Re: איבערבוי פון די אוהל פון צדיקי בית מונקאטש אין שטאט מונקאטש אוקריינא
לויט ווי ר' יעקב חיים רוטנער שרייבט איז די פנוי געטוהן געווארן אינמיטען די נאכט מיט גרויס שרעק פון די קאמאניסטן, די אידן וואס האבן עוסק געווען מיטן מפנה זיין די קברים האבן געהאט גרויס מסירות נפש.
און ווען מען גייט אריין אינעם אוהל, קען מען גלייך זעהן אז די פנוי איז געטוהן געווארן מיט גרויס בהלה אן קיין שום יושב הדעת, און יענע צייטן צו טוהן אזא זאך האט זיך געפאדערט היבשע קוראזש און מסירות נפש ווי געשריבן. די אידן האבן בלויז געוואלט ראטעווען די גופים פון די צדיקים, און זיך געפרייט אז זיי זעלבסט זענען ארויס מיטן לעבן.
פאר יארן איז דער אוהל געווען זייער נאכגעלאזט און עס איז שווער געוווען צו זאגן תהילם טאקע ווייל די אויסשטעל פון די קברים איז אויף א מצב אז עס איז זייער צושטיפט און נישט מסודר.
אבער זייט מען האט עס איבערגעבויט איז פנים חדשות באו ווי עס פאסט פאר די צדיקים וקדושים, און שטייענדיג דארט כהיום געבט דאס אסאך מער צו צום יישוב הדעת און צו זאגן תהלים מיט מער כוונה.
פאר די אידן וואס פארן קיין מונקאטש
וועגן הכנסת אורחים עס איז דא א איד [איך געדענק שוין נישט זיין נאמען] וואס געבט עסן אין די שטאטישע שול.
ווי אויך די האטעל נעבן די מנחת אלעזר שול הויף (איך מיין עס הייסט סטאר האטעל) איז זייער א באקוועמע פרייזליכע האטעל, און זיי האבן אויך א מקוה, מען דארף באשטעלן די מקוה א נאכט פארדעם, כדי זיי זאלן דאס אנווארימען. [איך האב שוין כמה פעמים געהאט, אז איך האב עס באשטעלט, און די וואסער איז געווען קאלט] בכל אופן איז דאס א גוטע פלאץ אין די געגענט.
ועוד אין די שול הויף פונעם מנחת אלעזר איז דא יעדען טאג א ציבור אידן וואס קומען זיך צוזמאם צו שחרית, כהיום האבן זיי שוין ליידער נישט קיין מנין, אבער אויב איז דא אפאר געסט קען מען גרינג אנקומען צו צעהן אידן, [זיי דאווענען דארט א יעדן טאג אפילו אן מנין, פארשטייט זיך אז ביום הקריאה אויב עס איז נישטא קיין מנין ליינען זיין נישט].
איך בין שוין איינמאל דארט געווען ביום הקריאה און דער ראש הקהל ר' באמי לעבאוויטש האט מיר געוויזן אינעם ספר וויפיל מען דארף מישן ווייל עס איז שוין נישט געווען קיין מנין פאר א שיינע פאר וואכן\חדשים.