ציטיר
9
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך ר' משה
»
דינסטאג מאי 14, 2024 5:51 pm
סענעטער בילל קעסידי פון לאזיענע איז איינס פון (דאן) 7 רעפובליקאנע סענעטארן וואס האבן געשטימט צו אימפיעטשן טראמפ נאך די יאנואר 6' קעפיטעל איבערפאל קעססידי איז נאך ביז היינט א שטארקע קריטקירער פון פרעזידענט טראמפ און מ'ערווארט אז טראמפ וועט ארויסשטעלן א קעגנער און די פריימערי איינע פון די שטארקע נעמען וועם מ'נעמט און באטראכט איז קאנגרעסמאן קלעי היגינס וועלעכער איז א שטארקע טראמפ שטיצער וכו' לאזיענע האט אבער א גרויסע פראבלעם וואס מאכט שווער פאר רעפובליקאנער צו קענען ארויסשטויסן קעססידי דאס איז אז עס ארבעט מיט א דזשאנגל פריימערי צווישן אלע פארטייען און די 2 העכסטע קומען אן צו די דזשענערעל פארמעסט וואס מאכט זייער גרינג פאר דעמאקראטן צו העלפן קעססידי גאווערנאר דזשעף לענדרי האט א צייט צוריק אונטערגעשריבן א געזעץ וואס וועט עלימינירן די דזשאנגל פריימערי סיסטעם און וועט צוריקשטעלן געהעריגע פארמאכטע פריימעריס פאר יעדע פארטיי עקסטער די געזעץ וועט אריינגיין און קראפט ביי די 2026 פריימערי סעזאן א שריט וואס וועט גרינגער מאכן פאר רעפובליקאנער ארויסצווואיטן קעססידי און א פריימערי (אויב זאל ער בכלל באשליסן צו לויפן פאר ווידערוויילונג)
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן