וואס עפעס יימר? ס׳דאך למעלה
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער
"אגב, דאס איז נאר איין פינטעלע פון די מחשבה אין אויסקלויבן א נייע נאמען. געהאט ב"ה א חוש דערצו שוין לאנג (גענוצט אסאך אין המספיק, "קעמפ נשמה" (עפטער סקול פראגראם), "המספיק גאזעט" (די אויסגאבע), "המספיק וועי" (די גאס נאמען, לאפוקי פון "קאורט", ווייל די צוויי ק-ק וואלטן געקלעשט) ועוד), אבער לעצטנס זיך מער געלערנט דערויף דורך פראפעשאנעל מקור."
מזל מידיע האט געשריבן: בס"ד
ווייטער וועגן גיין שטיל און באשיידן, האט מען מעורר געווען דריי גרויסע אויסגאבעס לעצטנס, ווען בילדער האבן געהאט דעם שם המפורש ב"ה און עס איז געווען אן ערנסטע שאלה דאורייתא פון בזיון ח"ו.
אלע דריי האבן עס גענומען זייער ערנסט, באמת, און מבטיח געווען מער אחריות דערויף. ממילא דארף מען נישט זאגן די נעמען.
ומכאן הקריאה יוצאת, יעצט ווען מען גרייט שוין צום דרוק די גרויסע אויסגאבעס אויף די קומענדיגע ימים טובים, ביטע, למען ד' ולמען הרחמים, אכטונג געבן אויף בילדער מיט שמות הקדושים שאינם נמחקים און עס איז א שאלה דאורייתא. אידן באצאלן געלט צו ליינען אייערע אויסגאבעס, נישט נכשל צו ווערן ח"ו. בברכת כתיב"ה וחתימה טוב"ה.