שאלות אין הלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:03 pm
איינער טרעפט געלט ברה"ר אן קיין סימן מנין אדער מקום, דער פלאץ ווי ער האט עס געטראפן האט א סערוועליענס קעמערע, איז ער מחיוב בהשבת אבדה?
פטור!
וויבאלד יענער קען נישט געבן קיין סימן.
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

תגובה דורך שפילקעס »

שעטנז האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:35 pm

גלאט פטור? אפילו מ’זעהט קלאר אויף די קעמרעס פון וועם ס’פאלט אראפ?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

שפילקעס האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:24 am

דער שאלה איז דאך נישט דייקא צו מ'ווייסט אדער נישט, ווייל אפילו איינער ווייסט ווער דער פארלירער איז דארף ער דען צוריק געבן א זאך שאין בו סימן?

דער סיבה אז עס איז הרי אלו שלו האט מיט דעם אז דער פארלירער איז זיך מייאש גלייך (און אדם עשוי למשמש בכיסו כל שעה) זינט עס האט נישט קיין סימן.

דער שאלה וואלט נאר געווען צו דאס אז עס איז דא קאמערעס קען מאכן אז דער פארלירער זאל זיך נישט מייאש זיין, אבער עס איז נישט קיין שטארקע חשש מיינעך זינט ער מוז דאך נישט וויסן פונקט וואו עס איז אראפגעפאלן צו קענען טראכטן אז עס איז געקאווערט מיט קאמעראס. ווי אויך מוז נישט זיין אז ער טראכט אז דער טרעפער קען/וועט אנקומען צו די קעמערעס צו קוקן.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35858
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

1) אויב איז דא קעמרעס ווער זאגט אז ס'הייסט פארלוירן?
2) א קלייניגקייט וואס פאלט אראפ פון א פארבייגייער איז שווער צו באמערקן אויף א קעמרע, ווענדט זיך לכאורה אין די סיסטעם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

קנאפער ידען האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 5:51 am
שפילקעס האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:24 am
שעטנז האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:35 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:03 pm
איינער טרעפט געלט ברה"ר אן קיין סימן מנין אדער מקום, דער פלאץ ווי ער האט עס געטראפן האט א סערוועליענס קעמערע, איז ער מחיוב בהשבת אבדה?
פטור!
וויבאלד יענער קען נישט געבן קיין סימן.
גלאט פטור? אפילו מ’זעהט קלאר אויף די קעמרעס פון וועם ס’פאלט אראפ?
דער שאלה איז דאך נישט דייקא צו מ'ווייסט אדער נישט, ווייל אפילו איינער ווייסט ווער דער פארלירער איז דארף ער דען צוריק געבן א זאך שאין בו סימן?

דער סיבה אז עס איז הרי אלו שלו האט מיט דעם אז דער פארלירער איז זיך מייאש גלייך (און אדם עשוי למשמש בכיסו כל שעה) זינט עס האט נישט קיין סימן.

דער שאלה וואלט נאר געווען צו דאס אז עס איז דא קאמערעס קען מאכן אז דער פארלירער זאל זיך נישט מייאש זיין, אבער עס איז נישט קיין שטארקע חשש מיינעך זינט ער מוז דאך נישט וויסן פונקט וואו עס איז אראפגעפאלן צו קענען טראכטן אז עס איז געקאווערט מיט קאמעראס. ווי אויך מוז נישט זיין אז ער טראכט אז דער טרעפער קען/וועט אנקומען צו די קעמערעס צו קוקן.
גערעכט. דבר שאין בו סימן דארף מען נישט צוריקגעבן אפילו מ'ווייסט קלאר ווער די בעלים זענען. באופן וואס זיי האבן זיך זיכער מיאש געווען.

רב אשר ווייס שליט''א שרייבט אז מ'איז פטור אפילו במקום וואס די פארלירער ווייסט קלאר אז ס'איז דא קעמרעס אויף די פלאץ ווי ער האט עס פארלוירן.
ער ברענגט נאר פון שו''ע הרב אז ס'איז דא א לפנים משורת הדין צוריקצוגעבן אפילו אבידה שאין בה סימן.

אנדערע זענען מחולק אויף אזא פאל ווי מ'ווייסט קלאר אז ס'איז דא קעמערעס.

השבת אבידה
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:03 pm
איינער טרעפט געלט ברה"ר אן קיין סימן מנין אדער מקום, דער פלאץ ווי ער האט עס געטראפן האט א סערוועליענס קעמערע, איז ער מחיוב בהשבת אבדה?
אויב ווייסט ער ממילא ווער דאס איז אין ער איז א ערליכער איד איז דא לפנים משורת הדין.
אויב סאיז א גרויסע טרחא פין צייט נאכזוכן אויף די קעמרע, פשטות איז מען דאס שוין נישט מחיוב אפי' לפמשה"ד.
בכל אופן שטייט אין רמ"א אז טאמער דער מאבד עשיר אין המוצא עני איז מען אויך נישט מחוייב לפמשה"ד. (אין אויב וויל ער בכל אופן צוריק געבן זאל מאכן א שאלה וועגן מעשר געלט).
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20032
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יישר כח לכל העונים
מיין שאלה איז טאקע בעיקר געווען אויף דעת בני אדם אויב טוישט זיך די מציאות נאך וואס עס זענען דא קעמערעס אין אלע פאבליק פלעצער.

למעשה אז ס'איז אן אבידה ווייסט ער דאך געווענליך נישט ווי ער האט עס אראפגעלאזט, איז ווייסט ער דאך נישט אויב איז דא דארט א קעמערע אדער נישט..

די שאלה איז געווען אין א היכל התורה ווי עמיצער האט געטראפן א $20 אינטער א טיש. כאפ איך זיך יעצט אנאנדער שאלה, אפשר איז דער רב (ער איז דער בעה"ב) קונה דעם אבידה מדין חצרו?
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 3:31 pm

דער שאלה וועט זיין קודם כל צו עס הייסט א חצר המשתמרת אז עס זאל קונה זיין לבעלים, אויב עס איז אפען פאר יעדן (און אויך אינקלודינג ווער ווייסט וועלכע סארט מענטשן.)

א צווייטע שאלה וועט זיין צו עס הייסט עכט חצר פרטי פון דער רב אז עס זאל קונה זיין כידו (עס איז א מחלוקת אין די לעצטערע פוסקים, עי' פתחי חושן אבידה ומציאה פרק טו הלכה יג אין די הערות וואס איז מצדד אז - היות עס איז פון מעות צדקה - עס איז הקדש ביי וועלכע עס איז נישט דא קיין יד צו קונה זיין בחצר, אבער ר' משה שטרנבוך אין תשובות והנהגות חלק א' סימן תתי"ט זאגט יא - ביי א ביהמ"ד ווי דער רב/רבי איז פולער באלעבאס - אז עס איז אזויווי חצרו הפרטי.)
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

געטראפן א ביכל פון מאנסי טרעילס טיקעטס אן קיין נאמען, די פלאץ הייסט א סימן??
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות

קנאפער ידען האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 3:48 pm

כלפי שאלה ב' יישר כח. (כ'דענק גראדע א שמועס אין שדי חמד בנידון אבידה שנמצאת בחצר בית הכנסת, דאכט זיך ער רעדט דארט דערפון, העמיר נאכקוקן שפעטער בל"נ)

כלפי שאלה א איבער חצר המשתמרת, כ'מיין אז א ביהמ"ד מיט סערוועליענס קעמערעס דארף צו הייסן א חצר המשתמרת אפילן עס דרייען זיך דארט כל הקהל הקודש

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 3:49 pm

וועלעכע פלאץ?
(די טיקעטס האבן נומערן?)

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 3:56 pm

דער שדי חמד בנידון אבידה שנמצאת בחצר בית הכנסת איז מסתם אלץ בית הכנסת וואס איז הקדש, וואס דארט איז דא מחלוקת הראשונים צו עס איז דא קניין חצר ביי הקדש אדער נישט. אבער דא ביי א ביהמ"ד פרטי איז אויך דער צוגעלייגטער שאלה צו עס איז זיין פריוואטע חצר/יד לגבי דעם.

גוטע פונקט לגבי קעמערעס אין א ביהמ"ד לגבי חצר המשתמרת! אין פסקי תשובות אויף סימן קנ"ד הל' תשמישי קדושה אות ל"ו זאגט ער טאקע אז עס אפילו א ביהמ"ד אונטער פריוואטע אונערשיפ הייסט נישט חצר המשתמרת, אבער ער לייגט צו אז אויב דער ממונה איז אגאנצן צייט דארט וועט עס יא זיין אבידה לבעלים (געוואנדען אין דער מחלוקת/נידון איבער צו עס איז הקדש אדער נישט), און קעמערעס - אויב עס איז דא - וועט טאקע זייער מעגליך אריינגיין אין דעם כלל.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20032
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ער ברענגט פון פרמ"ג א ספק ביי א ביהכ"נ, ס'אביסל משמע אז דער ספק איז טאקע אויב א ביהכ"נ הייסט חצר המשתמרת (חוץ מזה איז דא דער עיקר נידון אויב יש חצר להקדש פון וואס דער פרמ"ג רעדט נישט)

שדי חמד אסיפת דינים ביהכ"נ אות כ
2459A933-6229-4328-A25C-2590576A609B.png
2459A933-6229-4328-A25C-2590576A609B.png (129.99 KiB) געזען 445 מאל
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

קנאפער ידען האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 3:48 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 3:31 pm
יישר כח לכל העונים
מיין שאלה איז טאקע בעיקר געווען אויף דעת בני אדם אויב טוישט זיך די מציאות נאך וואס עס זענען דא קעמערעס אין אלע פאבליק פלעצער.

למעשה אז ס'איז אן אבידה ווייסט ער דאך געווענליך נישט ווי ער האט עס אראפגעלאזט, איז ווייסט ער דאך נישט אויב איז דא דארט א קעמערע אדער נישט..

די שאלה איז געווען אין א היכל התורה ווי עמיצער האט געטראפן א $20 אינטער א טיש. כאפ איך זיך יעצט אנאנדער שאלה, אפשר איז דער רב (ער איז דער בעה"ב) קונה דעם אבידה מדין חצרו?
דער שאלה וועט זיין קודם כל צו עס הייסט א חצר המשתמרת אז עס זאל קונה זיין לבעלים, אויב עס איז אפען פאר יעדן (און אויך אינקלודינג ווער ווייסט וועלכע סארט מענטשן.)

א צווייטע שאלה וועט זיין צו עס הייסט עכט חצר פרטי פון דער רב אז עס זאל קונה זיין כידו (עס איז א מחלוקת אין די לעצטערע פוסקים, עי' פתחי חושן אבידה ומציאה פרק טו הלכה יג אין די הערות וואס איז מצדד אז - היות עס איז פון מעות צדקה - עס איז הקדש ביי וועלכע עס איז נישט דא קיין יד צו קונה זיין בחצר, אבער ר' משה שטרנבוך אין תשובות והנהגות חלק א' סימן תתי"ט זאגט יא - ביי א ביהמ"ד ווי דער רב/רבי איז פולער באלעבאס - אז עס איז אזויווי חצרו הפרטי.)
נאך א סברא איז דא אז דער בעל החצר איז נישט קונה, וויבאלד קנין חצר איז נישט קונה שלא מדעתו נאר בדבר שמצוי שיגיע לחצר. ( לויט טייל פוסקים)

במרדכי ב"מ סי' רס.
"נשאל לה"ר אביגדור כהן על עובד כוכבים שאבדו לו מעות בבית ישראל ומצאן ישראל אחר, וטוען הישראל שהאבידה בביתו כבר
קנתה לי חצרי אפילו שלא מדעתי. והשיב דלא מצי טעין הכי דלא אמרינן חצרו של אדם קונה לו אלא במידי דשכיח ורגיל למצוא".
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20032
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שפילקעס האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 6:40 pm
נאך א סברא איז דא אז דער בעל החצר איז נישט קונה, וויבאלד קנין חצר איז נישט קונה שלא מדעתו נאר בדבר שמצוי שיגיע לחצר. ( לויט טייל פוסקים)

במרדכי ב"מ סי' רס.
"נשאל לה"ר אביגדור כהן על עובד כוכבים שאבדו לו מעות בבית ישראל ומצאן ישראל אחר, וטוען הישראל שהאבידה בביתו כבר
קנתה לי חצרי אפילו שלא מדעתי. והשיב דלא מצי טעין הכי דלא אמרינן חצרו של אדם קונה לו אלא במידי דשכיח ורגיל למצוא".
א ביהמ"ד איז בפשטות א מקום ווי עס איז זייער מצוי אז מען זאל איבערלאזן חפצים ובכן איז שטארק יתכן אז ס'דא סמיכת דעת. בפרט אין די שולן ווי עס הענגען די צעטלעך פון כל הנכנס וכו'..
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 4:02 pm
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 3:49 pm
געטראפן א ביכל פון מאנסי טרעילס טיקעטס אן קיין נאמען, די פלאץ הייסט א סימן??
וועלעכע פלאץ?
(די טיקעטס האבן נומערן?)
די פלאץ איז סתם ערגעץ אויפן גאס, כ'קען אפשר ניצן די אדרעס פאר א סימן.
מה שנוגע פאר טיקעט נאמבערס, כ'ווייס נישט צו ס'העלפט ווייל קיינער קוקט נישט אויף זיין טיקעט נמבערס ווען ער קויפט עס, ממילא גלייב איך נישט אז ס'איז א סימן.
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20032
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 9:27 am
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 4:02 pm
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 3:49 pm
געטראפן א ביכל פון מאנסי טרעילס טיקעטס אן קיין נאמען, די פלאץ הייסט א סימן??
וועלעכע פלאץ?
(די טיקעטס האבן נומערן?)
די פלאץ איז סתם ערגעץ אויפן גאס, כ'קען אפשר ניצן די אדרעס פאר א סימן.
מה שנוגע פאר טיקעט נאמבערס, כ'ווייס נישט צו ס'העלפט ווייל קיינער קוקט נישט אויף זיין טיקעט נמבערס ווען ער קויפט עס, ממילא גלייב איך נישט אז ס'איז א סימן.
א אדרעס סתם אזוי איז נישט קיין סימן. ווען מ'זאגט 'סימן מקום' מיינט עס אז ס'איז דא א צד לויט די מקום ווי מ'האט עס געפינען אז ס'איז דארט בכונה געלייגט געווארן און איז פארגעסן געווארן, און ווען דער בעה"ב דערמאנט זיך פון זיין אבדה קען ער עס אפזוכן און געבן דעם סימן ווי ער האט עס געלייגט. מה שאי אפשר לומר אין א רה"ר ווי מ'לייגט נישט אראפ קיין זאכן.

נומערן איז אויבן אויף א געהעריגע סימן וואס מאכט עס זיין א אבדה שאפשר לתבוע בסימנים און ביזט מחיוב עס צו מכריז זיין כדין
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20032
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

עס קען זייער מעגליך זיין אז דער בעל אבדה האט איין טיקעט בעפאר געגעבן פאר זיין ברידער וכדו' און אזוי קען ער גרינג וויסן די נעקסטע טיקעט נומער און עס אזוי אפבעטן. עס קען זיין אזויפיל היכי תמצא'ס ער זאל קענען דערגיין בערך די טיקעט נומערן אז ובכן איז קרוב לודאי אז ס'איז א געהעריגע אבדה וואס מ'איז מחיוב צו מכריז זיין.

עס קען יא ווערן א שאלה אויב די טיקעטס האבן א עקספירעישען דאטום. דאן דארף מען עס אפשר פארקויפן בזול און אוועקלייגן די געלט עד שיימצא הבעל אבדה.

אבער יתכן מאוד אז מ'זאל נישט מעגן היות ווי די בעה"ב פון מאנסי טרעילס איז דאך א איד איז אפשר האט ער געגעבן פארן בעל אבדה נייע טיקעטס נאכן איהם גלייבן אויפן ווארט.

וצריך שאלת חכם
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4228
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

מעג מען צולייגן א אייער צו קאכן אין א טאפ ווי די אנדערע אייער זענען שוין אפגעקאכט?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17415
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נישטאמת האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 7:33 pm
מעג מען צולייגן א אייער צו קאכן אין א טאפ ווי די אנדערע אייער זענען שוין אפגעקאכט?
יא.

אבער ס'לוינט זיך נישט ווייל די אנדערע אייער גייען זיך צו-ברענען און פלאצן..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

אוראייניקל האט געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2024 4:51 pm
נישטאמת האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 7:33 pm
מעג מען צולייגן א אייער צו קאכן אין א טאפ ווי די אנדערע אייער זענען שוין אפגעקאכט?
יא.

אבער ס'לוינט זיך נישט ווייל די אנדערע אייער גייען זיך צו-ברענען און פלאצן..
א סעמפל פון א דיין וואס קען אויך די פיפטע שלחן ערוך..
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

איך וויל איבערניצן א 'קדם' גלאזערנע וויין פלאש. דארף איך עס טובל'ן? און אויב יא, דארף איך אפקראצן די לעיבל?
אוועטאר
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

אור כי טוב האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:36 am
איך וויל איבערניצן א 'קדם' גלאזערנע וויין פלאש. דארף איך עס טובל'ן? און אויב יא, דארף איך אפקראצן די לעיבל?
אמאל געהערט (כ'ווייס נישט ווי קראנט) אז קדם מאכט אליין זייערע באטלעך.
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אור כי טוב האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:36 am
איך וויל איבערניצן א 'קדם' גלאזערנע וויין פלאש. דארף איך עס טובל'ן? און אויב יא, דארף איך אפקראצן די לעיבל?
לגבי דער סטיקער איז מסתבר אז אויב דו לאזסט עס אפעציעל דארט ביים איבערנוצן גייט עס אריין אינעם כלל פון אינו מקפיד (יו"ד ק"כ סי"ג) און עס איז נישט קיין חציצה.

לגבי צו עס דארף טבילה, איז דא א שיטה (עס איז א שטיקל חידוש און כמובן נישט יעדער האלט אזוי, סאו כ'שרייב עס נאר אלץ ידיעה נישט אז זאלסט עס אננעמען אן פרעגן א דיין/רב) פון ר' משה פיינשטיין זי"ע ( אגרות משה ח"ב מיו"ד סימן מ' ) אז עס דארף נישט קיין טבילה ווייל ביז יעצט איז עס געווען ווי בטל צו די משקין אינעווייניג (ווייל עס איז נישט געמאכט געווארן אלץ כלי צו אריינלייגן זאכן, נאר צו פשוט האלטן די משקין צו קענען עס פארקויפן) און יעצט אז דו ווילסט עס נוצן מאכסטו עס א כלי במילא דארף עס נישט קיין טבילה.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20419
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אור כי טוב האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:36 am
איך וויל איבערניצן א 'קדם' גלאזערנע וויין פלאש. דארף איך עס טובל'ן? און אויב יא, דארף איך אפקראצן די לעיבל?
איך האב געהאט ממש דעהר שאלה פסח נאך די סדר נאכט.
עס איז מיר געבליבען 3 גלאזערנע פלעשער גרעיפ דזשוס. אלע האבן געהאט נאר אביסל גרעיפ דזשוס.
מעג איך אריינגיסען אלעס אין 1 גלאזערנע גרעיפ דזשוס פלאש?
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”