גיימיר מאכן עקסערסייז!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

שוין, בין איך געגאנגען אין דזשים.

געפאלגט וואס מ'הייסט מיך שוין חדשים אין דעסיידעד ס'טאקע צייט צו גיין..

מיין איינציגסטע עכטע עקסערסייז עקספיריענס איז שאקלען לולב, איז האמיר זיך נישט גע'נער'ט - אריינגערופן, באשטעלט א פלאץ פאר די קלאס מיט אן 'אינסטראקטער' און יאלא...

אכט אזייגער איז די קלאס גערופען פאר, איך דרייוו אראפ קיין ב"פ, קוואדער צו אכט מאך איך מיין וועג אריין צום דזשים, כ'בין דאך ניי איך וויל זיין גרייט 'אן טיים', א פארשפארטע טיר ענטפאנגט מיר, שוין ווארט איך אפאר מינוט, ווען אינמיטען הער איך שוין די שווערע פיס טריט וואס קומט ארויף די סטעפס, די אינסראקטער ענטפאנגט מיך: ''נייס טא מיט יא'' שטרעקט ער אויס זיין האנט און מיט א געמאכטע רואיגקייט נעמט ער ווי ארויס מיין הענט פון פלאץ... אוטש!

''וויי אר יא העיר סאו עירלי'' וויל ער ווייסן, די מענטשן דא הייבן אן קומען פון 8:20 און ווייטער איז ער מסביר..

שוין, וואס האבעך אפילו געטראכט?..

שוין מ'הייבט אן קומען, די אויסשטעל פונעם קלאס איז עפעס מוראדיג! ווען יעדער שטייט שוין גרייט אנטפלעקט זיך די שיין בילד.. קוקט אויס ווי ערב פסח ביים קויפן סענדוויטשעס, איינער מיטן וועסטל איינער די וואלענע ציצית דערנאך זענען אפאר סתם מיטן העמד, דערנאך זענען שוין די מער עדווענס''ד מיט די שווארצע עקסערסייז העמד און הויזן.

נאכדעם איז דא די ''באם'' כא'נישט געקענט כאפן וויאזוי ער שעמט זיך נישט, קאטאנע ציצית! פאר'גוי'שט, שוין מ'איז אין גלות...


מ'הייבט אן, פון מיין זייט שטייט א יונגערמאן, קוקט אויס ווי א 'ראש מדריכים' פאר די קליינע קינדער.. נישט קיין דארע אידל אזוי דווקא, און ער זעהט אויס האט אויך דעסיידעד אז קומען אין דזשים איז א מוז, די מערסטע וואג וואס ער האט געהאלטען ביז היינט איז די כפרה ערב יום כיפור, דעס איז זיין רעקארד.. און ווי איך האב שפעטער געהערט פון אים, האט ער טאקע דעמאלס בשעת'ן שטיין אין די ליין פילענדיג ווי זיין האנט קומט אראפ - געמאכט זיין החלטה אז דאס איז עס! ער גייט ווערן אין שעי''פ! נאכן זיין שוין דא פאר פינף חדשים ווייסעך נאכנישט וועלכע ''שעיפ'' ער צילט פאר, אבער שיין רינדעכיג איז ער זיכער שוין...

פון מיין אנדערע זייט איז מיין שכן מסביר פאר זיין שכן ווי וויכטיג עקסערסייז איז; ''דעיס איז פלעין ראקעט סייענס וואס אונז טימיר דא, אונזער קאמיוניטי איז אין דענייעל איבער דעיס! ס'איז קרעיז''י אומפארטענ''ט! איז ער מסביר מיט גוסטא... איך שטיי אין באטראכט אים פון קאפ ביז פוס באקליידערט מיט די אלע 'שמונה בגדים', די שווארצע העמד, בלויע הויזן, ווייסע סניקערס, געבינדען אין פינקע לעיסעס.. א געהעריגע ''פראפעסיאנאל''.. ער האלט נאך אינמיטען רעדן ווען די אינסראקטער קומט צו: היי נייס טא--

באאם! דער איז דא די ערשטע מאל פונקט ווי מיר....

שוין מ'הייבט אן די קלאס, מ'גייט מאכן פאָ''ש אָפ''ס.. הייבעך אן, איינס, נאך איינס..
מיין נייגער הייבט אן מאכן זיין וועג אריין אין מיינע מח קעמערלעך אין מיין קאפ געט זיך א שיפע דריי אויף לינקס צו זעהן וואס טוהט זיך מיט מיין גרויסע שכן, און, דער ליגט פשטו ידו ורגלו אויפן ערד, די איינציגסטע פא''ש אָפ''ס וואס קומט פאר - איז זיין שווערע אטעמען הייבט אויף זיין גוף. ''אראפ קען איך שוין, ארויף איז מיין טשעלענדזש'' זאגט ער..

אפשר דעיס איז די ראקעט סייענס פון וואס דער האט גערעדט...

מיין אנדערע שכן קען שוין נישט אטעמען , און מאכט א קריטישע פויזע און נעמט זיך טרינקען זיין פראטעין/ענערגיע דרינק.. בשעת ער זאגט ארויס די ווערטער פון סקריפט, ''ס'איז א מאָס''ט דאס צו טרונקען''..

די מוסר השכל פון דעי מעשה איז... מ'דארף מאכן ''עקסערסייז'' און מ'דארף זיין "קאנפידענט".

ביי!
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are

יא! איך ליין אבימלך'ס טישל, און איך הער ישי ריבו!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33737
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קאנפידענס איז קי!



דו זאגסט גוט.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17882
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

יוש!

ווי ניד מאר. א פרישע רונדע פוש-אפס און נאך א פרישע פארזעצונג...
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

די מוסר השכל איז יותר על כולם.
אוועטאר
איין
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »


👍👍👍👍
תקנה ה.3
אין א צייט ווען עס ווערט דערקלערט א 'זיראנץ' (זערא טאלעראנץ) פאליסי, וועט מען פ'טאגלעך'ען באנוצער אפילו פאר קליינע פארלעצונגען, און אן קיין מ'חיריק בעפאר.
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

נקדימון האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:57 pm
יוש!

ווי ניד מאר. א פרישע רונדע פוש-אפס און נאך א פרישע פארזעצונג...
יאפ עפעס זאגט ער נעקסטע וואך וועגן פלענקס....
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are

יא! איך ליין אבימלך'ס טישל, און איך הער ישי ריבו!
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

סובסקרייבט!
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

האסט מער געגעבן א boost פארן טאג!!!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6740
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

טאטע קרוין
אני הוא הנער, נער המדבר
אינגאנצען נישט מיך
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 4:58 pm

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגאנצען נישט מיך »



ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »


זאגסט אזוי גוט, אז איך בין כמעט גרייט צו וועטן א טויזנטער אז ס'איז א מעשה שהיה!
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

ניקישי האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 5:18 am

זאגסט אזוי גוט, אז איך בין כמעט גרייט צו וועטן א טויזנטער אז ס'איז א מעשה שהיה!
גיי די איינמאל.....
כ'זאג דיר העסט אויך קענען שרייבן א גאנצע ארטיקל!
אנגעהויבן מיט די מענטשן וואס מ'טרעפט דארט, און מיט די שמעוסן וואס מ'האט מיט זיי.....
כ'זאג דיר, פארדעם אליינס לוינט זיך צו גיין אויף עקסערסייז!
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

ניקישי האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 5:18 am

זאגסט אזוי גוט, אז איך בין כמעט גרייט צו וועטן א טויזנטער אז ס'איז א מעשה שהיה!
צוליב גילו קען איך דאס נישט באשטעטיגען....
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are

יא! איך ליין אבימלך'ס טישל, און איך הער ישי ריבו!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17439
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כ'זעה מיר נאכנישט אנקומען דערצו.. אבער האסט מיר כאטש מזכה געווען מיט מילצן עקסערסייז..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »



דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:21 am
כ'זעה מיר נאכנישט אנקומען דערצו.. אבער האסט מיר כאטש מזכה געווען מיט מילצן עקסערסייז..
אויב יענער קען קענסטו אויך....
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are

יא! איך ליין אבימלך'ס טישל, און איך הער ישי ריבו!
נ. באטשי
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 07, 2024 8:40 pm
לאקאציע:מיט איין רעדל אין פאטהאול

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נ. באטשי »

👍הערליך אפגעשריבן א חסידישער דזשים סטעריאוטייפ, מיר קוקן ארויס אויף נאך פון דיין מייסטערהאפטיגע שרייבערישע ווערק
Don't argue with stupid people they will bring you down to
their level and beat you with experience

Don't interrupt me while I'm interrupting
Winston Churchill
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

נ. באטשי האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:14 pm
👍הערליך אפגעשריבן א חסידישער דזשים סטעריאוטייפ, מיר קוקן ארויס אויף נאך פון דיין מייסטערהאפטיגע שרייבערישע ווערק
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are

יא! איך ליין אבימלך'ס טישל, און איך הער ישי ריבו!
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

א פאר יאר צירוק האט איינער מיר געשיקט א אימעיל און געזאגט ער גייט מיר ווייזען אויפן קאמפיוטער וויאזוי צו מאכען עקסערסייז
ער זאגט מיר נעם די מויז און סקראל אראפ צו אונטען פון די פעיז
נאך אביסעל
נאך אביסעל
דריי ווייטער ביז אונטען
קום איך אהן אונטען זאגט ער מיר שוין גענוג עקסערסייז געמאכט פאר היינט גיי רוה זיך אויס...............
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »


פאר אזאנס קומט זיך א גרינע!!!
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1748
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: גיימיר מאכן עקסערסייז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

@נארמי איז נאך שילדיג א קליפ אויף דעים ענין ...
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”