פארויטלט - מעשה שהיה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גרעיט ווייט שארק
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 8:42 pm

פארויטלט - מעשה שהיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט ווייט שארק »

געווען איז עס אין א אומשולדיגער נאכט ווען דער ווינט האט אנגעצויגן צו א רואיגע פינף מייל פער שעה געווען גאנץ א קלארע האריזאנט און דער וועטער איז געווען דערפרישענט, נישט אומזינסט האב איך אויסגעקליבן צו כאפן א שטילן שפאציר האפנדיג די שווערע פלענער פונעם צוקנופט וואס באפאלן מיר איבערן קאפ וועט זיך אביסל אויסבלאזן.

איך זאג נישט אז איך בין דער איינציגסטער וואס גייט דאס אדורך, רוב כלל ישראל האט דאס ב''ה פאר דעם אבער נישט אויף יעדעם באפאלט עס ווי ביי מיר בעסער געזאגט ווי ביי מיין ווייב, יא די רעדע דא איז ווען דער שבועות גייט פארביי און דער יוני חודש מאכט שוין איר צום ענדע און דער זוממער אךך.. דער ווארט זוממער וואלט מען שוין לאנג שוין לאנג געדארפט אויסמעקן פון איר עקזיסטענץ וויפיל פיין און ווייטאג דאס האט מיר שוין געבראכט צום טיש עטס ווילטס אוודאי נישט וויסן.

''א גוטן טאג גרעיטי, וויזוי איז געווען דאס ארבעט היינט? גרינג? ב''ה, אממ איך האב דיר געוואלט פרעגן וואס טוט מען מיט זוממער? ווייסט דאך דיין ארבעט פון שיילן פאטעטאס אין חדר איז נישט אקטועל זוממער סוי גייען מיר אין קאנטרי?''

''דער אמת איז גרעיטי אז אפשר זאלן מיר נישט גיין אין קאנטרי (איינער האט שוין געזאגט אז מען גייט?!...) נאך אלעם איז עס איין שטיק קאפ וויי''

''אבער וואס גייט מען דא טון זוממער? אראפגיין פון זינען, לאנגע שטויביגע וויקענדס''

''אפשר גייט מען נאר א האלבע זוממער? און אויב יא וועלכער האלב? גוטער פלאן! האלב זוממער און פארטיג זאל זיין האלב הוצאות''

''נעה.. גרעיטי איך זאג דיר האלב זוממער ביסטו אויסגעשפילט פון ביידע זייטן, ענדערש איין וואך! אממ. נעה דאס איז אויך נישט אינטערעסאנט''

''אה טאקע סטוטצעך מיט א קאר? סתם שפענדן פאר א קאר א גאנץ זוממער און נישט גיין אין ערגעץ ביסטו א חוזק, סתם ראלן מיט די קאר האט נישט קיין זין''

''אבער וואס גייט מען טון מיט די לאנגע פרייטאג'ס? סתם זיצן א קלאצן?''

''אקעי גרעיטי תכלית סטוט מען זוממער? מאך אפ'' (יא זאלעך אפמאכן?!...)

פרעג איך אייך קומט זיך דען נישט פאר מיר א שטילן רואיגע שפאציר? (אן מיין ווייב... ששש..)

און אזוי צוריק צו מיין רואיגן שפאציר ווען מיין מוח פראבירט צו סארטירן די אויפגעפליקע טיש פון אינפארמאציע און אלעס אריינלייגן אויפן פלאץ אינעם דאטא באזע שיין און מסודר, עכ''פ אזוי האב איך געהאפט...

א קארגע צוויי מינוט אריין אין מיין שפאציר האט מיין אויגן באמערקט אן אפשפיל ביים ענדע פונעם גאס און דאס האט מיר אינגאנצן אויפגעשוידערט אזש איך האב מיר נאך יעצט נישט בארואיגט, געווען איז דארט א קיפקע ביים ענדע גאס פון א גרופע היימישע חברה וואס יעדער פון מיין שכינות קען זיי, דאן האב איך באמערקט א בילד וואס וועט נישט אזוי שנעל אויסגעמעקט ווערן פון מיין זיכרון, איך בין שוין אנגעקומען אינמיטן אבער ווי איך פארשטיי האבן זיי זיך גענומען אויף איינעמס ביינער און מיאוס אריינגעפארן אין יענעם אזש ביז קרעו ולא דמו און אזויווי די ספרים שרייבן אז טשעפענען מיטן דיבור איז באמת סך ערגער ווי שלאגן, און יענער האב אויסגעקוקט שרעקליך יענער איז געווען רויט ווי פייער באמת האב איך גלייך געהאלטן ווער פון זיי האב אים געטשעפעט אבער נישט וועלנדיג מאכן שנעלע מסקנות האב איך אפגעמאכט צו אויסווארטן אביסל אין דער זייט.

אין יענער קורצע מינוט האב איך זיך מתבונן געווען אז יעדער באקומט זיך זיין פעקל איך טאקע גיי דורך מיט דעם זוממער אויפן קאפ, יא, איך פיל אסאך מאל ווי איך האלט עס נישט אויס אבער קוק אן יענעם דאס בילד אין מיין קאפ ווי יענער שטייט אזוי פארפלאמט און קיינער ארום אים קימערט זיך נישט אפילו וואס יענער גייט יעצט אדורך, זיי זענען פריש און געזונט און טראכטן גארנישט ווי שטארק יענער וועט נעבעך ווערן פארשניטן אויף אייביג.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז קיינער זאל נישט האבן קיין צער און בלויז בלייבן פריש און רייף צו דינען ה' און זיך נישט לאזן פון די ארומיגע גשמיות'דיגער וועלט.
◄ ווייז ספוילער
22.jpg
22.jpg (234.69 KiB) געזען 681 מאל
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19714
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פארויטלט - מעשה שהיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

חחח

קיוט
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5071
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: פארויטלט - מעשה שהיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

לעעעעץ
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: פארויטלט - מעשה שהיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

פיין פיין
מאיבי תחכמני
יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: פארויטלט - מעשה שהיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

טויש דעם קעפל צו פאררויטעלט
אבדק''ק פראג והגלילות
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: פארויטלט - מעשה שהיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

גוט!
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
קארלסבורג איד
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: פארויטלט - מעשה שהיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

די ווינט האט אנגעצויגן צו א רוהיגע פינף מייל פער שטונדע... דאס איז גוט!!
הכתר והכבוד לחי עולמים!!
if it's hard it's life
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”