קויפן א אלטע קאר אדער ליעסן א נייע?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש , אחראי

שרייב תגובה

פארשטייט זיך אז עס האט אסאך פרטים. טראכט אויף למעשה. וואס האלטסטו?

קויפן אלטע
12
36%
ליעסן א נייע
21
64%
סך הכל שטימען: 33

אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4022
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

קויפן א אלטע קאר אדער ליעסן א נייע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

איך האב געקויפט א אלטע קאר פאר 5 חדשים צוריק, און אנהייב האט עס נאך געפארן גאנץ פיין, אבער לעצטנס קאסט עס מיר אלפים ביים מעקאניק (ענק האבן הנאה געהאט פון דעם...) און איך בין ערנסט שוקל וועגן א ליעס.

מיין קשיא בכלליות איז, וואס לוינט זיך מער פאר א מענטש, קויפן אלטע, אדער ליעסן א נייע?

נ. ב. דער אייבערשטער האט דיר ב”ה באשאנקען מיט א פרימיעם ניק, ביטע וועל נאר מיט יענץ.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2989
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: קויפן א אלטע קאר אדער ליעסן א נייע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

זייער א שווערע שאלה...
ס'ווענדט זיך אין אפאר פאקטארן...
- וויפיל מייל די דרייווסט ( א ליעס קומט נאר מיט 10-12 טויזנט מייל א יאר)
- וויפיל די פארשטייסט צו אלטע קארס, דהיינו סיי ביים קויפן נישט אריינצופאלן, און סיי צו הערן וואס דער קאר
פארציילט נאך פאר ער הייבט אן שרייען...
- צי די האסט די צען- פופצען טויזנט דאלאר אראפצולייגן ביים קויפן ( א פיינענס איז שוין שווער צו זאגן אז ס'לוינט)
- ווי שטארק די דארפסט אלע נייע פיטשעווקעס (און אז דיין גאנצע גאס זאל זעהן אז די דרייווסט א נייע קאר... לויט דיינע תגובות קוקט נישט אויס אזוי )

איך דרייוו שוין ב''ה יארן אלטע קארס, נישט געהאט קיין גרויסע פראבלעמען, דער אייבישטער זאל ווייטער העלפן, נאר מען ברויך קער נעמען, דהיינו מאכן אויל טשעינדזשעס ווען מען דארף, ברעיקס, טראנסמישן פלויאיד, וכ''ו

והעיקר וואס די טוסט זאלסטו האבן סייעתא דשמיא!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: קויפן א אלטע קאר אדער ליעסן א נייע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:48 pm
איך האב געקויפט א אלטע קאר פאר 5 חדשים צוריק, און אנהייב האט עס נאך געפארן גאנץ פיין, אבער לעצטנס קאסט עס מיר אלפים ביים מעקאניק (ענק האבן הנאה געהאט פון דעם...) און איך בין ערנסט שוקל וועגן א ליעס.

מיין קשיא בכלליות איז, וואס לוינט זיך מער פאר א מענטש, קויפן אלטע, אדער ליעסן א נייע?

נ. ב. דער אייבערשטער האט דיר ב”ה באשאנקען מיט א פרימיעם ניק, ביטע וועל נאר מיט יענץ.
איך מיין אז די האסט שוין געשריבען דיין תירץ און דיין קשיא.
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4022
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: קויפן א אלטע קאר אדער ליעסן א נייע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 7:53 pm

כ’האב געוואלט זעהן וואס דער עולם האלט, אפשר האב איך א טעות.

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 7:55 pm

האסט דיך געלערנט אויף די אייגענע ביינער
און ענגליש זאגט מען you learned the hard way

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 7:57 pm

דאס איז טאקע מיין יעצטיגע סטאטוס.
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: קויפן א אלטע קאר אדער ליעסן א נייע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

פון א פינאנציעלע פרעספעקטיוולוינט זיך זיכער א אלטע קאר, און איך וועל ערקלערן מיינע רייד.
פון א באקוועמע פרעספעקטיוו, לוינט זיך א ניייע שיינע ליעס.

איז אזוי:

1) פעימענטס הרג'עט די חודש. א מענטש דארף פרובירן צו ענדערש אראפלייגן א סכום געלט אויפאיינמאל, און האבן וואס ווייניגער חודש'ליכע פעימענטס.
2) דו האסט גארנישט פון א ליעס, דו באקומסט נישט קיין עסעט/פארמעגן/ דו צאלסט זייער טייער פארן נוצן דעם קאר, און רוב מאל ברויך מען צוצאלן סוף ליעס פאר אסאך שטותים.

יעצט אז מ'גייט קויפן, און מ'לייגט אראפ די געלט אויפאיינמאל, איז די שאלה צי מ'זאל קויפן א נייע קאר אדער א אלטע.

3) א נייע קאר פארלירט זייער שנעל א גרויסע פראצענט פון די ווערט. ווען א קאר פארט ארויס פונעם דילער דראפט עס גלייך מיט צען פראצענט פון די ווערט.
נאך א שיינע סכום פון מייל, אדער פיר-פינף יאר פון נוצן דראפט עס מיט נאך פופציג פראצענט!

פון די אנדערע זייט א אלטע קאר, דראפט כמעט נישט די ווערט, חוץ אויב עס האט ערנסטע פראבלעמען. אויב איז די קאר אין א גוטע צושטאנד, קען עס ציען יארן און בלייבן די זעלבע ווערט, דאס איז א באקאנטע זאך.

קומט אויס אז ווען דו קויפסט א אלטע קאר מיט 1) אראפגעלייגט די גאנצע סכום אויפאמאל. 2)באקומסטו אן עסעט/א פארמעגן וואס 3)אויב דו גיבסט אבאכט דערויף, פאלט כמעט נישט די ווערט דערפון!

איין וויכטיגע נקודה ווען דו קויפסט שוין יא דיין אלטע קאר: אויל און רעדער.נאכאמאל: אויל און רעדער.די צוויי זאכן זענען פון די וויכטיגסטע פאר א קאר זיך צו האלטן אין א גוטע צושטאנד.

איך האב שוין געלייגט א קאר אין גארבידש (פארקויפט פאר די ווערט פון Parts) נאך 245K מייל(!!), וועגן די אויל האט געמאכט קונצן, און איך בין געפארן דערמיט פון ק"י קיין וומסב"ג...

הצלחה!
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: קויפן א אלטע קאר אדער ליעסן א נייע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

איך בין א חסיד פון קויפן אלטע, אבער דין געשיכטע איז עפעס וואס קען עס טוישן.
אדערווייל האב איך יעדעס מאל אויסגערעכענט אז ס'האט מיר פינאנציעל געלוינט דעי עטליכע אלפים ביים מעכאניקער, ווי איידער א טייערע ליעס.
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”