גראדע אז דו ווילסט וויסן הסבר אין די צוויי (לכאורה סתירה'דיגע) טענות. דער וואס איז בעצם פרא גאן קאנטראל (עכ"פ למחיצה לשליש ולרביע) זאגט אז די דעמס האלטן אויך נישט דערביי, דער וואס איז פולי פאר די סעקאנד אמענדמענט זאגט אז די דעמס ווילן גיין ווייטער.
אבער גראדע זענען די צוויי טענות בכלל נישט קיין סתירה בעצם די דעמאקראט פארטי וואס איז היידזשעקט ביי די ליבעראלע אנדרייער ווילן גיין עד הסוף קעגן ביקסן. אבער היות זיי ווייסן אז ביקסען זענען זייער פאפולער אין אמעריקע, האלטן זיי נישט ביים טוהן גארנישט ערנסט ביז די נערעטיוו וועט זיך גענוג שטארק טוישן לטובתם.
דער וואס איז בעצם פרא גאן קאנטראל (עכ"פ למחיצה לשליש ולרביע) זאגט אז די דעמס האלטן אויך נישט דערביי.
דער וואס איז בעצם פרא גאן קאנטראל דרייט זיך נישט ארום מיט קיין אויסריידן אז די דעמאקראטן שטיצן עס נישט, נאר ער שטיצט עס און שוין.
אודאי ווען די דעת הקהל איז פאר גאן שטרענגערע געזעצן זאגט זיך זייער גוט "איך וואלט עס בעצם געשטיצט, נאר למעשה גייט עס נישט אין ערגעץ וועגן די אנדערע זייט וויל עס נישט"(מ'טוט סיי ליגנערן אויף א דאפלטן פארנעם - 1) אז מ'שטיצט דאס וואס דער עולם וויל 2) אז די שונאים שטיצן נישט וואס דער עולם וויל, און סיי מינימיזירן די שטיצע וואס ס'האט - דורכ'ן זאגן אז אפילו די דעמאקראטן ווילן עס נישט), אבער דו מיינסט עכט אז דו וואס טענה'ען דאס(א שטייגער ווי יוסי געשטעטנער)איז פרייליך מיט די(קוים עפעס א)געזעץ וואס איז יעצט אדורך?
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.
און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
גראדע אז דו ווילסט וויסן הסבר אין די צוויי (לכאורה סתירה'דיגע) טענות. דער וואס איז בעצם פרא גאן קאנטראל (עכ"פ למחיצה לשליש ולרביע) זאגט אז די דעמס האלטן אויך נישט דערביי, דער וואס איז פולי פאר די סעקאנד אמענדמענט זאגט אז די דעמס ווילן גיין ווייטער.
אבער גראדע זענען די צוויי טענות בכלל נישט קיין סתירה בעצם די דעמאקראט פארטי וואס איז היידזשעקט ביי די ליבעראלע אנדרייער ווילן גיין עד הסוף קעגן ביקסן. אבער היות זיי ווייסן אז ביקסען זענען זייער פאפולער אין אמעריקע, האלטן זיי נישט ביים טוהן גארנישט ערנסט ביז די נערעטיוו וועט זיך גענוג שטארק טוישן לטובתם.
דאס אז ס'איז יש ויש, גייט אריין אין כלל פון "ביידע טענות זענעןנישטריכטיג".
ווייל די נושא איז דאך וועלכע ס'איז א ריכטיגע אויסרייד זיך ארויסצודרייען פון צו טוהן עפעס, און אויב צווישן די דעמאקראטן זענען דא פון ביידע איז דאך פשט אז אז טענה א' איז נישט ריכטיג ווייל ס'איז למעשה דא מיט וועם צו גיין צום טיש, און טענה ב' איז נישט ריכטיג ווייל די דעמאקראטן גייען נישט קענען גיין צו ווייט אויב נישט יעדער איז דערביי.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.
און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
זאל איינער אריינקומען מיט א הסבר אויף די ערשטע אויסוואל, וואס גייט דיר אן וואס די דעמק-ראטן האלטן יא אדער האלטן נישט? אז דו האלטס סאיז ריכטיג גאן קאנטראל, דאן זיי דו וואס פייט פאר דעם! אויפמאל קוקסטו וואס דיינע שונאים האלטן.
זייער פשוט. דאס אילוסטרירט די נקודה אז די ציווילע באפעלקערונג האלט נישט ביים אויפגעבן די וואפן, און אזוי ווי די קאנגרעסלייט און סענעטארן זענען שלוחים פונעם המון עם צו טוהן וואס די משלחים ווילן, און מען קען ארויסוועלן, האבן זיי מורא.
דאס געזעץ איז אנגענומען געווארן אין 18‘ נאכדעם ווי אמעריקע האט געליטן די ערגסטע מאסן שיסעריי אטאקע אין היסטאריע אין וואס 60 מענטשן אין לאס וועגאס זענען גע‘הרג'עט געווארן. עס איז אונטערגעשריבן געווארן דורך דעם דעמאלטדיגן פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ.
דער געריכט אורטייל פון 6 צו 3 — לויט אידעאלאגישע ליניעס — דרייט צוריק איינס פון די געציילטע פּרואוון וואס די פעדעראלע רעגירונג האט שוין ענדליך גענומען צו אדרעסירן די עפּידעמיע פון גאן פארברעכנס און ס‘פארלענגערט דעם קאנסערוואטיוון געריכט‘ס רעקארד קעגן צוימען די גאן געזעצן.