-
ציטיר
- 3
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך היסטאריש
»
ברדלס
האט געשריבן: ↑
מאנטאג יוני 17, 2024 2:39 pm
היסטאריש
האט געשריבן: ↑
זונטאג יוני 09, 2024 10:18 pm
1. איך בעפארצוג נישט. יעדער סופיקס האט אן אנדערן משמעות, און אלעס קען מען ניצן ווען ס'באלאנגט.
ווען נוצט מען שעמעוודיג, און ווען שעמעדיג?
יודל מארק איז מסביר אז דער -עוודיגסופיקס ווייזט אויף א באשטענדיגער אייגנשאפט (אויך, וואס איז מעגליך: טיילעוודיג, בייגעוודיג): א שעמעוודיגקינד, א קינד וואס בטבע שעמט ער זיך.און לויט וואס -עדיגווייזט אויף אן אייגנשאפט אין פארלויף פון א געוויסער לענגערער צייט, וועט מען זאגן אויף א קינד אז אין חדר איז ער א שעמעדיגקינד. און -(ע)נדיגוועט מען ניצן ווען ביים טיילן צוקערלעך האט א קינד שעמענדיגגעבעטן איינס.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.