Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?
1. יוסף הכהן האט געשריבן זיינע ביכער (קדמוניות היהודים, מלחמות היהודים, נגד אפיון, חיי יוסף) עטליכע הונדערט יאר איידער חז״ל האבן געשריבן די משנה און די גמרא.
2. יוסף הכהן האט געשריבן די היסטאריע פאר זיינע צייטן, פון די ביכער וואס זענען דעמאלטס געווען בנמצא, דהיינו, תנ״ך, די ספרים חיצונים, ספרים וואס יודן האבן געשריבן, (חלקים זענען נאך פארבליבן טייל פון זיי זענען געווען מתיוונים),און ביכער פון גריכישע היסטאריקער, א שטייגער ווי העראדאטוס וכדומה.
3. בימים ההם, ביז ממש לעצטנס, איז נישט געווען אזא זאך ווי שרייבן היסטאריע אן קיין בייעס, ס׳איז געווען אקאצעפטירבאר אז יעדער שרייבט, כראות עיניו - און אלע האבן אזוי געשריבן.
4. זיין מקור פאר די ספורי תנ״ך האט ער מעתיק געווען, נישט פון אונזערע תנ״ך, נאר פון די תרגום השבעים - די סיבה איז ווייל די ביכער האט ער געשריבען פאר גרעקן, (ער האט געהאט א יודישע ווערסיע פון זיינע ביכער וועלכע האבן נישט איבערגעלעבט, און ס׳איז מיר קיין ספק, אז אין די יודישע ביכער האט ער גענוצט תנ״ך, און זענען ״נישט״ געווען גלייך צו די גריכישע ווערסיע וועלכע מיר פארמאגן היינט).
5. יוסף הכהן׳ס געשיכטעס אין זיינע ספרים, ווערן באשטעטיגט דורך חז״ל (פילע געשיכטעס וועלכע חז״ל דערציילן הונדערטע יאר שפעטער אין די גמרא, ווערן דערציילט דורך יוסף הכהן, א שטייגער ווי דער צדוקי וועלכע מען האט באווארפן ביי ניסוך המים, די געשיכטעס פון ינאי המלך ועוד ועוד), אנדערע היסטארישע ווערקן, און ארכעאלאגיע.
6. די ביכער וואס מיר האבן, האט יוסף הכהן געשריבן פאר די גוי׳שע וועלט, פאר אונז יודן האט ער געהאט אן אנדערע ווערסיע וועלכע איז פארלוירן געגאנגען.
יעצט לאמיר צונעמען די נושא.
אלע זענען פארנומען איבער יוסף הכהן׳ס בליק איבער טיטוס.
לאמיר נעמען א צווייטע פונקט.
דער ערשטע בית המקדש איז חרוב געווארן אום י׳ באב (ירמיה נב יב-יג), אזוי איז פשוט פשט אין פסוק.
חז״ל זאגן אז דער צווייטער בית המקדש איז חרוב געווארן אין זעלבע טאג ווי ערשטער בית המקדש, אזוי שרייבן חז״ל.
יוסף הכהן שרייבט אז דער צווייטער בית המקדש איז חרוב געווארן י׳ באב.
קומען חז״ל, און זיי שרייבן, אז ניין. דער ערשטע בית המקדש איז חרוב געווארן תשעה באב, און אזוי אויך די צווייטע.
איי די פסוק? נו, חז״ל זענען די וואס זאגן אונז ווי אזוי מען לערנט פשט און פסוק, און אונז נעמען טאקע אזוי אן.
יעצט ווערט יוסף הכהן א ״ליגנער״? (כידוע ערקלערן עס חז״ל, אז מען איז אריין תשעה באב, און אונטערגעצינדען נאכמיטאג, דאך אין פסוק שטייט קלאר נישט אזוי, ס׳שטייט אז מען איז געקומען י׳ באב)
לאמיר נעמען א צווייטע ביישפיל, וויי ווייט איז פון ירושלים ביז יריחו. חז״ל זאגט א מהלך יום (30-40 מיל). יוסף הכהן זאגט 70 ריס, וועלכע איז האלב. נו געב שנעל א שריי ״יוסף הכהן איז א ליגנער״, יעצט הייב דיך אונטער, פאר אראפ קיין ירושלים, און און הייב אן צו מעסטן ביז יריחו (מען ווייסט גענוי ווי יריחו איז היינט) שטעלט זיך ארויס אז יוסף הכהן האט דא די אויבער האנט! איי חז״ל, על כרחך אז דער מכוון איז עפעס אנדערש.
און ווען חז״ל דינגען זיך מיט חז״ל, איז אויך על כרחך די מכוון עפעס אנדערש - דאס הייט אז כדי צו קענען פארשטיין חז״ל, מוז מען זייער אפט, קומען צו די מסקנא, אז ס׳איז נישט כפשוטן.
יוסף הכהן האט נישט געהאט קיין אינטערעסע צו זאגן ליגענט.
ער האט געשירבן היסטאריע פון א גריכישע קוק ווינקל.
ער האט געשריבן זיין היסטאריע פאר די גוי׳שע וועלט.
דאס מאכט אים נישט פאר קיין ליגנער, דעריבער האבן די ראשונים נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט אים.
איי די אברבנאל?!
אויף די קען מען זאגן קים לי, כ׳האלט ווי רש״י און די אבן עזרא.
איך שרייבן דייקא יוסף הכהן, ווייל ספר יוסיפון איז א שפעטער׳דישע חיבור. וואס אגב, איינס פון די ערשטע כתבי ידות פונ׳ם יוסיפון איז די האנטשריפט פון רבינו גרשום מאור הגולה, זעהט אויס אז ער האט אויך געהאלטן ווי רש״י און די אבן עזרא.
פארוואס שרייב איך דאס?!
ווייל ווען מען ליינט אפ יוסיפון אדער כתבי יוסף הכהן, זעהט עס פונ׳ם ערשטן אויגנבליק, וואו א שקרן, ער דינגט זיך מיט חז״ל, וכו׳ וכו׳.
אבער ווען פארבירט צו פארשטיין די היסטארישע הונטערגרונט, די ביכער וועלכע ער האט געהאט פאר זיך, די אודיענס פאר וועמען ער האט געשריבן, שטעלט זיך אהער גאר אן אנדערע בילד.
שוין אפגרעדט אז לויט געוויסן ראשונים איז יוסף הכהן נישט קיין אנדער ווי דער תנא רבי יוסי הכהן!
דעריבער אזויפיל, דארפן מיר זיך באמוען , און פראביר מלמז זכות זיין אויף אים, ווייל אפילו ער איז נישט געווען קיין תנא, איז ער נאך אלס געווען א א יוד פון די פרושים, ער האט אונז איבערגעלאזט אן אומשאצבארע אוצר פון ידיעות, און ס׳קומט אים דאס מינדסטע.