רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

הרחבה
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 5:23 am

Re: רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרחבה »

ברכתו לחתונת מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א
אטעטשמענטס
ברכת הגה''צ רבי יצחק יעקב ווייס דומ'''ץ מאנטשסטער.jpg
ברכת הגה''צ רבי יצחק יעקב ווייס דומ'''ץ מאנטשסטער.jpg (78.63 KiB) געזען 1092 מאל
קארלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 2:06 pm

Re: רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלין »

מכתב מוקדם וארוך מאת הרב יצחק יעקב וויס בעל המנחת יצחק זצ"ל אודות הספר יד שאול - מאנשעסטער תשט"ז - כולו בכתב יד

https://bidspirit.com/ui/lotPage/rarity ... 91?lang=he
אטעטשמענטס
001 - 2023-02-15T101538.562.jpg
001 - 2023-02-15T101538.562.jpg (117.14 KiB) געזען 1012 מאל
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20478
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

moishy56 האט געשריבן: פרייטאג יוני 10, 2022 9:03 am
יא''צ היינט נאכט - י"א סיון
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25358
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער יא''צ פון דער בעל מנחת יצחק זצ"ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9804
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מבקש הסכמת הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל
אטעטשמענטס
RAV WEISS.png
RAV WEISS.png (293.26 KiB) געזען 875 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3588
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

https://col.org.il/news/111374
דא קאנט איר זען בריוו פון מנחת יצחק צום ליובאוויטשער רבי, אויך וואו ער ציטירט דעם רבין אין זיין ספר.
אינטרעסאנט דער רבי דערמאנט דער מנחת יצחק אין א שיחה שבת וארא תשלה
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הגה"ק רבי יצחק יעקב ב"ר יוסף יהודה זי"ע, (ווייס), בעל מנחת יצחק, גאב"ד ירושלים

ער איז געבוירן אין שטאט דולינא, ח' אדר א' תרס"ב,

צו זיין טאטן הגה"ק רבי יוסף יהודה ווייס דומ"ץ במונקאטש זי"ע, פון די גרויסע זידיטשוב חסידים.
בן הר"ר מרדכי זי"ע,
בן הר"ר מאיר סוחר יין זי"ע,
בן הרה"ק רבי שמואל צבי שו"ב קאלוב זי"ע.
און צו זיין מאמע הצדקת מרת יוכבד ע"ה,
עס ווערט פארציילט אז דער זיידע הרה"ק רבי שמואל צבי זי"ע האט זיך געביטן דעם נאמען פון גריסג-ט צו ווייס כדי זיך נישט צו משתמש זיין מיט א נאמען וואס איז כולל שמו של הקב"ה.

ער איז געווען א פוסק הדור און א מתמיד עצום, א עניו מאוד מכל אדם, ער האט זיין גאנץ לעבן אוועק געגעבן צו אריינברענגען טהרת המשפחה ביי כלל ישראל, אויך האט ער זיך מוסר נפש געווען פאר כשרות ביי אידישע קינדער, ער האט אוועק געגעבן רוב פון זיין טאג צו ענטפערן שווערע שאלות פאר אידישע קינדער, גאנצע נעכט איז דער גאון געזעצן און געשריבען תשובות אין שווערע שאלות בהלכה וואס זענען געקומען צו אים פון די גאנצע וועלט.

ער איז שוין פון אלס יונג בחור געזעצן מיט א געוואלדיגע התמדת התורה.
ווען ער איז נאך געווען א יונג קינד האבן זיך זיינע עלטערן אריבער געצויגען צום שטאט מונקאטש, דארט האט ער נאך געהאט די זכי' צו קענען הרה"ק בעל דרכי תשובה ממונקאטש זי"ע, דארט אין מונקאטש האט דער יונגער גאון געהארעוועט אויף תורה מיט א מוראדיגע התמדה.

שפעטער האט זיך געצויגען קיין מונקאטש הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע, דאן איז דער גאון געווארן א מקורב ביים שטוב פונעם בעלזא רבין, אויך האט ער דארט אין מונקאטש געלערנט בחברותא מיטן בעלזא רבין'ס אייניקל הרה"ק רבי ישעי' זושא מאוסטילא זי"ע, ער האט דארט געלערנט אונעם בעלזא קלויז.
איינמאל איז דער יונגער בחור יצחק יעקב ווייס געשטאנען אין די רייע צו וואונטשן פארן בעלזא רבין א גוט שבת, אבער ווען דער בעלזא רבי האט אים דערזעהן האט ער געהייסן אז מען זאל גלייך אהער רופען דעם "פלייס בחור'ל" אזוי האט מען געריפן א מתמיד, כדי ער זאל נישט דארפן פארברענגען זיין צייט מיטן ווארטן אין די רייע.

ער האט דארט אלס בחור זייענדיג נאר 15 יאר אלט שוין גענומען שימוש ביי גדולי הדור ובתוכם, הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע, און זיין בי"ד, אויך פון הגה"ק רבי שמואל ענגיל בעל גליוני הש"ס זי"ע, און פון זיין רבו מובהק הגה"ק רבי שמעון גרינפעלד בעל שו"ת מהרש"ג זי"ע, און פון הגה"ק רבי מאיר אריק מטארנא זי"ע, די אלע גאונים זענען נתפעל געווארן פון דעם גדלות בתורה פון דעם גאון.
אויך האט ער זיך שוין אלס בחור געשריבען מיטן גאון הגה"ק רבי יוסף רוזין דער הייליגער רוגוטשובער זי"ע,

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת אלטע רבקה לאה ע"ה,
בת הגה"ק רבי פנחס צימטבוים ראב"ד גרויסווארדיין זי"ע, וואס איז געווען א תלמיד פון הרה"ק משינאווא זי"ע.

נאך די חתונה איז ער געווארן דומ"ץ אין שטאט גרויסווארדיין, אויך איז ער דארט געווען א חסיד פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מויזניץ זי"ע, אויך האט ער דארט געלערנט בחברותא מיט הרה"ק רבי יהודה הורוויץ מדזיקוב זי"ע פאר בערך זעקס יאר.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

אזוי ווי אלע אידן האט דער גאון אויך מיטגעמאכט דעם צווייטע וועלט מלחמה, און מיט גרויסע ניסים האט דער הייליגער באשעפער מציל געווען דעם גאון אז ער זאל קענען פארשפרייטן די הייליגע תורה נאכדעם וואס כלל ישראל האט ליידער פארלוירען מסלתה ומשמנה פון צדיקים און גאונים דורך די דייטשן ימ"ש.
אנפאנג פון די מלחמה האט ער זיך באהאלטן אונעם שטוב פון הרה"ק מדזיקוב זי"ע אין שטאט קלויזענבורג, שפעטער האט ער געארבעט אונעם ארבעט'ס לאגער אין הונגריה צוזאמען מיט זיין זוהן ישכר דוב בעריש וואס איז דאן געווען 14 יאר אלט.

שפעטער ווען מען האט ליידער אוועקגעפירט אסאך פון די אידן קיין אוישוויץ און זיין שווער איז ליידער אומגעקומען אויף קידוש השם, האט זיך דער גאון באהאלטן אין א בונקער אין שטאט גרויסווארדיין, און מיט ניסים איז דער גאון אנגעקומען קיין בוקארשט רומעניה, אבער ליידער איז זיין רעבעצין נפטר געווארן י' כסלו תש"ה.

ווען די מלחמה האט זיך גענדיגט און ער איז בחסדי ה' ניצול געווארן איז ער צוריק קיין גרוסוורדיין כדי צו אויפזיכען זיינע דברי תורה און אנדערע זאכן, אבער ווען ער איז דארט אנגעקומען און געזען די מצב הקהילה און געזען אז די צובראכענע אידן ברויכן איינער וואס זאל זיי מחזק זיין און העלפן זיך צוריק אויפהייבן פון די צרות המלחמה, איז דער גאון געבליבן דארט אין שטאט גראסווארדיין.

ער האט דארט עוסק געווען און אויף שטעלן אידישקייט מיט א געוואלדיגע מסירת נפש אפילו נאכן מיטמאכן זיינע פרעזענליכע צרות האט ער מחזק געווען די אידן, ער האט דארט אסאך עוסק געווען אין היתר עגונות.
ווי דער רב האט אמאל געזאגט פאר הגה"ק רבי משה הלברשטאם חבר הבד"ץ ירושלים זי"ע, אז ער האט געזען פאר זיך א גרויסע זכות אז ער האט מתיר געווען 300 עגונות נאך די מלחמה, און ער האט געזאגט בזה"ל, "אולי בזכות זה זכיתי להיות אב"ד עיר הקודש".

אויך האט ער דארט אויפגעשטעלט א ישיבה "בית פנחס" אויפן נאמען פון זיין שווער וואס איז ליידער אומגעקומען ביי די מלחמה.
בשנת תש"ו האט ער בשעה טובה נאכאמאל חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת מלכה ע"ה, בת הרה"ק רבי חיים דוב הלפרין האדמו"ר מוואסלוי זי"ע.

בערת בשנת תש"ח ווען די קומוניסטן האבן איבער גענומען רומניה און דער גאון האט מער נישט געקענט דארט ווייטער פירן דאס אידישקייט, איז ער בעצת הרה"ק מטשעבין זי"ע אריבער קיין מאנטשעסטער, דארט האט מען אים אויפגענומען אלס אב"ד מאנטשעסטער, און דארט האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן ספר שו"ת מנחת יצחק, דאן איז ער געווארן באוויסט אלס פוסק הדור, אויך האט ער דארט אין שטאט אסאך אויפגעטון פאר טהרת המשפחה און עניני כשרת מיט א געוואלדיגע מסירת נפש, אויך האט ער אויפגעשטעלט דאס ערשטע כולל דארט אין שטאט "כולל הרבנים".

י"ט כסלו בשנת תש"ל האט מען דעם גאון אויפגענומען אלס סגן הראב"ד פון די העדה החרדית בירושלים, ער האט דארט אסאך ארויסגעהאלפן דעם ראב"ד הגה"ק רבי דוד יונגרייז זי״ע.
בשנת תשל"ב ווען דער ראב"ד ירושלים הגה"ק רבי דוד יונגרייז זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען לפי פקודת הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס האט דעם גאון קענען געלערנט נאך אין שטאט מארגארעטן, אים אויפגענומען אלס ממלא מקום אלס ראב"ד ירושלים.

ווי באקאנט האבן די קנאים אין ירושלים זיך מתנגד געווען אויפן אים אויפנעמען אלס ראב"ד, וויבאלד ער איז נישט געווען באקאנט אלס קנאי, אבער דער סאטמארער רבי האט געזאגט, "א קנאי קען מען ווערן איבערנאכט, אבער א גאון קען מען נישט ווערן איבערנאכט".
דערפאר האט הרה"ק מסאטמאר זי"ע געהאלטן אז ער איז די ריכטיגער מענטש צו פירן די עדה החרדית.
אבער ער האט באלד געוויזן זיין גדלות אין קנאות וואס דער גאון האט זיך ארויסגעשטעלט אויף אלע פראנטן ווען עס איז געקומען צו די גזירות דארט אין ארץ ישראל.

כ"ו אב תשל"ט מיטן הסתלקות פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס איז געווען גאב"ד העדה החרדית, האט מען אויפגענומען דעם גאון אלס גאב"ד העדה החרדית, אלע גדולים אין ארץ ישראל האבן דעם גאון מוראדיג מכבד געווען און באוואונדערט זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע מידות הענווה, ער איז געווען א מורא'דיגע צוגעלאזענע מענטש וואס האט זיך אראפגעלאזט צו יעדן איד, אבער ווען עס איז געקומען צו מוחה זיין אויף זאכן וואס האבן צוגערירט אין אידישקייט איז דער גאון ארויס בחרב ובחנית און זיך נישט געלאזט פון קיינעם פארפירן.

ער האט איבער געלאזט זיינע גרויסע ספרים,
שו"ת מנחת יצחק, 10 חלקים פיל מיט גאר גרויסע און שווערע שאלות ותשובות אין הלכות,
שו"ת דברי יצחק,
ספר מנחת יצחק, על התורה,
שיח יצחק, על מסכת חגיגה,
ליידער זענען א גרויסע חלק פון זיינע חידושים און דברי תורה פארלוירען געווארן ביי די מלחמה,
ער האט איבער געלאזט א בן יחיד הרבני הנגיד רבי ישכר דוב בעריש ווייס ז"ל, חתן הגה"ק רבי מרדכי יעקב ברייש בעל חלקת יעקב זי"ע, רבי בעריש איז געווען דער ראש הקהל אין סאטמאר אין מאנטשעסטער.

נסתלק לגנזי מרומים י"א סיון תשמ"ט.
ומנוחתו כבוד איז אויפן הר הזתים אין ירושלים.
אונעם זעלבן טאג י"א סיון תשמ"ט איז נסתלק געווארן הרה"ק רבי יהודה הורוויץ מדזיקוב זי"ע, וואס איז געווען א חברותא מיטן גאון, "הַנֶּאֱהָבִים וְהַנְּעִימִם בְּחַיֵּיהֶם, וּבְמוֹתָם לֹא נִפְרָדוּ".

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

די נאנטע מענטשן צום רב דערציילן אז ער האט כמעט נישט גערעדט פון די מלחמה, אבער בשעת ווען ער איז שוין געווען גאר שוואך האט ער א זאג געטאן "ברוך ה' איך בין שוין דורך שוערערע צייטן ווי דעם".
ווען מען האט אים געפרעגט פון וועלכע צייטן ער רעדט, האט דער גאון געזאגט אז דאס איז געווען די צייטן פון די מלחמה, אבער אויסער דעם האט מען כמעט נישט געהערט פונעם רב רעדן וועגן די שווערע צייטן, חוץ די באשרייבונג וואס איז ארויסגעקומען אונעם קונטרס "פרסומי ניסא".

דער זוהן הרב ר' בעריש ז"ל האט פארציילט, אז אפילו אין די שווערע צייטן ווען ער איז געווען צוזאמען מיטן טאטן, און מען איז געזעצן אונעם בונקער, לא פסיק פומיה מגירסא.
דאס לערנען פונעם גאון האט אריינגעברענגט א לעכטיקייט און דעם גאנצן עולם, ווייל דאס לערנען איז צוגעגאנגען מיט אזא התמדה, און דער גאון האט דאן געזאגט "לולי תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי".

הגה"צ רבי אליעזר דוד פריעדמאן זי״ע האט פארציילט אז ער האט געהערט פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס האט געזאגט די סיבה פארוואס די פסקים פון דעם מנחת יצחק זי"ע איז אזוי מקובל אין די גאנצע וועלט, איז ווייל יעדע פסק וואס ער האט געגעבן, האט ער צוגעברענגט א סמיכה פון גדולי פוסקים פון אמאל.

הרה"ח רבי אהרן יוסף בריזל ז"ל האט פארציילט א מעשה נורא פון דעם מנחת יצחק זי"ע.
אמאל זענען צוויי בעלי דינים געקומען פאר א דין תורה צום בית דין ובראשם איז געווען דער מנחת יצחק זי"ע, ראובן האט געזאגט אז שמעון האט פון אים געבארגט פינעף טויזענט דאלער און געוויזען א שטר חוב ווי שמעון האט אינטער געשריבן דעראויף, אבער שמעון האט געזאגט אז ער האט מיט ראובן קיינמאל נישט געהאט קיין שייכות מיט געלט זאכן און ער האט קיינמאל נישט געבארגט דאס געלט.

ווען דער מנחת יצחק זי"ע האט געהערט די טענה פון ראובן און אויך פון שמעון, האט ער א פרעג געגעבן פון שמעון האסטו געהאט אמאל עפעס א קשר מיט דעם ראובן, האט שמעון געזאגט איך קען דעם איד אבער קיין געלט האב איך קיינמאל נישט געבארגט פון אים, האט דער מנחת יצחק געפרעגט אויסער געלט האסטו שוין אמאל געהאט עפעס א שייך מיט אים.

דער שמעון דערמאנט זיך אז א צייט צוריק האט ער געבארגט א ספר פאר ראובן, אבער אויסער דעם האט ער קיינמאל נישט געהאט קיין שייכות מיט אים, האט דער מנחת יצחק געזאגט אז שמעון זאל גיין ברענגען דעם ספר וואס ער האט געבארגט פאר ראובן.

דער עולם האט זיך געוואונדערט וואס דער מנחת יצחק וויל מיט דעם ספר, נאך א האלבע שעה איז שמעון צוריק געקומען און געברענגט דעם ספר פארן מנחת יצחק, דער רב האט געזען אז דארט ווי מען לייגט געווענליך די נאמען אויפן ערשטן בלאט איז אפגעריסן דעם שטיקל פאפיר.

האט דער מנחת יצחק זי"ע גענומען דעם שטר וואס ראובן האט געברענגט און דאס צוגעלייגט צום ספר און עס האט זיך גלייך דערקענט אז דאס איז דער שטיקל פארפיר וואס האט געפעלט, דאן האט ראובן מודה געווען וואס ער האט געטאן,
און דער גאנצער עולם האט געזען דאס גדלות פונעם רב.
אוועטאר
כרוספדין
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

01__5__(7) (1).jpg
01__5__(7) (1).jpg (77.02 KiB) געזען 542 מאל
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א (הגרח"צ מייזליש)
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4564
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

טריסקער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 4:14 pm
חזון-איש'ניק האט געשריבן:
שפעטער האט דער רב חתונה געהאט מיטן טאכטער פון הגאון ר' פנחס סג"ל צימעטבוים זצוק"ל הי"ד ראב"ד גראסווארדיין פון איהר האט ער געבוירען זיין איין איינציג קינד שליט"א, זי איז נסתלק געווארן אינמיטן די קריג, ומנ"כ בעיר בוקארעסט בראמעניא
זי איז נפטר געווארן י' כסלו תש"ה.
חזון-איש'ניק האט געשריבן:
דערנאך האט דער רב חתונה געהאט מיט הרבנית בת כ"ק האדמו"ר מוואסלוי זצ"ל
שמה - מרת מלכה ע"ה, בת הרה"ק רבי חיים דוב היילפרין זצוק"ל מוואסלוי. חתונה געהאט מיט איר אום שנת תש"ו נאך אין ראמעניע. זי איז נפטר געווארן י"ז תמוז תשל"ג, ומנו"כ אויף הר הזיתים נאנט צו איר מאן.
וועלכע יאר איז די צווייטע רביצין געבוירן?
איז דאס ביי איר אויך געווען א זיווג שני?
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

נחוניא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:18 pm

יא (א גרושה)
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4564
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

קונטרס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:21 pm
נחוניא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:18 pm
טריסקער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 4:14 pm
חזון-איש'ניק האט געשריבן:
דערנאך האט דער רב חתונה געהאט מיט הרבנית בת כ"ק האדמו"ר מוואסלוי זצ"ל
שמה - מרת מלכה ע"ה, בת הרה"ק רבי חיים דוב היילפרין זצוק"ל מוואסלוי. חתונה געהאט מיט איר אום שנת תש"ו נאך אין ראמעניע. זי איז נפטר געווארן י"ז תמוז תשל"ג, ומנו"כ אויף הר הזיתים נאנט צו איר מאן.
איז דאס ביי איר אויך געווען א זיווג שני?
יא (א גרושה)
ווער איז געווען איר ערשטער מאן?
זי האט געהאט קינדער פונעם ערשטן זיווג?
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

נחוניא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:32 pm
קונטרס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:21 pm
נחוניא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:18 pm
טריסקער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 4:14 pm
חזון-איש'ניק האט געשריבן:
דערנאך האט דער רב חתונה געהאט מיט הרבנית בת כ"ק האדמו"ר מוואסלוי זצ"ל
שמה - מרת מלכה ע"ה, בת הרה"ק רבי חיים דוב היילפרין זצוק"ל מוואסלוי. חתונה געהאט מיט איר אום שנת תש"ו נאך אין ראמעניע. זי איז נפטר געווארן י"ז תמוז תשל"ג, ומנו"כ אויף הר הזיתים נאנט צו איר מאן.
איז דאס ביי איר אויך געווען א זיווג שני?
יא (א גרושה)
ווער איז געווען איר ערשטער מאן?
זי האט געהאט קינדער פונעם ערשטן זיווג?
כוויס נישט ווער סאיז געווען. אבער באלד צוטיילט אן קינדער.
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20478
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

נחוניא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:18 pm
טריסקער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 4:14 pm
חזון-איש'ניק האט געשריבן:
שפעטער האט דער רב חתונה געהאט מיטן טאכטער פון הגאון ר' פנחס סג"ל צימעטבוים זצוק"ל הי"ד ראב"ד גראסווארדיין פון איהר האט ער געבוירען זיין איין איינציג קינד שליט"א, זי איז נסתלק געווארן אינמיטן די קריג, ומנ"כ בעיר בוקארעסט בראמעניא
זי איז נפטר געווארן י' כסלו תש"ה.
חזון-איש'ניק האט געשריבן:
דערנאך האט דער רב חתונה געהאט מיט הרבנית בת כ"ק האדמו"ר מוואסלוי זצ"ל
שמה - מרת מלכה ע"ה, בת הרה"ק רבי חיים דוב היילפרין זצוק"ל מוואסלוי. חתונה געהאט מיט איר אום שנת תש"ו נאך אין ראמעניע. זי איז נפטר געווארן י"ז תמוז תשל"ג, ומנו"כ אויף הר הזיתים נאנט צו איר מאן.
וועלכע יאר איז די צווייטע רביצין געבוירן?
איז דאס ביי איר אויך געווען א זיווג שני?
געני שרייבט שנת תר''ס
אטעטשמענטס
rebbesintin minchas yotzchok geni.JPG
rebbesintin minchas yotzchok geni.JPG (75.09 KiB) געזען 399 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
א איד פון אמאל
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 5:30 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד פון אמאל »

וולעכע בית מדרש איז דאס
IMG-20240522-WA0004.jpg
IMG-20240522-WA0004.jpg (238.17 KiB) געזען 286 מאל
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

א איד פון אמאל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:19 am
וולעכע בית מדרש איז דאס
IMG-20240522-WA0004.jpg
כ'מיין ברסלב שול מאה שערים
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
א איד פון אמאל
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 5:30 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד פון אמאל »

מקובל אלוקי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:28 am
א איד פון אמאל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:19 am
וולעכע בית מדרש איז דאס
IMG-20240522-WA0004.jpg
כ'מיין ברסלב שול מאה שערים
ווער זענען די ארומיגע דארט ?
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4822
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

Re: רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

מ'זעהט אין דער בילד לינקס הגה"צ רבי נטע ציינווירטה זצ"ל
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

א איד פון אמאל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:19 am
וולעכע בית מדרש איז דאס
IMG-20240522-WA0004.jpg
דער יונגערמאן מיט'ן תהילים אין האנט איז הרה"ג רבי אברהם מרדכי דוידוביץ שליט"א
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25358
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער יארצייט פון דער בעל מנחת יצחק זצ"ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”