רבי מנחם מענדיל מבאר זצ"ל (תלמיד מרן הבעש"ט הקדוש) - י"ב סיון תקכ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6782
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

רבי מנחם מענדיל מבאר זצ"ל (תלמיד מרן הבעש"ט הקדוש) - י"ב סיון תקכ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מאמר אודותיו בגליון עלים לתרופה (פר' נשא תשע"ח)
אטעטשמענטס
רבי מנחם מענדיל מבאר.pdf
(120.91 KiB) געווארן דאונלאודעד 74 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6782
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

תחילה היה טמון בביה"ח הישן בעיר דוביסאר (כיום Dubăsari במדינת מולדובה), אבל לפני כחמישים שנה העבירו את עצמותיו הקדושות לביה"ח החדש ('דובוסרי - ספר זכרון', ת"א תשכ"ו, עמ' 31)

resize (6).jpg
resize (6).jpg (63.66 KiB) געזען 703 מאל
resize (7).jpg
resize (7).jpg (55.13 KiB) געזען 703 מאל
resize.jpg
resize.jpg (77.98 KiB) געזען 703 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6782
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

resize (1).jpg
resize (1).jpg (78.59 KiB) געזען 703 מאל
resize (4).jpg
resize (4).jpg (60.33 KiB) געזען 703 מאל
resize (2).jpg
resize (2).jpg (88.23 KiB) געזען 703 מאל
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

הרה"ק רבי מנחם מענדל מבאר זי"ע - תלמיד הבעש"ט - י"ב סיון - תקכ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי מנחם מענדל המגיד מבאר זי"ע, מגדולי תלמידי מרן רבינו הבעש"ט הקדוש זי"ע

עס איז נישט באוויסט צו אסאך פון זיינע עלטערן אדער פון זיינע פריערדיגע יארן בעפאר ער איז נתקרב געווארן צום בעש"ט הקדוש זי"ע, אבער פון די עדות פון זיינע תלמידים און פון זיין רבין קען מען זעהן אז דער צדיק איז געווען א קדוש און א בעל רוח הקודש.

ער איז געווען א איש אלוקים, גאון בנגלה ובנסתר, בעל רוח הקודש, און א בעל מופת.
ער איז געווען פון די תלמידים פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע, און ווי עס איז מקובל איז ער געגאנגען מיטן בעש"ט ווען ער האט פראבירט צו ארויף פארן קיין ארץ ישראל, און ווי באקאנט זענען זיי געבליבן שטעקן אין סטאמבול און געברויכט צוריק קומען קיין מעז'יבוז.
פאר ער איז נתקרב געווארן צום בעש"ט זי"ע, האט ער געלערנט אונעם קלויז אין שטאט ברודי צוזאמען מיט הרה"ק רבי נחמן מהורדנקא זי"ע, און הרה"ק רבי נחמן מקוסוב זי"ע, און שפעטער זענען אלע דריי נתקרב געווארן צום בעש"ט הקדוש זי"ע.

פארציילט מען אז נאך בעפאר ער איז נתקרב געווארן צום בעש"ט זי"ע איז אים אריין א מחשבה, ווי אזוי קען איך מתפלל זיין צום גרויסן באשעפער, ווען איך בין אזוי זינדיג, און אזוי האט ער זיך זייער מצער געווען פון די מחשבה ווייל ער האט באמת געהאלטן אז ער איז זינדיג, אבער נאך א שטיק צייט האט ער ביי זיך געטראכט אז פארוואס ווען ער עסט קומט נישט די מחשבה אריין, אבער ביים דאווענען קומט יא די מחשבה, דאן האט ער שוין פארשטאנען אז דאס איז נאר א עצת היצר כדי אים צו צוברעכן פון טון די עבודת השם בשלמות.

ווי עס איז באקאנט האט דער בעש"ט זי"ע זייער משבח געווען דעם תלמיד רבי מנחם מענדל ווי מען זעהט אז ער שרייבט אויף דעם תלמיד "הרב המגיד הקדוש איש חי רב פעלים בו"ק וכו' מו"ה מנדיל נ"י, מנחם מנדל דק"ק באר".

עס איז מקובל אז ער האט מקרב געווען דעם הייליגען מגיד ממעזריטש זי"ע צום בעש"ט הקדוש זי"ע, און דאס איז געווען ווען דער מגיד האט געוואוינט אין שטאט טורטשין, איז דער צדיק מנחם מענדל געפארן קיין טורטשין און ער האט געזען ווי דער מגיד לערנט מיט זיינע תלמידים און ער האט געזען די גדלות פונעם מגיד.

ווי באקאנט האט דער מגיד זייער געליטען אויף די פיס, האט אים רבי מנחם מענדל געזאגט די האסט שוין זיכער געהערט פונעם בעש"ט הקדוש וואס באווייזט מופתים, פארוואס זאלסטו נישט קומען און ער וועט דיר העלפן מיט די ווייטאג, אבער דער מגיד האט אים געזאגט דעם פסוק "טוֹב לַחֲסוֹת בַּה' מִבְּטֹחַ בָּאָדָם".

ווען רבי מנחם מענדל איז צוריק געקומען צום בעש"ט הקדוש האט ער אים פארציילט אז ער איז געווען אין טורטשין און געזען א כלי יפה, האט דער בעש"ט הקדוש געזאגט, יא איך האב שוין געזען דעם צדיק אפאר יאר און איך האב גרויסע געגועים אז ער זאל קומען צו מיר, נאך א שטיק צייט האט די רעבעצין פונעם מגיד זייער געמיטשעט אז ער זאל גיין פאר א ישועה צום בעש"ט הקדוש קיין מעזיבוז, דאן האט דער מגיד מסכים געווען און דאן איז ער נתקרב געווארן און געבליבן א תלמיד מובהק פונעם בעש"ט, און שפעטער געווארן דער ממלא מקום פונעם בעש"ט.

דער צדיק רבי מנחם מענדל איז געווארן דער מגיד מישרים אין שטאט באר, און ער האט געהאט א מנהג נישט צו זאגן קיין דברי תורה נאר אויב מען האט אים באצאלט, און הרה"ק בעל צמח צדק מליובאוויטש זי"ע האט דאס מסביר געווען אין זיין ספר דרך מצוותיך לויט די שיטה פון קבלה.

אסאך פון זיינע דברי תורה זענען געדריקט געווארן אין די ספרים, ספר תולדות יעקב יוסף, ספר דגל מחנה אפרים, ספר קדושת לוי, ספר בוצינא דנהורא, ספר אמרי פנחס.

נסתלק לגנזי מרומים י"ב סיון תקכ"ה.
לויט זיין בקשה האט מען אים באערדיגט אין דוביסאר אין מולדובה אויפן פלאץ וואס ער האט אויסגעוועלט בחייו.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: הרה"ק רבי מנחם מענדל מבאר זי"ע - תלמיד הבעש"ט - י"ב סיון - תקכ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

איינמאל איז דער בעש"ט געווען אויפן וועג מיט זיין תלמיד דער מגיד מבאר, און דער מגיד איז זייער דורשטיג געווארן, האט אים דער בעש"ט הקדוש געזאגט אז אויב ער וועט האבן באמת בטחון אין השי"ת וועט זיך פאר אים מאכן וואסער,
און כך הוה עס איז זיי קעגן געקומען א גוי און זיי געפרעגט אויב זיי האבן באגעגענט זיינע פערד וואס פעלן אים שוין פאר דריי טאג, האט דער בעש"ט הקדוש געפרעגט אויב ער האט וואסער מיט זיך, האט דער גוי געזאגט אז יא און אהין געגעבן פארן בעש"ט וואסער.

האט דער מגיד געפרעגט דעם בעש"ט אז אויב דער גוי איז אנגעקומען דא אויפן ארט נאר צו ברענגן פאר מיר וואסער, פארוואס דרייט ער זיך שוין ארום דא פאר דריי טאג, האט דער בעש"ט הקדוש געזאגט,
אז דער גרויסער באשעפער האט שוין מזמין געווען דעם גוי דא פון דריי טאג בעפאר, אז אזוי ווי די האסט באמת בטחון אונעם באשעפער זאל ער זיין גרייט צו דערפילען דיין בקשה.

איינמאל האט דער צדיק גערעדט פונעם ענין אז מען דארף עסן כדי צו מעלה זיין ניצוצות הקדושת, דער משרת האט דאס געהערט און אנגעהויבן עסן גאר אסאך,
ווען דער צדיק האט אים געפרעגט וואס דאס איז, האט ער געזאגט אז ער האט געהערט ווי די רבי זאגט אז דורכ'ן עסן איז מען מעלה ניצוצות.

האט דער צדיק געזאגט איך וועל דיר דאס מסביר זיין מיט א משל, ווען א מענטש דערטרענקט זיך ח"ו אין וואסער און א אנדערער טאנץ אריין אים צו ראטעווען,
איז אויב כאפט ער אים אן ביי די האר אדער א גרינגע פלאץ דאן קען ער אים ראטעווען, אבער טאמער וועט ער אים אנכאפן ביי די האנט אדער ביי די פיס וועלן ביידע דערטראנקען ווערן ווייל ביידע וועלן נישט קענען שווימען, דאס זעלבע איז מיטן מעלה זיין ניצוצות הקדושת דורך עסן, אויב ווייסט מען נישט וואס מען טוט העלפט דאס נישט פאר די ניצוצות.

מען דערציילט אז ווען הגה"ק אב"ד פוזנא זי"ע איז ארויף קיין ארץ ישראל איז ער אריין קודם צום רבין הרה"ק רבי מנחם מענדל מבאר זי"ע זיך צו געזעגענען וויבאלד עס איז געווען א גאר שטארקע קשר צווישן די צוויי צדיקים, בעפאר ער איז ארויס אויפן וועג האט די רעבעצין געברענגט לעקעך פארן רב פון פוזנא כדי ער זאל האבן וואס צו עסן אויפן וועג, האט ער געזאגט אז ער וועט דאס שוין עסן אין ארץ ישראל.

פארציילט מען אז דער צדיק רבי מנחם מענדל איז אריין אונעם אנדערן שטוב און זייער געוויינט בדמעות שליש, דערנאך איז ער צוריק ארויס און באגלייט דעם צדיק מפוזנא, ווען דער צדיק רבי מנחם מענדל איז צוריק אהיים געקומען פון באגלייטן, האט מען געפרעגט דעם צדיק פארוואס ער האט אזוי געוויינט.

האט ער געזאגט אז ער האט געוויינט אויף די ווערטער וואס זיין ידיד רבי נפתלי האט געזאגט אז ער וועט עסן די לקח אין ארץ ישראל, אבער ער האט פארגעסן צו זאגן "אם ירצה השם" און איך האב מרגיש געווען אז ער וועט ליידער נישט אנקומען וועגן דעם קיין ארץ ישראל, כך הוה דער צדיק רבי נפתלי איז ליידער נסתלק געווארן אויפן וועג אין שטאט סטאמביל כ"ד טבת תע"ט.

פון דעם עובדה קען מען זעהן ווי שטארק א איד דארף אייביג זיין געווארנט צו זאגן אויף יעדע זאך "אם ירצה השם" ווייל אן די הילף פונעם גרויסן באשעפער קען א מענטש גארנישט טון.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25372
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: הרה"ק רבי מנחם מענדל מבאר זי"ע - תלמיד הבעש"ט - י"ב סיון - תקכ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא קדישא פון רבי מענדל מבאר זי"ע מבני ההיכלא של האור שבעת הימים דער הייליגע בעל שם טוב הק' זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”