צום זאך" איז נישט שייך צו טראכטן און פילן בשום אופן. ווייל יעדער, און אויך דו אליין, האלט אז דאס איז וואס דו האסט געדארפט טון.

(איך האף מיט דעם ארויסצוברענגען פון וואס דעם "קליענטס" נפש וויל זיך באשיצן. איך פרוביר צו שטעלן אזא פראגע וואס - לויט ווי איך שטעל מיך יעצט פאר - זאל אויפוועקן די עקספיריענס פון מער נישט זיין באשיצט)

ק: ס'קומט ארויף אזא כראנישע "קיינער קוקט מיך נישט אן".

ט: (זעט אויס אז דעם "קליענטס" נפש וויל זיך באשיצן פון א געפיל פון "קיינער קוקט מיך נישט אן". איך גיי שטעלן א פראגע וואס זאל ארויפברענגען וויאזוי דער "קליענט" באשיצט זיך פון אזא "קיינער קוקט מיך נישט אן" מיט דעם וואס ער טוט נישט צום זאך.)

ט: זע דיך סוף טאג, גארנישט געטון, און ענדיג דעם זאץ: יעצט בין איך אויף עפעס א אופן באשיצט פון אזא געפיל אז "קיינער קוקט מיך נישט אן" ווייל...

ק: נאר ווען איך בין געווען פראבלעמאטיש האט מען מיך אנגעקוקט. (ביטע נעמען אין אכט אז דאס איז נאר אייגנגעבויטע דמיונות...)

ט: ענדיג נאכאמאל דעם פריערדיגן זאץ.

ק: אזוי אנקער איך די אטענשאן פון מיינע ארומיגע צו טראכטן פון מיר.

ט: (איך וויל מער פארשטייין) ווען דו זאגסט "קיינער קוקט מיך נישט אן" וואלסט מיר געקענט מער פארשטיין געבן דיין עקספיריענס?

ק: איך פיל נישט אז איך מאך אויס פאר איינעם. קען זיין איך מאך אויס, אבער איך פיל עס נישט. קיינער באמערקט מיך נישט. אפילו אויב איך ווייס אז מ'באמערקט מיך יא, אבער...

ט: (ווי מ'קען זען האט דער "קליענט" א געברויך צו פילן אז מ'זעט אים נישט. אז מ'באמערקט אים נישט. און איך אלץ "טערעפיסט" וויל אז דער "קליענט" זאל עקספיריענסן פארוואס ער האלט אן דעם 'בעליף'.

ט: שטעל דיך נאכאמאל פאר אז ס'איז סוף טאג, און וואס דו האסט געטון איז געווען גוט געטון, און יעדער איז צופרידן, און נישטא קיין מחשבות אז "איך האב נישט געטון צום זאך", ווייל ממש יעדע תנועה איז געווען גוט, לויט דיר, און לויט יעדעם. און אויך שטעל דיך פאר אז דו פילסט אז מ'באמערקט דיך. דו פילסט אז דו מאכסט אויס. צי קומט ארויף עפעס אומבאקוועם?

ק: איך פיל נישט אייגנארטיג.

ט: ענדיג אזוי: ווען איך טו נישט צום זאך, ווער איך אויף עפעס א אופן באשיצט פון די געפיל אז איך בין נישט אייגנארטיג. ווייל...

ק: ווייל נאר דאס איז אנדערש ווי יעדעם.

ט: זאג אזוי: איך וויל מיך באשיצן פון די געפיל אז איך בין אומאייגנארטיג. און די איינציגע וועג וואס איך האב איז ווען איך מאך זיכער אז איך טו נישט צום זאך, ווייל נאר דאס איז עכט אייגנארטיג. עפעס א אנדערע וועג וויאזוי צו זיין אייגנארטיג האב איך נישט. אפילו אויב ווען איך טו נישט צום זאך, מאכט עס מיר סימפטאמען, אז איך קען נישט זיין מיט מיך אליין. אבער זיך פילן אומאייגנארטיג איז זייער אומבאקוועם.

ק: (זאגט עס)

צעטיל: איך וויל מיך באשיצן פון די געפיל אז איך בין אומאייגנארטיג. און די איינציגע וועג וואס איך האב איז ווען איך מאך זיכער אז איך האב נישט געטון צום זאך, ווייל נאר דאס קען מיר געבן די געפיל אז איך בין אייגנארטיג. עפעס א אנדערע וועג וויאזוי צו טון צום זאך, און דאך פילן אייגנארטיג האב איך נישט. אפילו אויב ווען איך טו נישט צום זאך, מאכט עס מיר סימפטאמען, אז איך קען נישט זיין מיט מיך אליין. אבער זיך פילן אומאייגנארטיג איז זייער אומבאקוועם.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידי ח"ו
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”