Re: פארוואס פארדאנט נישט דזשאו ביידן זיין זוהן האנטער?
א טאטע וואס רעכנט זיך מיט "עטיק" ווען ס'קומט אז זיין זון דארף זיצן און ער האט די מעגליכקייט אים ארויסצונעמען איז לענ"ד א ...צוויי גילדען האט געשריבן: ↑ פרייטאג יוני 14, 2024 10:46 amס'איז נישט עטיש און יושר אז מ'זאל באפרייען איינעם פשוט ווייל זיין טאטע איז פרעזידענט.
פונקט ווי דו פארשטייסט ער דארף דורכגיין די יוסטיץ סיסטעם און ווערן אנגעקלאגט איז נישט עטיש אויב ביידן פארדאנט אים.
ביי אלע אנדערע פארדאנס איז עס נישט אזוי אבוויעס אז מ'טוט עס בלויז צוליב משפחה און פריינט..
כ'האלט ממילא אז נאך די וואלן גייט ער אים פארדאנען, און אויב ווערט ער פאראורטיילט צו תפיסה בעפאר די וואלן (וואס ס'גייט מסתמא נישט פאסירן) וועט ביידן אים למעשה מסתמא יא פארדאנען אפילו פאר די וואלן. -ער וועט זיין אין א שווערע סיטואציע-
איך וואלט עס געטון פאר מיין זון [ה"י] און מיין טאטע פאר מיר אויך [ה"י]
איך מיין ער מאכט א טעות ווען אמעריקאנער זעען אז ער האט נישט קיין רחמנות אויף זיין זון. קיינער וועט אים נישט אנקוקן קרום [חוץ אפאר אומפארהייראטע אלטע cps ארבעטערס אדער דזשורנאליסטן וועלכע ווייסן באמת נישט וואס א משפחה מיינט, און רחמנות איז ווייטער פון זייער דיקשאנערי ווי ביידן פון זינען...]